היסטארישע "תקופות" ביי כלל ישראל - און תקופות המעבר

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

היסטארישע "תקופות" ביי כלל ישראל - און תקופות המעבר

הודעהדורך מיימון » מאנטאג מאי 13, 2019 12:22 am

ווען מען פארציילט די אידישע היסטאריע איז אנגענומען איינצוטיילן די היסטאריע אין "תקופות". תקופת השופטים, נביאים, תנאים, אמוראים, רבנן סבוראי, גאונים, ראשונים, און אחרונים.אסאך וואונדערן זיך ווער עס האט באשטימט די תקופות, ווער האט באשלאסן ווען עס ענדיגט זיך א תקופה, ווער האט באשטימט די נעמען, וכדומה. מיר וועלן נישט דא מאכן א גרונטליכע "ארבעט" דערויף מחוסר הזמן והכח, מיר וועלן בלויז שרייבן כיד ה' הטובה עלינו להגדיל תורה ולהאדירה ולתפארת קאווע שטיבל. אין קורצן וועלן מיר באטראכטן וויאזוי די תקופות זענען באשטימט געווארן, און ווי מיר וועלן זען איז דאס א זאך וואס האט זיך אנטוויקלט במשך אסאך יארן, און צווישן יעדע תקופה זענען פארהאן "צווישן-תקופות" וואס זענען אומקלאר וואו זיי געהערן - און אויף דעם וועלן מיר זיך בעיקר באציען.

דער ערשטער מקור אויף אזא גענעראליזאציע און איינטיילונג פון אסאך דורות און יארן פון היסטאריע אין עטליכע "תקופות" געפינען מיר אין די משנה אין אבות "משֶׁה קִבֵּל תּוֹרָה מִסִּינַי, וּמְסָרָהּ לִיהוֹשֻׁעַ, וִיהוֹשֻׁעַ לִזְקֵנִים, וּזְקֵנִים לִנְבִיאִים, וּנְבִיאִים מְסָרוּהָ לְאַנְשֵׁי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה". די חכמי המשנה האבן נאך געלעבט אין דעם תקופת התנאים וואס האט נאך דאן נישט געהאט קיין נאמען, און זיי האבן איינגעטיילט די היסטאריע פון פאר זיי אין תקופות.

די ערשטע תקופה איז "זקנים", דאס איז דער ריכטיגער נאמען פאר וואס מיר רופן אן תקופת השופטים. אריינקוקנדיג אין תנ"ך זעען מיר אז די שופטים זענען געווען בלויז פאליטישע און מיליטערישע פירער צומאל אויף קורצע צייטן אדער איינמאליג. און טייל מאל זענען זיי אפילו געווען עמי הארץ ווי גדעון, יפתח, און שמשון. דער הנהגת העם און מסורה איז געגאנגען דורך די זקנים, די זקני העם והשבט, אדער די "שבעים זקנים" אלץ אוועקגעשטעלטע מוסד (תלוי איך מפרשים זה, ועי' בדורות הראשונים על מקרא באורך). דער אריבערגאנג פון דעם צו "נביאים" קען מען אנצייגן אויף שמואל הנביא, כאטש עס איז קלאר אז עס זענען געווען נביאים אויך פארדעם און זקנים אויך נאכדעם, קען מען אבער זען אז פון שמואל'ס צייטן איז די נבואה געווארן מער פארשפרייט, מיט אסאך "בני הנביאים" וואס האבן זיך אקטיוו צוגעלערנט צו נבואה. מיט דעם העדר פון מקורות אויסער די פסוקים איז שווער צו וויסן מער וויאזוי עס האט אויסגעקוקט, אבער בכלליות צייכנט די תקופת הנביאים אפ די תקופה וואס עס זענען געווען מלכים ביי אידן, די מלכים האבן געהאט נביאים ביי זיך וואס פלעגן זיי זאגן וויאזוי זיך צו פירן און פירן דאס פאלק, און די השפעה פון די זקנים איז געווארן שוואכער אונטער א צענטראליזירטע פירערשאפט פון די מלכים ונביאים אדער די כהנים.

דער קומענדיגער אריבערגאנג וואס חז"ל זאגן איז "וּנְבִיאִים מְסָרוּהָ לְאַנְשֵׁי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה". וואס איז אנשי כנסת הגדולה? לויט דעם אנגענומענעם חשבון השנים פון סדר עולם אז מלכות פרס איז בלויז געווען 52 יאר איז די כנסת הגדולה בלויז געווען א איינמאליגע קאווענשאן וואס אירע פירער זענען זיך צוזאמגעקומען צו מתקן זיין תקנות און האבן געפירט כלל ישראל פאר זייער לעבנסצייט, תיכף דערנאך האט זיך שוין אנגעהויבן די תנאים. פון די משנה וואס שטעלט עס מיט די תקופות קען מען אפשר זען א משמעות ווי די שיטה וואס איז אנגענומען ביי די חוקרים אז מלכות פרס האט זיך געצויגן פאר עטליכע הונדערט יאר, און במשך די צייט האט זיך כלל ישראל געפירט דורך די אנשי כנסת הגדולה, אדער "סופרים", וואס זענען געווען מיסודו פון עזרא הסופר, צווישן די נביאים און תנאים.

ווען האט זיך אויפגעהערט תקופת הנביאים? חגי און זכריה זענען די לעצטע וואס ווערן דערמאנט אז זיי האבן געזאגט נבואה בימי זרובבל ווען מען האט אויפגעשטעלט דעם צווייטן בית המקדש. (דער קאפיטל אין זכריה י"ג קען באטראכט ווערן ווי אן אנדייטונג איבער די ענדע פון נבואה). דער לעצטער ספר אין נביאים איז מלאכי וואס עס איז נישט קלאר דער נאמען און תקופה פונעם מחבר, כאטש מען זעט אז ער רעדט שוין נאכדעם וואס דער צווייטער בית המקדש איז שוין געשטאנען. עזרא און נחמיה זענען געווען שפעטער, (לויט די אויבנדערמאנטע חוקרים צענדליגער יארן שפעטער), און כאטש זיי ווערן נישט באצייכנט אלס "נביאים" ווערן זייערע ספרים אריינגערעכנט צווישן די כתבי הקודש. דאס שרייבן פון ספרים אויפן סגנון פון די כתבי הקודש האט זיך געצויגן פאר נאך הונדערטער יאר.

די ספרים פון "כתובים" ווערן על פי רוב מיוחס צו פריערדיגע תקופות, תהלים צו דוד, משלי שיר השירים און קהלת צו שלמה, און נאך. אבער לויט חוקרים זענען די ספרים אינגאנצן אדער טיילווייז פארפאסט געווארן שפעטער (לויט רנ"ק אין מו"נ הזמן זענען אלע ספרי התנ"ך לפי סדר כתיבתם). אפילו דעם נביא ישעיהו האבן טייל חוקרים געטענה'ט אז דער צווייטער טייל דערפון איז פארפאסט געווארן בימי כורש (ישעיהו השני, לויט רנ"ק האט דער אבן עזרא אויך געהאלטן אזוי). און געוויסע טענה'ן גאר אז די לעצטע קאפיטלען זענען שוין פון שפעטער בתחילת תקופת בית שני (ישעיהו השלישי). אין ספר תהלים געפונען מיר קאפיטלען וואס זעען אויס צו רעדן פון שפעטערדיגע תקופות, לויט טייל אזוי שפעט ווי תקופת החשמונאים. און אזוי אויך ספר דניאל וואס פאר פארציילט די מלחמות צווישן דעם מלך הנגב מיטן מלך הצפון (שושלת סילייקוס פון סוריא מיט שושלת התלמיים פון מצרים) בפרטות ביז תקופת החשמונאים. אין ספר נחמיה ווערן דערמאנט עטליכע דורות פון כהנים גדולים פון בית שני, און נאכמער אין דעם לעצטן ספר פון תנ"ך "דברי הימים" וואס רעכנט אויס אסאך דורות פון די אייניקלעך פון זרובבל און עזרא. (לויטן ראב"ד אין סדר הקבלה ווערט דארט אפילו דערמאנט הלל!).

אידישע חכמים האבן פארגעזעצט צו שרייבן ספרים אזוי ווי די כתבי הקודש ווי "בן סירא" (בימי שמעון הצדיק) און די אנדערע "ספרים חיצונים" וואס זענען געשריבן געווארן בזמן בית שני, פון איר אנהייב ביז כמעט צום ענדע ווי מיר זעען אין די מגילות מדבר יהודה און דעם ברית החדשה. די שטריך צו באצייכענען דעם ענדע פון תקופת המקרא איז נישט געצויגן געווארן ביז אסאך יארן שפעטער ווען חז"ל האבן באשטימט די כ"ד ספרים אלס הייליג און האבן גע'אסר'ט צו ליינען ספרים חיצונים. "ויתר מהמה וגו'. אל תקרא מהמה אלא מהומה, שכל המכניס בתוך ביתו יותר מכ"ד ספרים, כגון ספר בן סירא וספר בן תגלא, מהומה הוא מכניס בביתו.." (דאס ווערט באצייכנט אין דעם לעצטן - לויט רנ"ק - ספר פון תנ"ך, קהלת, "וְיֹתֵר מֵהֵמָּה בְּנִי הִזָּהֵר עֲשׂוֹת סְפָרִים הַרְבֵּה אֵין קֵץ וְלַהַג הַרְבֵּה יְגִעַת בָּשָׂר" ווי א אזהרה אז מער טאר מען נישט צולייגן קיין ספרים).

פון די תקופה פון די "סופרים" איז ווייניג פארבליבן. פון דאס ביסל וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל זעען מיר אז זיי האבן זיך שוין באטראכט ווי מפרשים צו די כתבי הקודש וואס זיי האבן גוט אפגעהיטן. זיי האבן אראפגעשטעלט די יסודות פון "תורה שבעל פה" מיט קורצע משניות און ברייתות וואס זיי האבן צוזאמגעשטעלט אויף די הלכות פון די תורה. דער מהלך פון מפרש זיין די כתבי הקודש איז מיט די צייט פארברייטערט געווארן ווי מיר זעען אין די מגילות מדבר יהודה דעם "פשר חבקוק" וכדומה פירושים און מדרשים אויף די פריערדיגע ספרים, און שפעטער די ספרע התנאים, משניות, ברייתות און מדרשים.

ווען האט זיך אנגעהויבן תקופת התנאים? לויט דעם רמב"ם איז שמעון הצדיק דער ערשטער תנא, זייענדיג דער ערשטער צו דערמאנט ווערן אין די משנה חוץ פון די אישי התנ"ך. כאטש שמעון הצדיק האט געלעבט זייער פרי, און איז געווען אין די זעלבע צייט ווי בן סירא. יוסי בן יועזר האט געלעבט נאך איידער תקופת החשמונאים, ווערט מתתיהו כהן גדול באטראכט אלס א תנא? אדער אפשר יוחנן כהן גדול - הורקנוס המלך, וואס ווערט דערמאנט אין די משנה? שמעון בן שטח ווערט שוין כמעט זיכער באטראכט אלס א תנא כאטש ער האט מאך געלעבט בימי ינאי המלך ווען די משניות האבן נאכנישט געהעריג עקזיסטירט. אויך חוני המעגל וואס ווערט דערמאנט אין די משנה אין געווען אין יענע צייט.

בפשטות לאזט זיך זאגן אז פון הלל ושמאי הייבט זיך עכט אן תקופת התנאים. לויט רב שרירא גאון האבן זיי מייסד געווען די משניות, און פון זיי און ווייטער געפונען מיר שוין א אנגייענדיגע אנוועזנהייט פון תנאים, וואס זענען געזיצן אין בתי מדרש און געלערנט די הלכות פון תורה שבעל פה. אין די צייט פון הלל איז געווען מנחם האיסיי וואס ווערט דערמאנט אין די משנה "יצא מנחם" נכנס שמאי. קען א איסיי אויך ווערן פאררעכנט אלס א תנא? דער צומישעניש וואס האט בכלל געהערשט דאן צווישן די כיתות ביי כלל ישראל גיט צו צום צומישעניש איבער התחלת תקופת התנאים.

יוסף בן מתתיהו איז לכאורה נישט קיין תנא (כאטש לויטן אברבנאל איז ער ר' יוסי הכהן פון די משנה אין אבות) אבער די חכמים וואס ער ברענגט, יהודה בן ציפורי און מתתיהו בן מרגלו, "בקיאים בתורת ה'" (לפי תרגום ש. חגי) זענען זיי תנאים? וואס איז מיט אלעזר בן חנניה פון די ראשי הבריונים ביים חורבן בית המקדש (המרד הגדול) וואס ווערט דערמאנט אין מגילת תענית "סיעתו של רבי אלעזר בן חנניה בן חזקיה בן גרון כתבו מגלת תענית". איז ער א תנא? אזעלכע סארט ספיקות הענגען אויף די גאנצע תקופה פון סוף ימי הבית שני, און האבן לכאורה נישט קיין אמת'ן תירוץ. די תקופה איז נאכנישט געווען דאן קלאר און נישט יעדער איז באשטימט וואו ער געהערט.

אין קומענדיגן קאפיטל: המעבר בין תקופות התנאים לאמוראים, אמוראים לרבנן סבוראי, ומהם לגאונים.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 317
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 153 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

Re: היסטארישע "תקופות" ביי כלל ישראל - און תקופות המעבר

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג מאי 13, 2019 6:53 am

הערליכן ארטיקל @מיימון!
הערה בעלמא, די "זוגות" ווערט לויט אסאך חוקרים אנגענומען ווי א תקופה כשלעצמו.
איבער די תקופה פון די כנסת הגדולה איז ווי די זאגסט דא גרויסע ספיקות און צומעשנישן, עס איז מאדנע ווייל די תקופה איז לכאורה די יסוד פון אונזער אידישקייט מיטן אוועק שטעלן די תורה שבכתב און מיטן מייסד זיין תורה שבעל מיט אלע גזירות וכו'. כ'האב אמאל געליינט א טעאריע אז דערפאר האט מען געשניטן מלכות פרס צו 52 יאר, ווייל אויב איז דאס געווען אסאך מער פון דעם ווי די חוקרים טענה'ן פֿעלט די המשך פון זיי צו די זמן פון חז"ל און עס איז איז א גרויסן לאך אין מסורת התורה, אז מ'שנייד די יארן שטומט שוין אלעס.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 637
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 688 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט