וואו איז פארשוואונדן געווארן דער נו"ן?

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
מוישע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

וואו איז פארשוואונדן געווארן דער נו"ן?

שליחה דורך מוישע »

וואו איז פארשוואונדן געווארן דער נו״ן?

דער נו״ן פון אקוזאטיוו און דאטיוו

ווען א סטודענט גייט זיך היינט צו טאג לערנען אידיש אין איינע פון די אוניווערסיטעטן אדער קאלעדזשן, לערנט ער אין איינע פון די שיעורים דעם כלל פון אן ענדע נו״ן אין אקוזאטיוו און דאטיוו.

קודם כל לאמיר דערמאנען פארן עולם דעם באדייט פון די צוויי גראמאטישע באגריפן וואס יעדער וואס לייגט זיך אריין אין דער וועלט פון אידישער גראמאטיק מוז וויסן אין יעדן טריט אין שריט.


דער וואס ווייסט וואס זענען די באגריפן, קען די קומענדיגע דריי פאראגראפן איבער שפרינגען.

(נאָמינאַטיװ - נושא.
צ.ב.ש: דער טיש איז גרויס.)
אַקוזאַטיװ - מושא ישיר - אזוי ווי דער לשון קודש׳דיגער ״את״ (באמערקונג: ״את״ איז א באשטימטער אקוזאטיוו און אקוזאטיוו קען אויך זיין נישט באשטימט)
צ.ב.ש: גיב מיר דאס בוך. איך האב געזען משה(ן). איך זוך א שיינעם אתרוג.
דאַטיװ - מושא עקיף או אחרי מילת יחס - נאך א פּרעפּאָזיציע אדער נאך געוויסע ווערבן וואס נאך זיי וואלט געקומען "צו". צ.ב.ש: 1) אינטער דער ערד. 2) איך גלייב (צו) דער פרוי)


דער סדר איז אזוי:
נאָמינאַטיוו: דער מאן, די פרוי, דאס קינד.
אַקוזאַטיוו: דעם מאן, די פרוי, דאס קינד.
דאַטיוו: דעם מאן, דער פרוי, דעם קינד.


מען דעקלינירט אויף די אדיעקטיוון אט אזוי:
נאמינאטיוו: א / דער קלוגער מאן, א / די קלוגע פרוי, א קלוג קינד, דאס קלוגע קינד.
אקוזאטיוו: א / דעם קלוגן מאן, א / די קלוגע פרוי, א קלוג קינד, דאס קלוגע קינד.
דאטיוו: א / דעם קלוגן מאן, א / דער קלוגער פרוי, א קלוג קינד, דעם קלוגן קינד.


דער כלל פון דעם לאנגן נו״ן איז אזוי:
״מענטשן אין אקוזאטיוו און דאטיוו באקומען א נו״ן צום סוף״

לויט דעם כלל דארף אזוי זיין:
״איך האב ליב שלמה׳ן״ (אקוזאטיוו)
״זאג (פאר) רבקי׳ן״ ״נעבן חיימ׳ען״ (דאטיוו)

דער נו״ן ווערט נישט בלויז צוגעלייגט ביי נעמען, נאר אויך צו געוויסע סובסטאנטיוון (זאכווערטער). און דאס קען יעדער איינער פון אונז עדות זאגן. די סובסטאנטיוון וואס צו זיי ווערט דער ענדע נו״ן צוגעלייגט זענען: טאטע; מאמע; באבע; זיידע; משיח; רבי; איד און מענטש (אין מזרח׳דיגע דיאלעקטן)
צ.ב.ש: ״כ׳האב געזען דיין טאטען (אקוזאטיוו. באמערקונג: ״דיין״ אין נישט קיין פרעפאזיציע)
זאג דער מאמען (דאטיוו)
״ביים הייליגן רבי׳ן״. ״מען זאל דערלעבן משיח׳ן״. ״העלפן א איד׳ן״ ״זען א מענטשן״ (מיזרח׳דיגע דיאלעקטן)

אין געוויסע סוסטאנטיוון ווערט א רי״ש אראפ געלייגט און א נו״ן צוגעלייגט די סובסטאנטיוון זענען:
עמעצער - עמעצן. איינער - איינעם. יענער - יענעם. באאמטער - באאמטן. א.א.וו.

אין פארשידענע פראנאמען ווערט צו געלייגט א נו״ן וואס דאס צייגט אונז ווי שטארק איז דאס נו״ן ביים ענדע כאראקטעריסטיש אין אידיש.

דאס צולייגן א נו״ן ביי אקוזאטיוו און דאטיוו אין זיין גרויסער פארעם (מענטשן און געוויסע סובסטאנטיוון) האט עקזיסטירט אין רוסישן, ליטווישן, ראמענישן און אין הונגארישן דיאלעקט. אינעם פוילישן דיאלעקט האט מען נישט צו געלייגט דעם נו״ן אין זיין גרויסער פארעם נאר אין דער קליינער; דער פוילישער-גאליציאנער איז געגאנגען צום טיש פון הייליגן רבי׳ן, דער רבי האט גערעדט וועגן הייליגן יוספ׳ן און מסיים געווען מיט א תפילה אויף משיח׳ן. דערנאך האט ער גערעדט מיט איטשע און נישט דווקא מיט איטשען.
(דאכט זיך מיר אז אין געוויסע דיאלעקטן אין פוילישן אידיש גופא האט אויך עקזיסטיט שאס צולייגן א נו״ן ביי אקוזאטיוו און דאטיוו ביי מענטשן, איך וועל מיך פרייען אויב עמעצער ווייסט מער פרטים וועגן די דיאלעקט און וואו האט מען צוגעלייט אדער נישט צו געלייגט דעם נו״ן)

אין די ע״ט ( - עברי טיישט) ספרים עקזיסטירט נישט דער נו״ן און מען דארף טאקע פרעגן פארוואס, אויב אין אלע אידיש דיאלעקטן עקזיסטירט דער נו״ן דא ווי א קלארע כלל און דא ווייניגער, פארוואס האט עס נישט דארט נישט קיין זכר, אפשר ווייל עס האט זיך אנטוויקלט גאר שפעטער ווען די ביכער זענען געשריבן געווארן?

די פראגע איז אויף אונז (אונגערישע אידן), ווי איז נעלם געווארן דער נו״ן פון אונזער לשון און אונזער ליטעראטור, צי איז עס ווי נאך כללים און עלעמענטן וואס זענען שוואך געווארן ביי אונז?

(צוריק צו גיין צו אונזער ערשטער קשיא, דארט ליגט אפשר דער תירוץ - אז דער נו״ן איז נישט גערעכנט געווארן ווי א עלעמענט וואס איז שייך צו דער ליטערארישער שפראך נאר צו דעם דיאלעקט און דערפאר האט מען נישט געשריבן מיט דעם נו״ן. אדער פשוט׳ער כדי צו בלייבן נייטראל און זיך ווענדן צו אלע אידיש רעדנדיגע פון אלע דיאלעקטן)

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר