וּמֹרַ֥ק וְשֻׁטַּ֖ף בַּמָּֽיִם - מריקה

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
בלשן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:17 am
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

וּמֹרַ֥ק וְשֻׁטַּ֖ף בַּמָּֽיִם - מריקה

שליחה דורך בלשן »

דער וואך אין דער פרשה שטייט (ו-כא)
וְאִם־בִּכְלִ֤י נְחֹ֙שֶׁת֙ בֻּשָּׁ֔לָה וּמֹרַ֥ק וְשֻׁטַּ֖ף בַּמָּֽיִם
, אויב מען האט געקאכט קדשים אין כלים פין קופפער (אדער סיי וועלכע מעטאל) דארף מען "מרק" און "שטף" אין וואסער. פין דער טראפ זעהט אויס אז במים גייט סיי אויף "מרק" סיי אויף "שטף". וואס מיינט דאס "מרק" און "שטף"? שטף מיינט לכאורה וואשען, אזוי ווי וידיו לא שטף במים, און נאך פסוקים. ר' יונה אין זיין ספר השרשים ווייזט אהן אויף ונהרות לא ישטפוה, אז עס מיינט גריפה, לכאורה מיט שלעפען, פארפלייצען, און נאך פירושים פין אנדערע פלעצער, ווי סוס שוטף, א פערד וואס לויפט שנעל, און נאך. אבער דא איז לכאורה אפוואשען. וואס מיינט אבער מורק? זאגט רש"י
ומורק – לשון תמרוקי הנשים (אסתר ב':י"ב), בלעז: אישקורמנט.
זעהט אויס ווי א אומשולדיגע, רש"י, א רש"י וואס די מלמדים פאמפענן אפשר אדורך, די מפרשים מערקען גארנישט אהן אויף די רש"י.
און וואס מיינט תמרוקי הנשים? אין רש"י (אסתר ב':ג')
תמרוקיהן – דבר המצחצחן, כמו: ומורק ושוטף (ויקרא ו':כ"א), שמן ערב ומיני סמנין ובשמים המטהרין ומעדנין את הבשר.

דריי זאכען רעכענט רש"י אויס. אבער דער ערשטער ווארט אין רש"י איז דער וויכיגסטע, "דבר המצחצחן", ווייל רש"י איז מסביר אז דער ווארט תמרוקיהן מיינט זאכען וואס זענען "מצחצח", דער לייב פין די פרוי וועט ווערען מער שיינעדיג. און לויט דעם זעהט אויס, אז מריקה זאל טייטש זיין "צחצוח", שיינען, ווי מען זעהט טאקע אין א אנדערע פסוק (ירמיה מו-ד) מִרְקוּ֙ הָרְמָחִ֔ים, און רש"י דארט זאגט
מרקו הרמחים – כמו ומורק ושוטף (ויקרא ו':כ"א), פורביר בלעז. ע"כ.
דער בלע"ז שטייט אין אוצר לעזי רש"י אז עס מיינט לצחצח. קומט אויס אז פין דער רש"י אין ירמיה און אין אסתר, זעהט מען אז דער כוונה פין מרק איז צחצוח. און אזוי וואלט מען גוט געקענט לערנען פשט אין רש"י אין אונזער פרשה, לשון תמרוקי הנשים, א לשון פין צחצוח. אבער עס זענען דא צוויי פראבלעמען מיט דער פשט.

א. אין פרשת צו, זאגט רש"י אויך א בלע"ז, אישקורמנט, און די מפרשי הלעז זאגען אז דער ווארט אויף פראנצויזיש מיינט פונקט ווי אויף ענגליש, scour, אויף די אלטע פראנצויזיש האט זיך עס געליינט escourment, און דאס מיינט שטארק קראצען א זאך מיט א אגענט ווי זייף אדער סם עס צו רייניגען. אויב רש"י וואלט געוואלט לערנען פשוטע צחצוח, וואלט ער געקענט נוצען די זעלבע בלע"ז ווי ער שרייבט אין ירמיה.

ב. דער קשיא איז נאך שטערקער. אז אין דער נעקסטער רש"י שטייט,
ומורק ושוטף במים – לפלוט את בליעתו
. און דאס זאגט דער תורה ברורה בשם דער ספר מש"ת (?) אז עס גייט ארויף בעיקר אויף דער ווארט ומורק, ווייל ושוטף מיינט קאלט וואסער. קומט דאך אויס אז ומורק לערנט רש"י מיינט הגעלה, אזוי ווי דער גמרא זאגט אין זבחים צו:, אויב אזוי ווי אזוי איז זיך רש"י סותר מיניה וביה, פין איין דיבור צום נעקסטען! קודם זאגט ער א לשון פין תמרוקי הנשים, וואס דאס מיינט צחצוח, אדער קראצען ווי ער זאגט דא, און גלייך דערנאך הגעלה?

איך האב נישט קיין מהלך צו פארענטעפרען דער צווייטער קשיא. אבער דער ערשטער קשיא קען מען פשוט פארענטפערען, אז קראצען און מאכען שיינען איז איין זאך, ווייל אין מחברת מנחם, זאגט ער אויף דער פסוק ומרק ושטף "ענין גרידת הכלי ומבהיקו". האט ער ביידע זאכען, סיי קראצען, און סיי משפשף זיין. און ביידע ווערען נכלל אונטער דער ווארט מריקה.

פין דער מחברת מנחם קומט אויס נאך א חשובע ענין. מנחם זאגט דארט קלאר, אז תמרוקי הנשים קומט פין א אנדערע מחלקה, און עס איז אזוי ווי דער פסוק (שופטים ו-כ) וְאֶת־הַמָּרַ֖ק שְׁפ֑וֹךְ, וואס דארט מיינט עס זיכער "זופ" וואס מען האט געקאכט מיט דער פלייש. און איז משמע אז מנחם האט געהאלטען אז תמרוקי הנשים מיינט גאר פערפיום, אדער אויל וואס מען האט געקאכט מיט בשמים אזוי אז דער אויל האט באקומען א שטארקע שמעק פין דער בשמים. און פארדעם ווערען תמרוקין אזוי אנגערופען, פין דער לשון מרק, זופ, ווייל עס איז ווי זופ פין פלייש, און דאס איז ווי זופ פין בשמים.

דונש קריגט אויף מנחם, און האלט אז תמרוקין מיינט סם וואס פרויען נוצען רויט צו מאכען זייער פנים, דורך א סם וואס זיי זענען ממריק, קראצען אויף דער פנים, און אזוי ארום ווערט דער פנים אדער גוף רויט. (אין במה אשה איז דא א משנה מיט ענליכס). אינטרעסאנט, אז דער רבינו תם וואס געוועהנליך פארענטפערט מנחם פין די אטאקעס פין דונש, איז אבער דא מודה אז מנחם איז נישט גערעכט, נאר דונש.
ווייטער רש"י ביי אונז אין צו, זאגט אז ומורק איז אזוי ווי תמרוקי, נעמט ער אויך אהן פארקערט ווי מנחם, נאר איידער נעמט ער אהן דונש'ן, אז תמרוקי ענדלעט ומורק, קראצען.

ווען נישט די בלע"ז אין רש"י אין צו, וואלט געוועהן א מהלך צו פארענטפערען דער צווייטער קשיא, די סתירה צווישען די צוויי רש"י'ס, אז רש"י זאגט ומורק מיינט הגעלה, און ווי אזוי זאגט רש"י קודם אז ומורק מיינט א לשון פיןן תמרוקי הנשים? נאר טאמער זאל רש"י לערנען ווי מנחם, אז תמרוקי מיינט בשמים זופ, מיינט ומורק, אז מען זאל מאכען הגעלה, כאילו מאכען א כלי זופ, אז דער טעם פין דער טאפ זאל ארויס גיין, אזוי ווי דער טעם פין פלייש און בשמים גייט אריין אין די מרק, דער זופ. א שיינער פשט? אבער דער בלע"ז וואס רש"י זאגט ביי אונז שטייט פעלזען פעסט אקעגען דעם, דער ווארט scour קען נישט טייטש זיין קאכען. ממילא בלייבט דער זאך מיט א צ"ע. אדער דער ערשטער קשיא, אדער דער צווייטער. ודו"ק.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר