בלאט 1 פון 1

שרייבן/רעדן אין אידיש אלץ איבערזעצונג פון ענגליש און פארקערט

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:15 pm
דורך יידל
איך האב לעצטנס באמערקט אז אסאך מאל ווען מען רעדט אין אידיש נוצט מען בעצם ענגלישע גראמאטיק, און אין אידיש קלעבט עס בכלל נישט. צום ביישפיל, אין ענגליש זאגט מען
What should I speak about?

אין אידיש וואלט מען ווען געדארפט זאגן: "וועגן וואס זאל איך רעדן?" אבער דערווייל, וועט איר פיל מאל הערן "וואס זאל איך רעדן וועגן?". נאך א ביישפיל אין ענגליש זאגט מען:
He said that he did not want to attend the meeting.

דהיינו, אלעס אין לשון עבר. אין אידיש וואלט מען ווען געדארפט זאגן בלשון הווה: "ער האט געזאגט אז ער וויל זיך נישט באטייליגען אין דעם מיטינג". דערווייל קען מען הערן מענטשן זאגן: " ער האט געזאגט אז ער האט זיך נישט געוואלט באטייליגען אין דעם מיטינג", א זאץ וועלכער קלעבט קוים אין אידיש.
דער זעלבער פראבלעם, וואס קומט מסתמא מער אפטער פאר, איז אויף פארקערט. ווען מען טייטשט איבער פון אידיש אויסלייג אויף ענגליש און אנשטאט זאגן ווי מ'ברויך, זאגט מען:

About what should I speak?

אדער:

He said that he does not want to attend the meeting. וכדומה. פאר א נאטיווע ענגליש רעדנער, גריצלט דאס אין די אויערן.

ומענין לענין, אויב האט איר שוין אמאל פרובירט צו נוצן גוגל טרענסלעט פון אידיש אויף ענגליש אדער פון ענגליש אויף אידיש, ווייסט איר מסתמא אז דאס איז ווערד אויף כפרות, אויף טויטע באנקעס. אויף אייוועלט האב איך אמאל געזען א שמועס דערוועגן און דארט האט דער עולם באשולדיגט די אידישיסטען פון ייוו"א וועלכע פאר'אידישיסט'עווען אלע ווערטער, און דערפאר קען גוגל טרענסלעט נישט ארויס רעדן א גראד ווארט אין אידיש. איך מיין אבער אז עס פארמאגט א פיל מער פונדאמענטאלעם פראבלעם. טאקע אט די דאזיגע פראבלעם פון גראמאטיק וועלכער איך האב אקורשט אויסגעשמועסט.

צו האט איר נאך ביישפילן?