לשון הקודש שרייבערס געזוכט - ליסטינג

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
אויסלייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 07, 2014 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

לשון הקודש שרייבערס געזוכט - ליסטינג

שליחה דורך אויסלייזער »

אלץ כולל אינגערמאן פלעג איך אננעמען לשון הקודש שרייב ארבעט. ווי שיעורים פון רבנים און מגידי שיעור, איך פלעג איבערשרייבן פון audio אדער פון אידיש געשריבענע קורצע שטריכן, אזוי אויך הגהה ארבעט פאר קונטרסים און ספרים. – מיין קאנטעקט פארט ארום צווישען די וואס זוכען שרייבער'ס, אבער מיין גיין ארבעטען האט אוועקגענומען מיין איבריגע צייט, און איך דארף זיי כסדר אפזאגען, און זיי פרעגן מיך כסדר אויב איך ווייס צו זאגן פון אן אנדערע שרייבער – און איך ווייס נישט.
דער אשכול זאל געווידמעד זיין פאר לשון הקודש שרייבער ליסטינג.
אויב ווייסט איר איינער וואס נעמט אן שרייב ארבעט פאר שיעורים פון רבנים וכדומה, ביטע לייגט ארויף יענעמ'ס נאמען און טעל. אויב מעגליך אויך א מראי מקום צו מעשי ידיו, א קונטרס אדער גליון וואס יענער האט עורך געווען.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר