שיין שרייבן!

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג אפריל 03, 2014 5:11 pm

מאראנצןזאפט האט געשריבן:14. אויכעט איז נישט קיין ווארט, און שניידט דאס ביטע ארויס פון אייער שריפטליכן לעקסיקאן.

ביי אונז איז דאס טאקע נישט מקובל ווי א ווארט, אבער ביי די יידישיסטישע שרייבער איז עס יא אנגענומען. א סוירטש אויף דעם "פארווערטס" וועבזייטל ברענגט 91 רעזולטאטן.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2624
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10320 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:22 am

מאראנצןזאפט האט געשריבן:
1. ווערט און ווערד זענען צוויי ווערטער (הערסט יואב?!).


אן אינטערעסאנטן שמועס אויף קול מבשר, צווישן די צוויי וועטעראן שרייבער שמעון ראלניצקי און פינחס גלויבער, שמועסן זיי איבער עטליכע אינטערעסאנטע נקודות איבער שפראך.

ר' שמעון ראלניצקי און ר' פינחס גלויבער לויפן איבער מיט נאסטאלגיע 22 יאר פון באקאנטשאפט, אין פופצן מינוט, און שמועסן אויס דעם מצב פון דער אידישער שפראך אין אלגעמיין, באגלייט מיט הומאריסטישע עפיזאדן. אויך: וויאזוי פילט א שרייבער ווען ער פרובירט צו אויספאלגן די כללים און אנדערע מיינען אז ער קען נישט שרייבן...
https://www.yiddish24.com/analysis/146/25727

אן אינטערעסאנטן שמועס. אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז יא צוויי באזונדערע ווערטער, איז דאס טאקע א טעות?
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:29 am

יא, כ'האב געהערט דעם שמועס. פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות.

סיי ווערט (וועליו) און סיי ווערט (געשעט) שרייבט מען מיט א ט'.

ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'האב נישט פארשטאנען דעם הסבר פארוואס מ'שרייבט אין דער וואכן (סיידן אויב מ'זאגט אז וואכן איז נישט קיין לשון רבים נאר מיינט איין וואך. ענליך טרעפט מען למשל דאס ווארט אידן. אין אלטע ביכער קען מען זען אזא זאץ ווי א אידן גנב'עט נישט.)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2551
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:40 am

ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'מיין זייער ציל איז נישט אז מ'שרייבט ביידע מיט א ט', הכל מודים אז מ'שרייבט מיט א ט'. זיי האבן מער אויסגעשמועסט אויב שרייבט מען ערקלערט צי דערקלערט.
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:26 pm

טיכטיגער האט געשריבן:
ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'מיין זייער ציל איז נישט אז מ'שרייבט ביידע מיט א ט', הכל מודים אז מ'שרייבט מיט א ט'. זיי האבן מער אויסגעשמועסט אויב שרייבט מען ערקלערט צי דערקלערט.

גערעכט. דאס האב איך געוואלט זאגן אבער למעשה געשריבן שטותים.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2551
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7318 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:51 pm

טיכטיגער האט געשריבן:
אן אינטערעסאנטן שמועס. אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז יא צוויי באזונדערע ווערטער, איז דאס טאקע א טעות?

נישט נאר וואס ס'איז צוויי באזונדערע ווערטער, אין הויכדויטש שרייבט מען זיי אויך אנדערש, worth איז wert, און becomes איז wird
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

Re: שיין שרייבן!

הודעהדורך החוקר » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:55 pm

טיכטיגער האט געשריבן:אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

מהיכן דנתנו?
זענען זיך זיך מסביר? אדער מאכן זיי צוזאמען אפ בשעת מעשה אז אזוי קומט עס און פרעג נישט קיין קשיות.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 887
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 681 מאל

הודעהדורך עמינדב » דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:34 pm

איז נישט נאריש צו האלטן זיך צו אלטע כללים וואס האבן שוין עקספייערד? שפראך בטבע טוישט זיך מיט צייט און זיכער אזוי מיט יידיש. וואס פעלט אויס גיין מיט כללים וואס גרידזשעט אין די אויערן ווי "דער וואכן"?
עמינדב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 21, 2020 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:11 am

כוכב האט געשריבן:יא, כ'האב געהערט דעם שמועס. פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות.

סיי ווערט (וועליו) און סיי ווערט (געשעט) שרייבט מען מיט א ט'.

ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'האב נישט פארשטאנען דעם הסבר פארוואס מ'שרייבט אין דער וואכן (סיידן אויב מ'זאגט אז וואכן איז נישט קיין לשון רבים נאר מיינט איין וואך. ענליך טרעפט מען למשל דאס ווארט אידן. אין אלטע ביכער קען מען זען אזא זאץ ווי א אידן גנב'עט נישט.)

ווערט און ווערד איז יש ויש. רוב זענען מחלק און געוויסע נישט.

לגבי דער וואכן - עס איז נישט קיין לשון רבים, ווייל מ'רעדט פון די וואכן-טעג באופן כללי. אויב מ'רעדט טאקע פון עטליכע וואכן שרייבט מען טאקע נישט 'דער' נאר 'די'.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:13 am

טיכטיגער האט געשריבן:הכל מודים אז מ'שרייבט מיט א ט'.

הכל מודים? איך בין נישט פון די הכל. איך געדענק יא אז ווערד (שוויות) קומט מיט א ד', און עס איז כדאי צו האבן א באזונדערע ספעלינג פאר דעם, עס מאכט גרינגער דאס ליינען.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך מפיל קינד » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:17 am

@שמעקעדיג טיכטיגער רעדט פון די ט' ביים סוף פון די ווארט 'ערקלערט'.

קוק וואס ער ציטירט. ודו"ק היטב.
מפיל קינד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 237 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 285 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:19 am

אקעי כ'האב גע'דוק'ט היטב. ואם טעיתי נא לכפר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15259
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18076 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18459 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 7:03 pm

טיכטיגער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטן שמועס אויף קול מבשר, צווישן די צוויי וועטעראן שרייבער שמעון ראלניצקי און פינחס גלויבער, שמועסן זיי איבער עטליכע אינטערעסאנטע נקודות איבער שפראך.

אן אינטערעסאנטן שמועס. אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז יא צוויי באזונדערע ווערטער, איז דאס טאקע א טעות?

כ'האב עס יעצט אויסגעהערט, ער זאגט נישט אז ס'איז איין ווארט, ס'איז צוויי באזונדערע ווערטער וואס מ'שרייבט די זעלבע. אזויווי שטיין (אבן) און שטיין (לעמוד), שטערן (כוכב) שטערן (להפריע) און שטערן (מצח).
פון די "סיסטעם" קען מען אנטלויפן, פונעם אויבערשטן פעלט נישט אויס צו אנטלויפן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3722
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2884 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק שפראך און גראמאטיק

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט