בלאט 1 פון 1

ווער קען שפרעכן?

נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 5:29 pm
דורך ברסלבער
אקדמות – איידער איך הייב אן
מילין – צו רעדן
ושריות - און איך באגער
שותא – צו שפרעכן


יעדער פון אונז געדענקט גוט דעם ניגון פון אויסענווייניג, דאס איז דער הייליגער פיוט פון רבי מאיר ש"ץ, וואס ווערט געזאגט דורך אלע אידן בכל מקומות מושבותיהם אום יום טוב שבועות.
איז די מעשה אזוי, עס איז געקומען א איד א מלמד, און ער האט געקלערט אז פארוואס זאלן די טייערע קינדערלעך נישט וויסן די באדייט פון דעם פיוט, האט ער זיך געזעצט איבערטייטשן דעם פיוט אויף אידיש, ער האט פרובירט צו ניצן די גרינגסטע ווערטער אז די קינדער זאלן עס קלאר פארשטיין, און וויסן די חשיבות פון די אידישע פאלק איבער די גוים, וכך הוה די קינדער האבן זיך מחי' געווען און עס איבערגעזינגן מיט די טייטש מיט גרויס געשמאק.
עס זענען אריבערגעלאפן דורות, און מען האט ווייטער איבערגעגעבן דעם ניגון מיט די טייטש מדור דור, און עס ווייטער געזינגען, אבער דא עקא אז אינצווישן האט זיך די אידישע שפראך אביסעלע געטוישט, און די טייטש וואס דער מלמד האט געמאכט מיטן בלויזן ציהל צו גרינגער מאכן אז די קינדער זאלן עס בעסער פארשטיין, איז שוין היינט גענצליך אומבאקאנט פאר די קינדער, אבער מען זינגט עס נאך ווייטער מיטן זעלבן שטאלץ, און וואגן זאל זיך איינער עס צו אויסלערנען פאר די קינדער מיט די הייניטיגע טייטש, רחמנא ליצלן, מען גייט דאך אוועק פון די הייליגע מסורה.
האט מיר געזאגט א מלמד וואס האט יא געהאט חשק אז זיינע קינדער זאלן טאקע פארשטיין די טייטש פון אקדמות, און ער האט עס יא געוואלט זאגן מיט די היינטיגע טייטש, איז ער דאס געגאנגען איבערשמועסן מיטן מנהל, שטייצעך אז דער מנהל האט געזאגט חס מלהזכיר, אזוי האט מען אייביג געלערנט און מען טאר נישט משנה זיין, האט דער מלמד גענומען די דרייסקייט און געפרעגט דעם מנהל, ווען א אינגערמאן קומט צו אייך און זאגט בזה הלשון, "איך באגער צו שפרעכן מיטן מנהל אז איך וואלט באגערט צו ווערן א שטעלפאטרעטער אדער א לערער פאר די קינדער, זאל דער מנהל נעמען א שרייב-פעדער און מיר צייכענען אז איך קען קומען", וואס וואלט דער חשובער מנהל געענטפערט פאר אזא מענטש? איר וואלט דאך אים געשיקט לופטערן? נו אויב אזוי פארוואס זענען די קינדער נישט אזוי חשוב אז מען זאל נישט טארן רעדן צו זיי מיט א נארמאלע שפראך?

די דאזיגע נושא איז ביי מיר פארהוילן מיט א פארהוילעניש, אפשר קען איינער טוהן דאס גענאדע און זיין באוויליגט צו נעמען דאס שרייב-פעדער און צייכענען אן ענטפער אז מען זאל קענען פארשטיין דאס דאזיגע אין איילעניש אן קיין פארזוימונג, איך וואלט זייער באגערט דאס צו וויסן צו זעטיגן מיין זעהל און דאס קענען איבערשפרעכן אויך פאר אנדערע.
דאנקע שיין.