ביכער איבער יודישע היסטאריע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:10 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מקטוביץ עד ה׳ אייר איז זיכער נישט וואס בן חכמוני האט געוואלט, אפילו ווען ס׳איז קראנט.

פארוואס נישט? ער האט געבעטן דאס:
בן חכמוני האט געשריבן: .

ספעציפיש בין איך נייגעריג איבער די חסידישע התנגדות צו די חובבי ציון און איבער די אריבערגאנג פונעם רעיון צו א נאציאנאלע רעיון, און די אגודה והמסתעף.

בתודה מראש.

די צווייטע האלב מקטוביץ רעדט טאקע פון דעם.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פראבלעם מיט די בוך, לדעתי, איז אז ער איז א חרדישער וואס זוכט צו שרייבען אלץ מדען. ער טאנצט אהין און צוריק פון באשטעטיגטע פאפירען צו באקאנטע עובדות. ער נוצט אלץ ראיה זאכען וואס וואלטען קיינמאל נישט געווען קיין ראיה צווישען מענטשען וואס פארשטייען די סיסטעם, נאר ווייל ס׳שטימט מיט איהם. זיין פרק אויף דער חזון איש איז לוקה בחסר אויף אן אויסנאמליכע אופן, וואס טוט זיך נישט וויסענדיג מאכען פון א שלל פון עדות׳ן און בריווען.
זאל ער האבען א ליכטיגער ג"ע, אבער אויפריכטיגקייט איז נישט זיין מעלה געווען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אויפן ערשטן העלפט קען איך הערן די טענות, דארטן קומט ער אויפווייזן אז די אגודה עסקנים האבן זיך נישט גערעכנט געהעריג מיט זייערע רבנים, איך קען הערן אז ער דרייט אלעס לויט זיין אגענדע.

אבער אויב לייגט מען נישט אראפ דעם בוך בעפאר מען האט איהם געענדיגט דורכלייענען קומט מען אן צו זיין צווייטע נושא, נעמליך די יחס פון די גדולי האגודה צו בנין הארץ, איך זעה נישט וואו ער זאל האבן דארט אן אגענדע, אלזא פארוואס איז ער נישט קראנט דארט?
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1817
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

Re: ביכער איבער יודישע היסטאריע

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יולי 13, 2017 3:19 pm

איך וועל עס מוזען איבער ליינען צו ברענגען די מקורות פון מיין טענות. איך האב עס דאס לעצטע מאל געליינט אין תשס"ב און דאס איז געווען מיין איינדרוק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5532
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2075 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5190 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט