ענגליש ספעלינג און גראמאטיק

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 443 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

ענגליש ספעלינג און גראמאטיק

שליחה דורך פידלער »

די אשכול איז פאר פראגעס אדער באמערקונגען איבער די ספעלינג און ריכטיגע usage פון ענגלישע ווערטער. ס' איז דא היפש אפאר ניקס דא וואס האבן די עקספערטיז צו ענטפערן אויף די סארט פראגעס (אזוי ווי איך האב געזען אין די "לערנען ענגליש" אשכול.) ממילא -- פרעגטס!

אויף אנהייבן וועל איך אויסרעכענען אפאר common טעותים.

1. מ'ספעלט loose ווען מ'מיינט lose. די מיינונג פון lose איז צו פארלירן. Loose מיינט לויז אדער פריי, די פארקערטע פון tight.
2. מ'לייגט צו אן עקסטרע L ביי ווערטער וואס ענדיגן זיך אין ful, צוב"ש beautiful, wonderful, thoughtful, colorful
3. ס'איז דא א ווערטל: I before E, except after C אוודאי איז דא אויסנאם פעלער, אבער די כלל גייט אן ביי ווערטער ווי receive, believe, deceive און נאך.

Usage
Teach/Learn: די ווארט teach נוצט מען ווען איינער לערנט אויס פאר אן אנדערע. Learn איז ווען מ'לערנט פון אן אנדערע
I will teach you to do this. You will learn how to do this. You will teach me to write. I will learn how to write once you teach me the steps

Borrow/Lend: די ווארט borrow נוצט מען ווען מען בארגט פון יענעם. Lend איז ווען מ'בארגט צו יענעם.
May I borrow your book? Can you lend it to me? I will lend you my book. Feel free to borrow it anytime

איך האב געטראכט פון נאך אפאר, למשל farther/further, number/amount, realize/notice/recognize, אבער לאמיך ערשט זען אויב די עולם איז אינטערעסירט.

דער אשכול פארמאגט 123 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר