די לאדמירער מויד:

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

די לאדמירער מויד:

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 08, 2019 10:56 am

אין די צייטן פון הרה''ק רבי מאטאלע טשערנאבלער זי''ע, האט אין די שטאט לאדמיר געוואוינט א מויד מיטן נאמען חנה רחל ווארבערמאכער. די דאזיגע מויד חנה רחל האט געדינט אלס א לעגיטימע רבי פאר חסידים, זי האט געפראוועט טישן און געפירט טינקלע שלוש סעודות, געזעגענט מענטשן און ארויסגעטריבן דיבוקים, געשמעקט טאביק מיט פארגלייזטע אויגן, גענוי ווי א אלגעמיינער רבי אין יענע צייטן. זי האט געדאווענט איינגעהילט אין טלית און תפילין, רש''י און ר''ת. גענוי ווי מיכל בת שאול. ווי די לעגענדע פארציילט האבן אירע ברכות אין אלגעמיין געווירקט, זי האט זיך דערווארבן א גרויסער ציבור פון חסידים און מעריצים וועלכע האבן גענומען פון איר אנווייזונגען ווי אזוי צו דינען ג-ט. די לאדמירער מויד האט קיינמאל נישט געהייראט צו א מאן, זי איז געווען גענצליך באהאפטן צו די פארבארגענע וועלטן, און זי האט זיך געפירט אויף גאר א געהויבענעם פארנעם. זי איז געווען זייער אפגעהיטן אין צניעות און באשיידנהייט.

די לאדמירער מויד האט געשטאמט פון גאר א רייכע שטוב, איר פאטער וועלכע איז געשטארבן אין איר יונגער עלטער האט איר איבערגעלאזט א גרויסע ירושה. אין רעזולטאט איז זי נישט געווען אנגעוויזן אויף קיין פינאציאלע שטיצע פון אירע פארעהרער, זי האט געפועלט ישיעות פאר אידישע קינדער, אן שניידן די קעשענעס פון אירע חסידים און חסידיסטעס. דער דאזיגער פאקטאר האט גאר שטארק אויפגעברויזט פארשידענע רביים וועלכע האבן דאן געלעבט בלויז פון אידישע צרות. די רדיפות און השמצות אויף כ''ק אדמו''ר מלאדמיר זת''ע האבן זיך אנגעהויבן אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. און נישט צו פארגעסן די געשיכטע איז זיך פארלאפן נאך איידער די פעמיניסטישע עפאכע, ווען דער אלגעמיינער וועלט איז נאך געווען איבערגעצייגט אז פרויען זענען בלויז באשאפן געווארן צו האבן קינדער און פירן א שטוב ווירטשאפט.

איינס פון די הויפט ארגומענטן וואס מ'האט געהאט קעגן איר איז געווען, אז זי איז נישט פארהייראט צו א מאן. דער הייליגע לאדמירער צדיקות האט באשלאסן צו ווארפן אירע פיינט אויפן דראנג, און זי האט געהייראט דעם גבאי פון איר בית המדרש. אבער נאך בלויז 24 שטונדען איז שוין דער גרויסארטיגער גט דורכגעפירט געווארן כדת וכדין. אצינד האט זיך איר סטאטוס גענדערט פון מויד צו גרושה... ס'האט אבער נישט אויסגעמאכט... די פארפאלגונגען קעגן איר האבן זיך בלויז פארשטארקט. אין רעזולטאט האט די לאדמירער מוד באשלאסן ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, וואו זי האט זיך באזעצט אינעם סאמען מאה שערים, און ווייטער פארגעזעט מיט אירע הייליגע וועגן צו פראווען חסידים און חסידות, און צו דינען ג-ט מיט גרויס מענדעטאציע ביז צום טאג פון איר טויט. זי ליגט בערדיגט אויפן הר הזתים אין ירושלים.

זאל איר ליכטיגע געדענקעניש געדענקט ווערן צום גוטן אויף שטענדיג.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1518
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1573 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » פרייטאג פעברואר 08, 2019 12:40 pm

שוין אמאל געהערט דערוועגן.

הערט זיך ווי א ווילדע פאנטאזיע, און קען גאר מעגליך זיין א משכילישע מעשה.

ווי זענען די מקורות וואס באשטעטיגן די פאקטן?
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 864 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג פעברואר 08, 2019 1:51 pm

עס איז דא א ביכל אויף אידיש וואס וואלגערט זיך אויפן געוועב, וואס באשרייבט איר באריכות. ווערטליך וואס זי פלעגט זאגען א.ד.ג.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1588
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » זונטאג פעברואר 10, 2019 1:58 am

אין די וויקיפידיע רעפרענסעס קענסטו זען אביסל מער מקורות:
https://en.wikipedia.org/wiki/Maiden_of_Ludmir
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%99%D7%A8

די רוסישע בלאט, זע איך, איז א לענגס און ברייטס, ברויך מען זען עס איבערצוזעצן:
https://ru.wikipedia.org/wiki/%D0%92%D0 ... 0%BB%D1%8C
—————
ש׳כח @קאך_לעפל פארן ארויפברענגען
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 147 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 10, 2019 2:18 pm

שצ"ם חנכ"ל: איך הער אז ס'איז דא ערגעץ א קליפ פון אן אונטערגעהערטן שמועס צווישן חתן-כלה, האדמו"ר מ'לודמיר, מיסס ווערבערמאכער און איהר ..."חתן"...נאכדעים וואס זיי זענען אהיימגעגאנגען פון די חתונה צו זייער דירה...!

נאר פאר די פרטים (ווער ס'קען נישט אויסהאלטן פאר נייגעריגקייט) וועט מען מוזן גיין קיין..."פאליש"... אדער די הייליגע וועבסייט ..."איי וועלט"... פאר מ'האט אנגעהויבן צענזורירן נארמאלע דיאלאגן. און מ'האט צוגעלאזט א יעדן חזיר און קראנקע בריאה זיך אויסדרוקן זיין גאנצע חזיר'ישקייט...!...איך געדענק עס נאך...אבער זיי טענה'ן אז זיי זענען קדוש מרחם...! קאווע שטיבל טויג נישט. דא נעסטן די גרעסטע ציונים. רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12905
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג פעברואר 10, 2019 9:22 pm

בערל

דיין שיחת חולין (מיט א חולם) דארף א ביאור.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1588
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג פעברואר 10, 2019 9:27 pm

ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1588
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 10, 2019 9:33 pm

אישתישבי: מיין שיחת חולין. צי מיט א חול"ם אדער א חירי"ק, מלא פו"ם, אדער א קיבוץ (שורק), דארף גארנישט קיין ביאור...! האסטו דעם לינק צו די קליפ וואו מ'הערט חתן כלה רעדן שטילערהייט צווישן זיך...www. gojil.com/urkrzy. org
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12905
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2019 4:38 am

אישתישבי האט געשריבן:https://ru.wikipedia.org/wiki/%D0%92%D0%B5%D1%80%D0%B1%D0%B5%D1%80%D0%BC%D0%B0%D1%85%D0%B5%D1%80,_%D0%A5%D0%B0%D0%BD%D0%BD%D0%B0-%D0%A0%D0%B0%D1%85%D0%B5%D0%BB%D1%8C

אישתישבי: מיט דיין לינק צו די רוסישע וויקיפעדיע איז מיר פארענטפערט געווארן א סאך קשיות און תמיהות...!

איך קען ליינען די רוסישע אלפאבעט. אבער איך ווייס נישט וואס איך ליין...!

איך פרוביר צו פראפיילן דעם שרייבער וועלכער שטייט אונטער דעם ניק. ביי דיר האביך געהאט שוועריגקייטן מפענח צו זיין דיין פערסאנאליטי. איך האב אייביג באקומען קאנפליקטירנדע און סתירות'דיגע מעסעדזשעס. נאר יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן זייער א הארבע קשיא. ס'איז ממש אראפ א בארג....שקויעך...You gave yourself away...lol...Thanks...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12905
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14322 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8206 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2019 8:47 am

די קאָנטראָווערסיאלע געשיכטע פונעם לאדמירער מויד, ברענגט א גאנצע טוץ פון ווירבלענדע געדאנקן צום אויבערפלאך. פארשידענע צווייפלנישן און ראציאנאלע שאצונגן פארפלייצן די מוח קעמעלעך, ס'איז א שטיק היסטאריע וואס טאר אויף קיין שום פאל נישט דורכגיין אן קיין פאסיגע אנעליז.

די ערשטע זאך איז נויטיג צו וויסן איז דער מויד געווען אויטענטיש, אדער איז זי בלויז געווען א שארלאט. ווי אזוי אימער ס'זאל בלויז נישט זיין פארבלייבט די געשיכטע עטוואס אומפארשטענליך.

אויב איז דער מויד ווירקליך געווען אויטענטיש, דארף מען דאך עטוואס פארשטיין ווי אזוי זי האט ערייכט אירע פארבארגענע קרעפטן, צו זאגן אז ס'איז געקומען פון נישט גוטע, און אז זי האט געהאט געהיימע שווארצע פארבינדונגן מיטן טייוול, הערט זיך עטוואס אבסורד, ווארום דער טשערנאבלער מגיד זי''ע וואס האט געוואוינט אין יענעם גובערניע וואלט דאס ווען זיכער באלד דערשפירט, און ער וואלט איר ווען אן קיין שום צווייפל גענצליך פארוואגלט פון אלע וועלטן. אין די ווירקליכקייט האט דער מגיד בלויז פארלאנגט פון איר אז זי זאל נישט לעבן איינזאם אן קיין מאן. ווי עס שיינט איז דער מגיד געווען איבערגעצייגט אז די מויד איז יא אויטענטיש. דאן קומט די צווייטע פראגע ווי אזוי האט זי ערייכט אירע פארבארגענע קרעפטן?
ווי ס'ווערט געברענגט אין די פארצייטישע חסידישע שריפטן, קען זיך א מענטש ארויפדראפענען צו הויכע מדריגות און בארוהט ווערן פונעם הייליגן גייסט, בלויז דורך לערנען תורה לשמה און איינהאלטן די מצות מעשיות, וואס דאס לייטערט אויס דעם פארגרעבטן גוף און ברענגט ארויס די כוחות פון די הייליגע נשמה. און בלויז ווען אלע פינף טיילן פון די נשמה זענען שוין גענצליך געהייליגט, קומט מען צו צו די מדרגה פון א רבי און מ'ווערט באשאנקן פון הימל הייליגע קרעפטן צו פארבינדן אידישע נשמות צו די הויכע ספערן.

דער מויד האט טאקע געלערנט תורה און איינגעהאלטן אלע מצות מעשיות. זאגאר אלס א פרוי איז זי דאך געווען פטור, אויב לערענט מען תורה לשמה און מ'איז מקיים די געבאטן פון די תורה אין א פאל וואס מ'איז נישט פארפליכטעט, האט דאס דען אויך די קראפט צו הייליגן די נשמה אזש מ'זאל גאר בארוהט ווערן פונעם הייליגן גייסט? דער געשיכטע פונעם לאדמירער מויד צייגט באשיינפערליך אז יא! דאס איז א שטארקע קאָנטראָווערסיאלע דערהער...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1518
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1573 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:09 am

ווי עס ווערט פארציילט, האבן זיך אין אלגעמיין בלויז דארפס אידן געקלאמערט ארום דעם הייליגן לאדמירער מויד. דער מויד האט נישט פארמאגט קיין נאכפאלגערשאפט פון קיין אינטעלעקטואַלן. דער דאזיגער פאקטאר צינדט אן א רויטער לעמפעל. און ס'לאזט זיך עטוואס טראכטן אז דער מויד איז יא געווען א שארלאט. פאר אזעלכע אידן ווי אונזער אלעמען באליבטער רבי טעביה מיליכיגער פון אנאטיווקע, וואס איז אייגענליך נישט צו ווייט פון לאדמירער, האט מען געקענט פארקויפן אלערליי לאקשן מיט פארדייעס.

נאך מער קען מען זאגן, אז די ערפינדער פון אונזער רבי טעביה האט אויך עטוואס געמישט דאס טעפל, און פול צוגעגבן צו די מיסטעריע פונעם לאדמירער מויד...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1518
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1573 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:19 am

היה רבי מאיר אומר: מניין שאפילו נכרי ועוסק בתורה שהוא ככהן גדול - שנאמר "אשר יעשה אתם האדם וחי בהם", כהנים לויים וישראלים לא נאמר, אלא האדם. הא למדת: שאפילו נכרי ועוסק בתורה הרי הוא ככהן גדול (ב"ק לח, סנהדרין נט, ע"ז ג).

ס'קען זיין אז ר' שמעון קריגט זיך, ווייל ער דרש'נט דאך דעם פסוק אדם אתם - אתם קרויין אדם ואין העובדי כוכבים קרויין אדם, עיין תוספות יבמות סא ד"ה ואין העובדי כוכבים, אבער ביי פרויען וועט ער זיכער מודה זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:55 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2292
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1353 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:31 am

.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1518
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1573 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:31 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:היה רבי מאיר אומר: מניין שאפילו נכרי ועוסק בתורה שהוא ככהן גדול - שנאמר "אשר יעשה אתם האדם וחי בהם", כהנים לויים וישראלים לא נאמר, אלא האדם. הא למדת: שאפילו נכרי ועוסק בתורה הרי הוא ככהן גדול (ב"ק לח, סנהדרין נט, ע"ז ג).

ס'קען זיין אז ר' שמעון קריגט זיך, ווייל ער דרש'נט דאך דעם פסוק אדם אתם - אתם קרויין אדם ואין העובדי כוכבים קרויין אדם, עיין תוספות יבמות סא ד"ה ואין העובדי כוכבים.


נאך א וויכטיגע גמרא פון וויקפידיע:

ת"ר דאיזהו שוטה היוצא יחידי בלילה והלן בבית הקברות והמקרע את כסותו איתמר רב הונא אמר עד שיהו כולן בבת אחת. ר' יוחנן אמר אפילו באחת מהן, היכי דמי? אי דעביד להו דרך שטות אפי' בחדא נמי, אי דלא עביד להו דרך שטות אפילו כולהו נמי לא. לעולם דקא עביד להו דרך שטות, והלן בבית הקברות אימור כדי שתשרה עליו רוח טומאה הוא דקא עביד והיוצא יחידי בלילה אימור גנדריפס אחדיה והמקרע את כסותו אימור בעל מחשבות הוא כיון דעבדינהו לכולהו הוה להו...חגיגה דף ג:
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1518
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1573 מאל

הודעהדורך זאפטיג » זונטאג אפריל 28, 2019 12:17 pm

נאר אינטרעסאנט אז חולדה/דבורה הנביאה וואס איז געזעצן און שופט געווען כלל ישראל האט קיינער נישט קיין קשיות
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אפריל 28, 2019 1:26 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
די קאָנטראָווערסיאלע געשיכטע פונעם לאדמירער מויד, ברענגט א גאנצע טוץ פון ווירבלענדע געדאנקן צום אויבערפלאך. פארשידענע צווייפלנישן און ראציאנאלע שאצונגן פארפלייצן די מוח קעמעלעך, ס'איז א שטיק היסטאריע וואס טאר אויף קיין שום פאל נישט דורכגיין אן קיין פאסיגע אנעליז.

די ערשטע זאך איז נויטיג צו וויסן איז דער מויד געווען אויטענטיש, אדער איז זי בלויז געווען א שארלאט. ווי אזוי אימער ס'זאל בלויז נישט זיין פארבלייבט די געשיכטע עטוואס אומפארשטענליך.

אויב איז דער מויד ווירקליך געווען אויטענטיש, דארף מען דאך עטוואס פארשטיין ווי אזוי זי האט ערייכט אירע פארבארגענע קרעפטן, צו זאגן אז ס'איז געקומען פון נישט גוטע, און אז זי האט געהאט געהיימע שווארצע פארבינדונגן מיטן טייוול, הערט זיך עטוואס אבסורד, ווארום דער טשערנאבלער מגיד זי''ע וואס האט געוואוינט אין יענעם גובערניע וואלט דאס ווען זיכער באלד דערשפירט, און ער וואלט איר ווען אן קיין שום צווייפל גענצליך פארוואגלט פון אלע וועלטן. אין די ווירקליכקייט האט דער מגיד בלויז פארלאנגט פון איר אז זי זאל נישט לעבן איינזאם אן קיין מאן. ווי עס שיינט איז דער מגיד געווען איבערגעצייגט אז די מויד איז יא אויטענטיש. דאן קומט די צווייטע פראגע ווי אזוי האט זי ערייכט אירע פארבארגענע קרעפטן?
ווי ס'ווערט געברענגט אין די פארצייטישע חסידישע שריפטן, קען זיך א מענטש ארויפדראפענען צו הויכע מדריגות און בארוהט ווערן פונעם הייליגן גייסט, בלויז דורך לערנען תורה לשמה און איינהאלטן די מצות מעשיות, וואס דאס לייטערט אויס דעם פארגרעבטן גוף און ברענגט ארויס די כוחות פון די הייליגע נשמה. און בלויז ווען אלע פינף טיילן פון די נשמה זענען שוין גענצליך געהייליגט, קומט מען צו צו די מדרגה פון א רבי און מ'ווערט באשאנקן פון הימל הייליגע קרעפטן צו פארבינדן אידישע נשמות צו די הויכע ספערן.

דער מויד האט טאקע געלערנט תורה און איינגעהאלטן אלע מצות מעשיות. זאגאר אלס א פרוי איז זי דאך געווען פטור, אויב לערענט מען תורה לשמה און מ'איז מקיים די געבאטן פון די תורה אין א פאל וואס מ'איז נישט פארפליכטעט, האט דאס דען אויך די קראפט צו הייליגן די נשמה אזש מ'זאל גאר בארוהט ווערן פונעם הייליגן גייסט? דער געשיכטע פונעם לאדמירער מויד צייגט באשיינפערליך אז יא! דאס איז א שטארקע קאָנטראָווערסיאלע דערהער...


כאילו אלע רביס האבן געהאט אמת'ער "קראפטן" און זענען נישט געווען שארלאטען.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1588
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 28, 2019 1:41 pm

א דאקעמענטרי איבער דאס מויד ע"ה

כ'האב עס נישט איבערגעקוקט, נאר דאס קעפל זאגט אזוי

https://youtu.be/HgJ5JluXi6U
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1912
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 979 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1148 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט