עזאזל - לשעירים - פני - זמה - לצרור

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
בלשן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 07, 2022 11:17 am
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

עזאזל - לשעירים - פני - זמה - לצרור

שליחה דורך בלשן »

דער וואך איז דא דער באקאנטער ווארט, עזאזל, וואס רש"י טייטשט (לויט חז"ל) נוטריקון עז, שטארק, קשה, פין דער אל. וואס מיינט דאס א שטארקע און שווערע בארג? גיי צו עזאזל וועסטו זעהן. אן אנדערע מאהל ווי עס שטייט אויף א פלאץ אז עס איז קשה, שווער, איז ביי נחל איתן, ווי דער משנה ווייזט אהן, קשה כמשמעו, און דוקא דארט האט דער תרגום אן אנדערע פשט, ליידיג, אהן קיין זרעים. און אויף דעם בויט דער ר"י בכור שור צו זאגען אז דער "קשה" וואס חז"ל און רש"י זאגען דא, מיינט אויך צו זאגען אז דער בארג וואקסט גארנישט.
דער א"ע שרייבט דא
"ואם יכולת להבין הסוד שהוא אחר מלת עזאזל, תדע סודו וסוד שמו, כי יש לו חברים במקרא. ואני אגלה לך קצת הסוד ברמז בהיותך בן שלשים ושלש שנים תדענו".
אויף אידיש, טאמער די קענסט פארשטיין דער סוד פין וואס איז נאך דער ווארט עזאזל, וועסטו וויסען זיין סוד און דער סוד פין זיין נאמען, ווייל דער ווארט ווערט דערמאנט אין דער תורה נאך מאל. איך וועל דיר אנטפלעקען דער סוד מיט א רמז, ווען די וועסט זיין 33 יאר וועסטו עס וויסען. און מיט דעם ענדיגט ער זיין רמז.

דאס איז גאר אינטרעסאנט, אין דער רמב"ן זאגט ער וועט זיין א הולך רכיל ומגלה סוד, און וועט אונז זאגען וואס דער אבן עזרא האט דא געמיינט. דער ווארט נאך עזאזל איז נישט דער נעקסטער ווארט (המדברה) ווי מען וואלט געמיינט, נאך 33 פסוקים שפעטער, שטייט ולא יזבחו עוד זבחיהם לשעירים, וואס לויט רש"י און חז"ל מיינט דער ווארט שעירים – שדים, און עס מיינט מען זאל נישט דינען די שדים, אבער דא איז דער שעיר געוועהן א מתנה, שוחד פאר דער ס"מ, און דער יסוד שטייט אין פרקי דר' אליעזר, און דער שטן דער ס"מ ווערט אזוי איבערגענומען פין דער מתנה אז ער אליין איז מלמד זכות אויף די אידען, אז זיי זענען אזוי ווי די מלאכים. דער רמב"ן מערקט אהן אז הגם סיי וועלכע עבודה צו "זיי" איז אסור, איז יום כפור א אויסנאם. דער שעיר, דער שד, דאס איז עשיו, דאס איז מאדים, דער פאלק וואס זיין ירושה איז דער שווערד און מלחמות, און ביי בהמות איז עס דער שעיר, דער עז, דער ציג, און פארדעם הייסט עשיו הר שעיר. דער רמב"ן מערקט אהן, אז עס איז חלילה נישט א קרבן פאר דער ס"מ, נאר כאילו א קעניג הייסט מען זאל געבען א פארציע פאר א געוויסע מענטש, ווער עס נישט א מתנה פאר יענעם פין דער וואס געבט עס, נאר פין דער קעניג דירעקט. דער רמב"ן זאגט נאך אינטרעסאנטע פונקטען דא.
עס איז דא וואס ווייזען אהן, אז לויט דער רמב"ן איז דער ווארט עזאזל א קאמבינאציע פין עז, א ציג, אזל, איז געגאנגען. דער פשט שטייט אין מזרחי פין רד"ק. ווידער דער פשט אז עס איז עז און אל, א לשון פין קשה שטארק, שטייט אויך פין רס"ג, און דער א"ע איז מחולק בשם א גאון ר' מבשר הלוי, א אומבאקאנטער נאמען, חוץ אויב ער זאל מיינען ר' מבשר הכהן, און ער רופט אים משום סיבה הלוי.
אנדערע פשטים אויף דער אבן עזרא איז דא, פין די בלאזובער רבי, אז 33 איז מרומז אויף ל"ג בעומר, און איז מקשר ל"ג בעומר צו יום כפור לויט די כוונות אר"י.
עס איז דא ספר קובץ דרושים וואס ברענגט א פשט אז די כוונה איז אויף קאפיטעל ל"ג אין בראשית, וואס דארט שטייט וישב ביום ההוא עשיו לדרכו שעירה, און דאס איז אויף דער זעלבער מהלך פין דער רמב"ן מיט עשיו און שעיר. אבער די אותיות נאך עזאזל, דרייט ער אויף די אותיות פאר עזאזל וואס איז סוכות (נישט כסדרן), און דאס מיינט דער אבן עזרא מיט דער ווארט חברים, ווייל דעמאלס ווערען אלע אידען חברים.
נאך א אינטרעסאנטע אנווייזונג האט מיר איינער געזאגט, אז דער אבן עזרא וויל דא מרמז זיין אויף יאשקע, שעיר איז אדום, אדום איז יאשקע ווי עס שטייט אין אבן עזרא אין נאך פלעצער, און יאשקע איז געוועהן 33 ווען מען האט אים געהאנגען. והדרוש ידרש וכפטיש יפוצץ סלע. (עס איז דא אן אריכות דברים אז הגם דער אבן עזרא דערמאנט די נוצרים ווייניג, גיבט ער זיך אהן מיט פסוקים וואס די נוצרים האבען פארדרייט די פשט, און ווען אידען זענען געוועהן מוכרח צו האבען וויכוחים מיט נוצרים האבען זיי זיך באניצט מיט פשטים פין אבן עזרא).

אין ילקוט אויף בראשית רמז מד שטייט א מעשה מיט א אריכות פין עזאל וואס האט געוואלט מחטיא זיין א מיידל, און דער מיידל האט פין אים ארויסבאקומען א שם וואס מען קען מיט דעם פליען אין הימל, און זי איז ארויפגעפלויגען, און אדער אויבערטשער האט זי קובע געוועהן פאר מזל בתולה. און צום סוף פין דער ילקוט שטייט, וּלְכָךְ הָיוּ יִשְׂרָאֵל מַקְרִיבִין קָרְבָּנוֹת בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים אַיִל אֶחָד לַה' שֶׁיְּכַפֵּר עַל יִשְׂרָאֵל וְאַיִל אֶחָד לַעֲזָאזֵל שֶׁיִּסְבֹּל עֲוֹנוֹתֵיהֶם שֶׁל יִשְׂרָאֵל וְהוּא עֲזָאזֵל שֶׁבַּתּוֹרָה. איז משמע אז עזאזל איז אויף דער נאמען פין עזאל. און אזוי איז אויך אין ילקוט דער וואך,
תָּנָא דְּבֵי רַבִּי יִשְׁמָעֵאל: "עֲזָאזֵל" – שֶׁמְּכַפֵּר עַל מַעֲשֵׂה עֲזָא וַעֲזָאֵל (מַלְכֵי חַבָּלָה שֶׁיָּרְדוּ לָאָרֶץ, וַעֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: "וַיִּרְאוּ בְנֵי הָאֱלֹהִים", וְשָׁם נִכְתַּב).
און עס איז א גמרא אין יומא סז, און דארט אין רש"י עוזא ועזאל – מלאכי חבלה שירדו לארץ בימי נעמה אחות תובל קין ועליהם נאמר ויראו בני האלהים את בנות האדם (בראשית ו) כלומר על העריות מכפר.
צו מאכען א סך הכל, א, עז -שטארק, אל -שטארק (רש"י חז"ל). ב, עז – ציג אזל – געגאנגען (רד"ק). ג, עזוז, שטארק, דער ל איז אזוי ווי יחזקאל און אלע נעמען וואס ענדיגען זיך מיט אל. (אבן עזרא). ד, עזא ועזאל (גמרא מדרש).

לשעירים. מען האט שוין געברענגט, רש"י זאגט אז עס מיינט די שדים. אלץ א ראי' ברענגט רש"י א פסוק אין ישעיה, ושעירים ירקדו שם, און איז משמע אז רש"י האלט אז דאס איז די פירוש פין די ווארט. דער אבן עזרא, זאגט צוויי פשטים פארוואס שעירים זאל טייטש זיין שדים, איינס מלשון סערה, ווייל עס שטורעמט אויף דער מענטש וואס זעהט זיי. צוויי, ווייל די משוגעים וואס זעהן די שדים, זעהן זיי אין דער אויסזעהן פין ווילדע ציגען. עס איז דא נאך א השערה פין איינער פין די בעלי הפשט, אז עס מיינט די גארילע, ווייל עס זעהט אויס ווי מענטש א מזיק, און האט אסאך האר. לויט דעם קומט דער ווארט שעירים פין דער ווארט שער, האר. עס איז דא א ספר פין איינער פין די ראשונים, מיט דער נאמען מחברת הערוך, דארט זאגט ער, אז שעירים איז א נאמען פין עבודה זרה, פשוט ווייל מען האט געמאכט א עבודה זרה אין דער דמות פין א ווילדע ציג. סך הכל פינף פירושים אויף דער ווארט שעירים.

ונתתי פני – פנאי שלי, פונה אני מכל עסקיי ועוסק בו (רש"י ויקרא י"ז:י).
זאגט רש"י פשט אז פני מיינט פנאי, צייט, און מלשון פונה, זיך קערן. עס איז שווער צו פארשטיין וועלכע פין די צוויי מיינט רש"י צו זאגען אלץ פשט פין די ווארט, אדער אפשר ביידע. אויב איז עס מלשון פנאי, איז עס א מלה זרה, דער איינציגסטער מאל אין תנ"ך ווי עס שטייט דער ווארט. אין די גמרא ווערט געברענגט דער ווארט אין ברייתות, איז משמע אז עס לשון משנה. דער מזרחי איז מסביר אז דער הכרח פאר דער דרשה איז ווייל פני ד' איז איבעראל לטובה. דער תרגום זאגט וְאֶתֵּין רוּגְזִי. איז משמע אז ער האלט אז מען קען טייטשען פני ד' לרעה. אזוי אויך איז דא פסוק . וַתֵּצֵא אֵשׁ מִלִּפְנֵי ה' וַתֹּאכַל אוֹתָם וַיָּמֻתוּ לִפְנֵי ה', און אזוי אויך וַיָּמֻתוּ הָאֲנָשִׁים מוֹצִאֵי דִבַּת הָאָרֶץ רָעָה בַּמַּגֵּפָה לִפְנֵי יְהֹוָה. במדבר י"ד:ל"ז עס קען זיין אז עס איז דא אסאך נאך פלעצער. וצ"ע.

זמה. איז א מחלוקת רש"י און דער רמב"ן. רש"י גייט דא און נאך פלעצער, מיט דער תרגום וואס טייטשט אייביג מלשון עצה. עצת חטאין. דער יצה"ר גיבט אן עצה צו זינדיגען. דער רמב"ן האלט אז עס איז מלשון מחשבה, זמם, און דער איסור פין אשה ובתה איז ווייל זיי זענען ענדליך, און מען טראכט פין זיי צוזאמען. דער ספר הכתב והקבלה, זאגט נאך א פשט אויף זמה, פין דער לשון זמם, וואס מיינט א שלאס, און פונקט אזוי ווי א באשלוס מיינט דער סוף דבר נאך א משא ומתן, ווייל מען שליסט די מחשבות וואס מען האט געהאט. און זנות איז א שלאס, ווייל מען פארשליסט און טוט עצות נישט צו האבען קינדער, און איז מאריך מיט דער מהלך. מנחם האלט אז זמה איז דירעקט א לשון פין זנות. און פין חז"ל פין דעם וואס זיי זאגען שטופי זמה זעהט אזוי אויס.
לצרור. רש"י לצרר – לשון צרה, לעשות את זו צרה לזו. יח-יח.
דער סיבה פין רופען צוויי פרויען פין דער זעלבער מאן א צרה, שטייט אין מפרשים ווייל זיי זענען א צרה איינער פאר דער אנדערע. ווי דער רד"ק זאגט אין שמואל וכן כל שתי נשים לאיש אחד נקראות צרות לפי שהן אויבות זו לזו ברוב, וכן במשנה: פוטרות צרותיהן. און דא ווייזען אהן מפרשים, אז צוויי שוועסטער האט דער תורה נישט געוואלט זאלען זיך פיינט האבען. אחרונים זאגען אז דער ווארט צרה קומט פין לשון צרור כסף, צוזאמען בינדען. און די ראשונים זאגען עס נישט. וצ"ב פארוואס.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר