אידישע ווערטער פון פערסישן אפשטאם.

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען

אידישע ווערטער פון פערסישן אפשטאם.

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:55 am

אידיש ווי דייטש און ענגליש, שטאמט פון די אינדא-אייראפעאישע שפראך פאמיליע, און גאר אסאך ווערטער זענען גלייך אין אידיש און אין פערסיש, צום ביישפיל
פאטער ~ פאַדאַר (מיט א P)
מוטער ~ מאַדאַר,
טאכטער ~ דאָכטאַר,
ברודער, ~ בראַדאַר,
נאמען ~ נאַמע,
און נאך פילע ווערטער, אבער דאס מיינט נישט אז זיי קומען פון פערסיש, נאר אז זיי שטאמען ביידע פון דעם זעלבן מקור,
פאלגנד איז א ליסטע פון ווערטער וואס שטאמען יא כמעט זיכער פון פערסיש,

אראנזש,
ארסעניק,
באזאר,
באלקאן, (באלא ~ אויבערשטע, כאנא ~ הויז/צימער)
גאט,
דיוואן, (איך מיין דורך פויליש)
זאפראן, (געווירץ, ביז היינט צוטאגס איז איראן די קוואל פון איבער פינף אין ניינציג פראצענט פון די וועלטס טייערסטע געווירץ)
טולפאן, (בלום, וואס שטאמט פון צפון איראן)
טורבאן,
טיגער,
יאסמין, (jasmine)
כאקי (סחורה)
לילא (קאליר)
לימאן,
מושקאט, (געווירץ)
נאפט,
סאנדאל,
פאפוטשן, פא ~ פוס, פוטש ~ צודעק (יא, איך האב אויך געמיינט אז עס קומט פון אונגאריש) אויך פאדזשאמע קומט פון פערסיש, פא ~פוס דזשאמא ~ קלייד, עס איז אבער פילייכט נישט קיין אידישע ווארט,
פאראדיאז, (פרדס, א געמויערטן גארטן, דורך גריכיש, עד היום הזה איז די טראדיציאנאלע פערסישער פאראדיאז, זייער פאפולאר אין איראן) אויך בוסטנאי (א גערטנער) פון די חלום איז פון פערסיש, פון בוסטאן, א בלומען אדער געווירץ גארטן, באו מיינט שמעק, סטאן מיינט ארט, פלאץ (ווי אפגאניסטאן טאדזשיקיסטאן וכו', די פלאץ/לאנד פון די אפגאנער אדער טאדזשיקן וכו')
פירמע,
פערזשיך (פון פערסיע, פון וואו באטאניקער האבן געמיינט די פרוכט שטאמט אריגינאל)
צוקער,
קאפטן,
קאראוואן,
קיאסק,
ראנג, (קאליר אין פערסיש, פון די מיליטער וואו קאלירן האבן געצייגט די ראנג)
שאך,
שאכמאט,
שאל,
שאקאל,
שפינאט, (spinach, 'מוחל טובות'! :P )

אידישע ווערטער וואס זענען ענליך צו די ווערטער אין פארשידענע פערסיש דיאלעקטן,

אָרים, בארד, באנד, ביידע, גייסט, דריי, האַר, הייליג, זאגן, זעקס, יאך, יאר לוסט, ליבע, ליגן(ט), ליפ, מארד, מייז, נעגל, נו, פייער, פעדער, פריינד, קוה, קני, שטערן, שניט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישראל קאפקע אום פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 9:05 am, רעדאגירט געווארן 7 מאל בסך הכל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 2:12 am

וואס באדייט זשאקאל?
ווען דער אמרי חיים זצ״ל האט באזוכט דעם אמרי אמת מגור זצ״ל גלייך נאכן ארויפקומען קיין ארץ ישראל האט אים די גורער רבי געזאגט אויפן וועג ארויס ״קענסט קומען אינטער מיין שאָטן, דיין טאטע (הסב״ק מוויזניץ) איז געוועהן א גרויסע צדיק״
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5431
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3224 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 2:13 am

שבת אחים האט געשריבן:וואס באדייט זשאקאל?

Jackal א סארט בעל חי, ענליך צו א וואלף.

ווי ר' יום טוב עהרליך זינגט,

עס קוקן די בערג מיט די ווייסע קעפ,
עס וואויען שאקאלן אין סטיעפ,
עס קוקן די פעלזן צום הימל מיט שרעק,
און זאגן ניטא דא קיין וועג,

עס וואויען-ברומען-howl, שאקאלן-Jackals, אין סטיעפ א פלאכע באוואקסענע פעלד, די רוסישע/מיטל אזיע ווערסיע פון דער פוילישער 'לאָנקע' און די אמעריקאנער 'prairie',
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 11:14 am

און ארטיקל אינעם פארווערטס, איבער די מערקווירדיגע ענליכקייטן צווישן אידיש און פערסיש, ביידע זענען אינדא-אייראפעאישע שפראכן, וואס האבן אדאפטירט סעמיטישע אותיות פארן שריפט, ביידע האבן פילע רוחניות'דיגע מושגים גענאשט פון און געשריבן אינעם סעמיטישן אויסלייג, און ביידע האבן זיך אנטוויקלט אין בערך די זעלבער צייט.
אידיש און פערסיש, א שפראכן-פארגלייך,
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

הודעהדורך כוכב » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 11:23 am

זינט ווען איז אראנזש אידיש?
דו מיינסט די מאראנצן פרוכט?
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2373
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4727 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6586 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 11:24 am

דער קאליר
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

הודעהדורך איך אויך » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 7:51 pm

קודם זאל דער פארווערטס קענען כאטשיק א פערטל אידיש דערנאך וועל איך זיך זארגן וועגן פערסיש.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5505
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2481 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 10:21 pm

@ישראל קאפקע רוב ווערטער אין דיין רשימה זענען נעמען פון געוויקסן, וואס איז נאטירליך כמעט אינטערנאציאנאל, נישט נאר אין אינדא-אייראפעישע שפראכן. ס'איז אבער אינטערעסאנט וואס דו שרייבסט וועגן זייער אפשטאם.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1054 מאל

הודעהדורך יאיר » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 10:35 pm

קיינמאל נישט גגעוואוסט פון דעם אידישן ווארט פאראדיאז. א גוגל סוירטש האט מיר צוגעפירט צו עפעס א וועבזייטל קאווע שטיבל וואו אן אנגעבליכער אידיש רעדנדער שרייבער ווארפט בקיאות אין לינגוויסטיקס און עטימאלאגיע.
כדאי צו דערמאנען אז אין לשון הקודש איז דער ווארט אויך אריין פון פערסיע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7685 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:37 pm

יאיר האט געשריבן:קיינמאל נישט גגעוואוסט פון דעם אידישן ווארט פאראדיאז. א גוגל סוירטש האט מיר צוגעפירט צו עפעס א וועבזייטל קאווע שטיבל וואו אן אנגעבליכער אידיש רעדנדער שרייבער ווארפט בקיאות אין לינגוויסטיקס און עטימאלאגיע.
כדאי צו דערמאנען אז אין לשון הקודש איז דער ווארט אויך אריין פון פערסיע.

יאיר: אין די גמרא, אנהייב מס' גיטין, ווערט אויך צו געברענגט עטליכע פערסישע נעמען פון זייערע אפגעטער. "הורמוז/ס", וכו'... אויך נעמען פון שטעט ווערט דארט דערמאנט ווי "אקטיספון", "ארדשיר"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12305
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7842 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 8:42 pm

איך אויך האט געשריבן:קודם זאל דער פארווערטס קענען כאטשיק א פערטל אידיש דערנאך וועל איך זיך זארגן וועגן פערסיש.

דער פארווערטס, אלס צייטונג אין די אידישע שפראך, איז שטעקן געבליבן מיט זיין "אידיש'יסטישן" אידיש, וואס איז נאך געווען אקטועל אין די פערציגער יארן פונ'ם פריערדיגן יארהונדערט. וועמענ'ס נאכפאלגער זענען שוין אלע געשטארבן.
די היינטיגע באנוצערס פון די אידישע שפראך זענען חרד'ישע אידן, וועלכע רעדן אינגאנצן אן אנדערן דיאלעקט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12305
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13685 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7842 מאל


גיי צוריק שפראך און גראמאטיק

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט