מאראנצןזאפט האט געשריבן:
1. ווערט און ווערד זענען צוויי ווערטער (הערסט יואב?!).
אן אינטערעסאנטן שמועס אויף קול מבשר, צווישן די צוויי וועטעראן שרייבער שמעון ראלניצקי און פינחס גלויבער, שמועסן זיי איבער עטליכע אינטערעסאנטע נקודות איבער שפראך.
ר' שמעון ראלניצקי און ר' פינחס גלויבער לויפן איבער מיט נאסטאלגיע 22 יאר פון באקאנטשאפט, אין פופצן מינוט, און שמועסן אויס דעם מצב פון דער אידישער שפראך אין אלגעמיין, באגלייט מיט הומאריסטישע עפיזאדן. אויך: וויאזוי פילט א שרייבער ווען ער פרובירט צו אויספאלגן די כללים און אנדערע מיינען אז ער קען נישט שרייבן...
https://www.yiddish24.com/analysis/146/25727אן אינטערעסאנטן שמועס. אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.
איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז יא צוויי באזונדערע ווערטער, איז דאס טאקע א טעות?