כלל איבער ווען מ'נוצט "איז" און ווען "האט" בלשון עבר

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

כלל איבער ווען מ'נוצט "איז" און ווען "האט" בלשון עבר

שליחה דורך קארלסבורג »

איך האב מיך שוין לאנג געוואונדערט צי ס'איז בכלל דא א כלל איבער ווען מ'זאגט "האט" און ווען "איז" בלשון עבר.
ביישפילן:
ער איז געגאנגען
ער איז געווען
ער איז געשטאנען
ער איז געקומען

ער האט גענומען
ער האט געלערנט
ער האט געטראכט
ער האט פארלוירן
ער האט געזאגט

בשנים קדמוניות האבן מיר פארמאגט דא אין שטיבל דעם חשוב'ן חבר "ישובניק", און איך האב מיך אמאל גע'אישית'ט מיט אים איבער דער פראגע.

ער האט מיר געשריבן:
ישובניק האט געשריבן:ס'איז דא א גאנצער מדובר אין דעם און אין פארשידענע פלעצער זענען געווען חילוקים, אבער איך האב אמאל זיך געמאכט א חשבון, וואס אויב איך געדענק גוט שטימט עס מער-ווייניגער כאטש אפשר נישט איבעראל און אלעמאל, אז "איז" איז געווענליך ווען עס קומט פאר מיט'ן מענטש און מיט'ן גאנצן מענטש, און האט איז א פועל-יוצא. איך האב נישט נאכאמאל אריינגעטראכט יעצט דערין. איך טראכט נאר אז ווען מ'זאגט "האט זיך", איז דאס נישט קיין סתירה להנ"ל, ווייל דאס איז ווי דער מענטש טוט אן אויסערליכע פעולה (פועל יוצא) מיט זיך אליין.
וועסט באמערקן אין רוב פון די משלים וואס דו האסט אויסגערעכנט מיט "איז" רעדט מען טאקע פון דעם גאנצן גוף וואס עפעס ווערט געטון דערמיט. און "האט" איז א פועל יוצא. ער האט געטראכט - עפעס, געזאגט - עפעס וכו'.


איך האב אים געפרעגט איבער דעם ווארט "געטאנצט": ער האט געטאנצט. האט ישובניק געענטפערט:
ישוב'ניק האט געשריבן:די קשיא האב איך אויך, און מן הסתם שטימט עס נישט איבעראל, אדער זענען אפשר געווען מקומות וואס האבן פשוט געגרייזט און זיך איינגעוואוינט מיט טעותים, אבער ס'האט זיך גוט איינגעווארצלט און אנערקענט געווארן.
עס זענען פאראן נאך אזעלכע ביישפילן: האט שפאצירט, געשפרייזט. בקיצור, איך בין נישט זיכער אז ס'שטימט אינגאנצן.


אלזא וואלט אינטערעסאנט געווען וואס דער עולם האט צו זאגן אויף דער פראגע.
.Cogito ergo sum
René Descartes -

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר