קורץ און שארף: צו וועלכן מין געהערט דאס ווארט?

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

קורץ און שארף: צו וועלכן מין געהערט דאס ווארט?

שליחה דורך יואב »

ס'איז פארהאן א שיין ביסל ניקס וואס ווילן אז זייער שרייבווערק זאל נאכקומען די פארשריפטן פון די גראמאטישע כללים אויף דער אידישער שפראך. ווי פארשטענדליך איז דער ריכטיגער מין צו וועלכן א ווארט באלאנגט פון דעם אלף-בית אין אידישער גראמאטיק וואס עמיצער זאל נאר וועלן וויסן. נישט אייביג אבער איז פונקט שייך צו נאכקוקן א געוויסע ווארט אין א ווערטערבוך, צו טייל מאל טרעפט מען נישט דאס ווארט וועלכע מען זוכט. אלזא וויל איך ווידמען א ווינקל דא וואו דער עולם זאל קענען פרעגן און ענטפערן איבער ספעציפישע ווערטער צו וועלכן מין זיי געהערן – קורץ און שארף. פאר טייל זענען די זאכן נישט קיין חידושים, קענען זיי זיכער אהערקומען ארויסצוהעלפן אנדערע.

איך בעט מ'זאל נישט פארדרייען דעם אשכול צו לענגערע אפהאנדלונגען, כללים, ספעללינג אדער טענה'רייען וואס פאר אזאנע צוועקן זענען שוין פארהאן מערערע אשכולות.

צו געבן דעם טאן וועל איך אנהייבן מיט ווערטער וואס ווערן גענוצט דא אין שטיבל אויף א טעגליכן פארנעם. ובזה החלי:

דער אשכול
די תגובה
דאס ווארט
די שורה
דער זאץ
דער פאראגראף
די נקודה
דער פונקט
די רגע
די סעקונדע
די מינוט
די שעה
דער טאג
די נאכט
דער מארגן
די וואך
דער חודש
דאס יאר
די זון
די לבנה
דער שטערן
די וועלט (ווערט אפט געשריבן נאך א פרעפאזיציע = דער)
דער מענטש
דאס לעבן
דער גוף
די נשמה
דער מח
דער קאפ
דער בויך
דער רוקן
די האנט
דער פוס
דאס אויג
די נאז
דאס מציאות
דער פאקט
דאס שטיבל.


בכדי נישט צו פארדרייען דעם אשכול פון מיין ארגינעלער כוונה, וויל איך נישט דערמאנען סתם אזוי גראמאטישע כללים. צו וועלן אבער זיין אויסגעהאלטן ביים שרייבן דעם ריכטיגן מין צו וואס א ווארט באלאנגט, איז וויכטיג צו נעמען אין אכט דאס אז ממש אלע באשטימטע ארטיקלען, אזוי אויך אלע סופיקסן אפילו פון אומבאשטימטע ארטיקלען וועלן מוזן געענדערט ווערן אויב שרייבט מען דאס זאכווארט באלד נאך א פרעפאזיציע. בכהאי גוונא נעמט דער באשטימטער ארטיקל (אזוי אויך שטייצעך דער סופיקס) אן דעם דאטיוו פאל. לשון זכר: דער/דעם - לשון נקיבה: די/דער - לשון סתמי: דאס/דעם און לשון רבים בלייבט אייביג "די".

ואלו קצת מהן: אויף, אונטער, איבער, אין, אן, ארום, אלס, ביז, ביי, בנוגע, בעפאר, בשעת, דורך, דורכאויס, העכער, ווי/אזוי ווי, וועגן, זינט, כאילו, לגבי, לויט, מיט, נאך, נעבן, פאר, פון, צווישן, צו, צוליב און קעגן.

ס'איז לכאורה דא נאך וועלכע איך געדענק נישט אויף דער מינוט, נאר פאר די וועלכע זענען נישט געווען קלאר איבער דעם ביז יעצט האף איך דעט יו גייס גאט דע הענג אף איט. נעמט אין אכט: טייל פרעפאזיציעס באשטייען פון ווערטער וועלכע האבן האבן מער ווי איין באדייטונג – ביי אן אנדערן טייטש מוז דאס ווארט לאו דווקא זיין א פרעפאזיציע.

דער עולם ווערט געבעטן צו האקן – נישט ממש די זעלבע ווערטער אבער ענליך.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר