אויסלייג פון אידיש שפראכיגע פאמיליע נעמען אויף העברעאיש

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
מוישע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

אויסלייג פון אידיש שפראכיגע פאמיליע נעמען אויף העברעאיש

שליחה דורך מוישע »

אויסלייג פון אידיש שפראכיגע פאמיליע נעמען אויף העברעאיש

שלום עליכם טייערע מיטגלידער!
איך בין דא א נייער תושב, און איך האף טאקע אז איך וועל דא הנאה האבן

ווען איך בין געווען א בחור האב איך איין מאל באמערגט אז משפחה נעמען ווען זיי ווערן גערשיבן אויף גוי'אישע בוכשטאבן ווערן זיי געשריבן ווי דער קוואל שפראך, צ.ב.ש. פאמיליעס: שווארץ, דויטש און קליין ווערן געשריבן: Schwartz, Deutsch, און Klein און נישט shvarz, Doich, און Klain. ווי זיי וואלטן געדארפט ווערן געשריבן אויף ענגליש.

די זעלבע זאך איז אויכעט אין ווערטער פון אנדערע שפראכן וואס ליגן אין ענגליש למשל, אדער מיט ענגלישע ווערטער וואס זענען געפאלן אין דייטש למשל, וואס ווערן געשריבן ווי זייער אויסלייג אין מקור. די סיבות זענען, ערשטנס: ווייל אזוי איז מען צוגעוואוינט צו שרייבן. צווייטנס ווייל זיי דארפן ארויסגעדרוקט ווערן ווי זיי ווערן ארויסגדרוקט אין מקור.
אנדערש איז אבער מיט א ווארט וואס גייט אריבער פון איין לשון וואס מען שרייבט אין איין טיפ כתב צו א צווייטע לשון וואס מען שרייבט אין אן אנדערער טיפ כתב וואס דארט וועטמען זיכער שרייבן נישט מיט דער כתב פון דעם ערשטן לשון נאר לויט דער כתב פון דעם צווייטן לשון.

די פראגע איז איצט פארוואס יודישע שפראכיגע משפחה נעמען ווערן נישט געשריבן אויף העברעאיש ווי זייער אויסלייג אין מקור און "ארנפלד" זאלמען שרייבן ערנפעלד "וייס" ווייס און "רוזנברג" רויזענבערג א.א.וו. נאר די תשובה איז פשוט – ווי באוואוסט האט מדינת ישראל פון איר ווינדלען אן געקעמפט קעגן די גלות שפראכן בכלל, און אידיש בפרט. דערפאר איז קיינער נישט איינגעפאלן צו שרייבן ווי מען שרייבט יודיש. דעריבער האלט איך אנכי הקטן אז עס איז ריכטיג צו שרייבן אידיש שפראכיגע משפחה נעמען לויט דער אידישער אויסלייג ווי די אלע קולטורישע שפראכן. און פון דאן אן טאקע (אלס בחור) האב איך מיך צוגעוואוינט זיי שרייבן ווי מען שרייבט זיי אויף אידיש, און אנדערש ווי איך בין געווען צוגעוואוינט ביז דאן.

און דער אמת איז אז די אקאדעמיע צום העברעאישן לשון (האקדמיה ללשון עברית) האט אויכט געוויכט דעם אל"ף פון די ווערטער וואס שטאמען פון אראמיש און עס געטוישט צו ה"א אז "דוגמא" זאל מען שרייבן דוגמה, "קופסא" קופסה א.א.וו.

וואס האלט עץ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מוישע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר