הג"ר שאול ליברמן: רבי חיים קנייבסקי איז גרעסער פונעם סטייפלר

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

הג"ר שאול ליברמן: רבי חיים קנייבסקי איז גרעסער פונעם סטייפלר

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 9:18 am

אין א פרישן ארטיקל וואס פראפעסאר מארק שפירא האט פובליצירט אויף "ספרים בלאג" האט ער ארויסגעשטעלט אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג. ער האט געפונען א דאקומענט וואס הג"ר שאול ליבערמאן האט געשריבן אין תשל"א פאר א מר. ראו אין דער שווייץ, וועלכער האט רעפרעזענטירט דעם "ראטשילד פאנד" וואס האט געגעבן דריי געלט-מתנות פאר גרויסע תלמידי חכמים, און ער האט אנגעפרעגט ליבערמאן זיין מיינונג וועמען צו באלוינען.

הרב ליבערמאן האט דעמאלט רעקאמענדירט הג"ר חיים קאניעווסקי, נאך דאן א יונגערמאן פון 42 יאר אלט, וועמען ער האט געשריבן אז ער האלט אים פאר "חשוב'ער פון זיין טאטן 'דער הארנאסטייפלער'," און אז זיינע חיבורים אויף די מסכתות קטנות "האבן נישט קיין שום פארגלייך."
בייגעלייגטע פיילס
Lieberman-Rowe (from JTS archives)_small.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2487
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3156 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9779 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 10:43 am

אויף וויפיהל איך האב שוין געזעהן ר' שאול'ס ווערק איז עס מיר נישט אזא חידוש. ער מאכט נישט אזא רושם ווי איינער וואס שעצט ישיבה'שע רייד, ער האט טאקע לכאורה מער ארויפגעקוקט איינער וואס קען גרונטליך אנאליזירן א זייטיגע טעקסט - דוגמת הגר"ח קנייבסקי במסכתות קטנות - ווי דער סטייפלער וואס לערנט מער קלאסיש, ווי אויך א חיבור וואס גיסט מראי מקומות נוסח פוטנאוטס. דאס איז אזא אקעדעמישע בליק.

מיר איז א גרעסערע חידוש אז ער האט אזוי שטארק געשעצט ר' בערל סאלאווייציק.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1822 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1841 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג מערץ 12, 2020 1:16 pm

דאס האב איך שוין לאנג געהערט, אז ווען דער גר״ש האט געזען דער נחל איתן, איז ער גאר שטארק נתפעל געווארען.

איך האף מ׳דארף נישט דערמאנען דער עולם די משפחה קורבה צווישען די צוויי. דער מאמע פון דער חזון איש איז געווען א שוועסטער פון די מאמע פון פרופ׳ ליברמן (און זיין ברודער מאיר, פון תורה ויראה). און פרופ׳ ליברמן איז דאך אן איידעם געווען ביי הרב מאיר באר-אילן, א זון פון דער נצי״ב. הרי״ד מירושלים איז געווען א חמישי בשלישי מיט אים
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8935
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8382 מאל

הודעהדורך ריכטיג » פרייטאג מערץ 13, 2020 1:05 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:. הרי״ד מירושלים איז געווען א חמישי בשלישי מיט אים

צ"ל רביעי בשני.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2308
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1822 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1841 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 13, 2020 8:26 am

ריכטיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:. הרי״ד מירושלים איז געווען א חמישי בשלישי מיט אים

צ"ל רביעי בשני.

גערעכט, איך האב זיך פרארעכנט. ר׳ מאיר איז געווען מער א פלעמעניק פאר זיין שוועסטער ווי א ברודער, ער איז דאך א גאנצע דור אפגערוקט געווען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8935
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8382 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 24, 2020 11:29 am

איך וואלט געוואלט וויסען צו איינער האט טאקע צוגעשטעלט דער קרית מלך צו דער ספר פון דער ליובאוויטשער רבי אויף די זעלבע טעמע, זיי זענען ענדליך?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8935
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8382 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט