זעלטענע ווערטער אין די מגילה

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
בלשן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:17 am
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

זעלטענע ווערטער אין די מגילה

שליחה דורך בלשן »

זעלטענע ווערטער אין די מגילה
וואס מיינט א זעלטענע ווארט? אין רש"י און אנדערע מפרשים איז דא דער אויסדרוק, אין לו דמיון, אדער אין אבן עזרא מלה זרה, מלה זרה בדקדוק, וואס דאס מיינט אז הגם דער ווארט איז באקאנט פין אנדערע פלעצער, איז עס לויט דקדוק א מלה זרה. אין רש"י איז אויך דא אין לו דמיון און עס מיינט אין דקדוק. צו מיט דער ספעציפישער טייטש. אלזא, די מגילה איז פיל מיט ווערטער וואס געפינען זיך נאר אין די מגילה. פארוואס? קענט איר אליין שפעקעלירען. אונז וועלען דא אביסל פראבירן צו ברענגען די ווערטער, פין דער ערשטער קאפיטעל, וואס זענען סיי פרעמד מחמת דער ווארט געפינט זיך נישט אין ערגעץ, און דערפאר איז זייער טייטש נישט זיכער, און סיי אזעלכע וואס דער אפטייטש, דער וועג וויאזוי דער ווארט ווערט געניצט איז זעלטען. דער מגילה איז געבענטשט מיט אזעלכע ווערטער. ווי אויך ווערטער וואס ווערען יא געניצט אין אנדערע מקומות, אבער גאר ווייניג, וועלען מיר אויך צומאל ברענגען. קאמענטארען זענען וועלקאם.
מֵהֹ֣דּוּ. הודו איז א נאמען פין א פלאץ, א מדינה (זעה ווייטער), און ווערט נישט געברענגט נאר אין די מגילה. רש"י לויט די גמרא זאגט אז הודו איז גלייך נעבען כוש. כוש געפינט זיך מערערע מאל אין תנ"ך. דער א"ע זאגט אז מען ווייסט נישט אויב הודו איז א פלאץ, אדער אפשר נאר דער נאמען פין א פאלק, און דער גמרא זאל נאר זיין א דרש. און ערוך (הודו) ברענגט ער אז דער תרגום יונתן אין ישעיה טייטשט אויף כוש, הודו, (און אויך הנדאה) כאילו זיי זענען באמת איין זאך, און דאס מיינט אפשר דער א"ע צו זאגען, אז הודו איז א פאלק וואס וואוינט אין כוש.
מדינה. כאטש עס שטייט מערערע מאל מדינה, דא שטייט אין מפרשים וואס דער גדר פין מדינה איז, דער א"ע זאגט א שטאט וואס האט א חומה. דער רלב"ג זאגט א מחוז, פראווינץ, וואס האט אין זיך אסאך שטעט.
בְּשׁוּשַׁ֥ן הַבִּירָֽה. חוץ אין די מגילה שטייט עס אין דניאל ח, וַאֲנִי֙ בְּשׁוּשַׁ֣ן הַבִּירָ֔ה אֲשֶׁ֖ר בְּעֵילָ֣ם הַמְּדִינָ֑ה. איז שושן אין עילם. דער א"ע זאגט אז שושן הבירה און שושן זענען אין גאנצען צוויי אנדערע פלעצער, שושן הבירה איז טאקע אין עילם (וואס איז געווארען איינגענומען דורך פרס), אבער שושן איז דער נאמען פין א מדינה וואס איז נאנט צו עילם. און רוב איינוואוינער דארט זענען געוועהן אידן. ע"כ. דער ווארט בירה, איז אויך נאר פארהאן אין אסתר דניאל און נחמיה. בירה אהן א שטאט ווערט דערמאנט אין דה"י א כט, און עס מיינט א פאלאץ, און דארט דער בית המקדש. אין ערוך איז אויך דא אן אריכות וועגען דער ווארט בירה אין די גמרא.
ג. הַֽפַּרְתְּמִ֛ים. רש"י זאגט איז אין פרס'יש מיינט עס געוועלטיגערס, שלטונים. דער א"ע איז נישט אזוי זיכער, אויב דער ווארט איז עברית אדער פרס'יש. און לויט דער א"ע מיינט עס מיוחסים וואס שטאמען פין דער משפחה פין דער מלוכה. דער ווארט איז נאר אין דער מגילה און אין דניאל. דער רד"ק אין שרשים שרייבט בשם זיין טאטע אז עס מיינט די פחוות, לכאורה הערן געוועלטיגערס, וואס וואוינען אויף דער אנדערע זייט פין טייך פרת. און דער ווארט נעמט זיך פין דער טייך פרת. אינטרעסאנט צו צולייגען אז עס איז געוועהן א מדינה אין יענער ראיאן וואס האט געהייסען פרתי.
ד. יְקָ֔ר. לויט ווי עס שטייט אין מפרשים מיינט עס דא, כבוד. און אזוי אויך אין די אנדערע מקומות אין די מגילה, מיינט דער ווארט כבוד. לעשות יקר, חפץ ביקרו. און איך מיין (נישט זיכער) אז אין אנדערע מקומות אין תנ"ך מיינט דער ווארט נישט כבוד, און די מגלה איז א אויסנאם אז עס מיינט כבוד. עס קען מיינען געלט, טייער, אפילו די נשמה (תהלים), אבער כבוד וואלט מיר געוועהן א חידוש צו זעהן א פסוק נישט אין די מגילה.
ה. בִּיתַ֖ן. רש"י זאגט אז גנת מיינט א פלאץ ווי מען זייעט איין ירקות, און ביתן איז א פלאץ מיט ביימער. דער ר"י קרא ועוד האלטען אז דער ווארט קומט פין בית, וואס מיינט אינעווייניג, אזוי ווי מבית ומחוץ, און דער ביתן איז געוועהן א חצר פין אינטער די הויז. דער א"ע האלט אז עס קומט פין בית וואס מיינט אז דער בית איז געוועהן פין דער קעניג'ס הויז. איך שיהיה איז דער ווארט נאר דא אין די מגלה. אין מחברת מנחם זאגט ער (לויט איין וועג) אז ביתן איז א נאמען, כלומר, עס דארף נישט א פשט.
ו. ח֣וּר׀ כַּרְפַּ֣ס וּתְכֵ֗לֶת. תכלת שטייט אסאך מאל אין די תורה, און עס איז וואל, ווי באקאנט. דער קאליר פין תכלת זאגט רש"י (תרומה) ירוק, און דער תורה ברורה איז מאריך אז רש"י האלט גרין, לעומת אלע אנדערע וואס האלטען בלוי. חור און כרפס, זאגט רש"י אז עס מיינט קאלירטע בגדים, וואס מען האט גערופען מיט דער נאמען. דער ר"י קרא האלט "חור" איז זייד, פין דער ווארט "חורי הארץ" וואס דאס מיינט אנשים חשובים, און היות זיי ניצען זייד אסאך, ווערט עס גערופען אויף זייער נאמען "חור". דער א"ע האלט אז "חור" מיינט דער קאליר ווייס, ווייל אויף אראמיש איז ווייס חוור. כרפס, דא זאגט רש"י אז עס איז א בגד צבוע, אבער אין רש"י אויף כתונת פסים אין חומש ברענגט ער דער פסוק דא, און איז משמע אז ער האלט אז עס איז זייד. און אזוי האלט אויך דער ר"י קרא, אז כרפס איז אזוי ווי חור, א מין זייד. דער א"ע לשיטתו אז חור כרפס און תכלת, אלע דריי מיינען קאלירען, האלט אז כרפס איז דער קאליר גרין, ווייל אויף אראביש איז כרפס (מיט א פ"ה רפה) וואס אונז רופען מיר "סעלערי", און סעלערי איז דאך גרין. לגבי דער קאליר פין תכלת זאגט דער אבן עזרא אז דער קאליר איז באקאנט.
גְּלִ֥ילֵי כֶ֖סֶף. דאס ווארט גלילי, שטייט נאר דא און אין שיר השירים (ה יד) יָדָיו֙ גְּלִילֵ֣י זָהָ֔ב. אין ביידע פלעצער זענען אלע מפרשים מסביר אז עס מיינט רינדיגע שטעקענעס, מוטות עגולים. לויט דעם איז גלילי אז לשון אזוי ווי וגללו האבן, קוילערען, און א שטיין וואס איז נישט בטבע נישט מרובעת, קוילערט זיך. אדער פין דער ווארט גלגל. ביידע ווערטער זענען מצוי אין תנ"ך. זעה ווייטער ביי דער ווארט עמודי שש א אנדערע פשט אויף גלילי, וואס לויט דעם איז עס נישט פין דער לשון גלל אדער גלגל.
עמודי שש. אין ר"י קרא שטייט אז שש מיינט דא שיש. לכאורה איז נאר אין די מגלה דא, וואס שש זאל מיינען שיש. שיש שטייט אויך נאר אין דה"י א, כט ב. וְאַבְנֵי־שַׁ֖יִשׁ, און דער תרגום זאגט וְאַבְנֵי מַרְמוֹרַיָא. מארמאר, אדער מארבעל שטיין. אין עזרא ח-ה וְה֤וּא מִתְבְּנֵא֙ אֶ֣בֶן גְּלָ֔ל, און רש"י דארט, גלל – מרמרא בלעז. ע"כ. לויט דעם קען זיין אז גלילי כסף מיינט אויך מארמאר שטיין, באדעקט מיט גאלד, ענליך צו עמודי שיש. און די גמרא סוכה נא, שטייט אין רש"י דער חילוק פין שיש און מרמרא אז זיי האבען אנדערע קאלירען, שיש צווישען גרוי און ברוין, מרמרא איז ווייסע שיש.
בַּהַט־וָשֵׁ֖שׁ וְדַ֥ר וְסֹחָֽרֶת. שש איז דער זעלבע שיש פין פריער. בהט דר סחרת, איז דא דרשות אין די גמרא. נישטא קיינער וואס טייטשט וועלכע מין שטיינער דאס זאל זיין. חוץ איין ספר, פין ר' יהודה אריה מודינא, עס הייסט גלות יהודה, וואס שרייבט ווערטער אויף איטאליא'ניש. בהט, זאגט ער א שטיין וואס הייסט אויף ענגליש porphyry, וואס קומט פין גריכיש, פורפירא, עס מיינט דער קאליר פערפעל. דער שטיין איז באקאנט. דר – chalcedony דער שטיין ווערט היינט נאר געניצט פאר סגולות וכדומה. סחרת, alabaster דאס איז אויך באקאנט און מען קויפען טיילס פין דעם. דער ריא"ם איז געוועהן פין די גרויסע גדולים בזמנו, און האט מעמיד געוועהן אסאך תלמידים, און איז אויך געוועהן א שטארקע בקי אין חכמות העולם.
כַדָּ֖ת. שטייט אין די מגילה בערך צוואנציג מאל. עס מיינט געזעצען, ווי עס שטייט יודעי דת ודין. און איין מאל אין עזרא. אין די תורה שטייט אשדת למו. דער קרי איז אש דת. דער תורה וואס איז געגעבן מיט פייער.
אֵ֣ין אֹנֵ֑ס. אונס שטייט נאר דא אין די מגילה, און איין מאל אין דניאל אין אראמיש, כל רז לא אנס ליה. דא אין רשב"ם האלט ער אז דער לשון משנה איז א לשון פין חמס און דא מיינט עס לשון גניבה. דער א"ע זאגט א לשון פין מכריח זיין. דער לשון אונס וואס אונז זענען געוואינט מיט.

תם ונשלם פרק א.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר