די סיילענט gh

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

די סיילענט gh

שליחה דורך דריידל »

איינס פון די מאדנע זאכן אין די ענגלישע שפראך איז אז ס'זענען פארהאן אסאך סיילענט אותיות. להבדיל אין די תורה ווייסן מיר איבער די מחלוקת צו יש אם למקרא אדער יש אם למסורת און אלץ איז דא דרשות אויף די קרי און די כתוב. אין ענגליש זענען אבער די סיילענט אותיות אן א פארוואס און אן א פארווען, לכאורה.

וויל איך דא מיטטיילן וואס כ'האב אמאל געהערט פון איינער וואס האלט זיך פאר א ידען איבער שפראך און גראמאטיק.

זאגט ער אזוי. די ענגלישע שפראך איז דאך צאמגעשטעלט פון ווערטער פון עטליכע שפראכן. דויטש (אידיש) איז איינע פון די שפראכן וואס איז די מקור פאר אסאך ענגלישע ווערטער. אין דויטש זאגט מען gh אזויווי ח'. אין ענגליש איז נישטא קיין ח' און אסאך גוים האבן טאקע א הארד טיים עס צו פערנאנסען.

אז מ'וועט זיך מתבונן זיין וועט מען זעהן אז אסאך פון די ווערטער וואס האבן א סיילענט gh קומען פון דויטש נאר מיט א ח'. עס איז דעריבער מסתבר צו זאגן אז וויבאלט ס'איז געווען שווער ארויסצוזאגן די ח', האט מען עס פשוט געמאכט סיילענט.

אט זענען עטליכע משלים:

נאכט night
לאך laugh
הויך high
ליכט light
פראכט freight
פארכט fright
טאכטער daughter
מאכט might
גע'בראכט brought
נאכבאר neighbor
רעכט right
פארדריי די דיר דיין קאפ

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר