סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי

הודעהדורך דוראק » מיטוואך יולי 29, 2020 1:25 pm

געווען אַ מאָל אַ רוסישער גוי מיטן נאָמען סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי. אַ קלוגער גוי איז ער געוועזן, האָט ער זיך אַ טראַכט געטאָן: אַזוי ווי ער ווייס דאָך אַז אַלע פאַרבן און שאַטירונגען וואָס די מענטשליכע אויג קאָן באַנעמען זײנען צוזאַמענגעשטעלט פון דרײ גרונטקאָלירן, הייסט עס, אַז אויב ער וועט מאַכן דרײ נאָכאַנאַנדיקע פאָטאָגראַפיעס פון איין בילד, נאָר אַרויפשטעלן אויפן פאָטאָ־אַפּאַראַט באַ יעדערן פון זיי אַן אַנדער פילטער וואָס וועט אַרויספילטערן איינעם פון די גרונטקאָלירן, וועט זיך דערפון – דורכן צונויפגאָס פון די דרײ פאָטאָגראַפיעס – באַקומען אַ קאָלירטער בילד.

אַזוי האָט עס געזאָלט אַרבעטן (ניט וואָס איך פאַרשטיי פּונקט ווי אַזוי מען האָט עס צונויפגעגאָסן וכו', אָבער דאָ איז אַ בײשפּיל פון די נעגאַטיוון):
בילד

אומר ועושה, ער איז אַרומגעפאָרן די גאַנצע רוסישע אימפּעריע, און פאָטאָגראַפירט פאַרשיידענע בילדער וואָס ער האָט אָנגעטראָפן. ער איז געוועזן פון די ערשטע זיך צו פּאָרען מיט קאָלירטע פאָטאָגראַפיעס. צום באַדויערן, בסיבת דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, ווייס מען ניט וואו רוב די בילדער זײנען אַהינגעקומען. אָבער אַ היפּש ביסל איז אונז פאָרט געבליבן, און דאָ וועל איך אַרויפשטעלן די בילדער וואָס איך האָב געטראָפן פון אידן.

אַ בוכאַרישער מלמד אין סאַמאַרקאַנד לערנט מיט קינדער (באַמערקט די פיאות באַם אינגל אויף לינקס) לערך 1905-1915.
בילד

פנחס קאַרלינסקי, 84 יאָר אַלט, 66 יאָר אין דינסט, אויפזעער פון טשערניגאָווער וואַסער־אויסגאָס:
בילד

(ער האָט אויכעט אַ בילד פון אַ בוכאַרישער אידישער מיידל ערגעץ וואו, איך קאָן עס ניט טרעפן איצטער).

אַ זעלבסט פּאָרטרעט פון פּראָקודין־גאָרסקי'ן:
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך דוראק אום פרייטאג יולי 31, 2020 3:47 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
דוראק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

הודעהדורך טיכטיגער » דאנערשטאג יולי 30, 2020 1:14 am

הערליך!
ברענג נאך
טיכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 25, 2020 6:38 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג יולי 30, 2020 11:29 pm

דוראק האט געשריבן:אַזוי האָט עס געזאָלט אַרבעטן (ניט וואָס איך פאַרשטיי פּונקט ווי אַזוי מען האָט עס צונויפגעגאָסן וכו',

ווי איך פארשטיי האט ער ארויפגעקלעבט דריי קאלירטע נעגעטיווס איינס אויף די צווייטע בעפארן נעמען די בילד. געדענק איך נישט פונקט איצט פון וואנעט איך האב גענומען מיין הבנה.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2362
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1851 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1906 מאל

הודעהדורך דוראק » פרייטאג יולי 31, 2020 2:50 pm

ריכטיג האט געשריבן:ווי איך פארשטיי האט ער ארויפגעקלעבט דריי קאלירטע נעגעטיווס איינס אויף די צווייטע בעפארן נעמען די בילד.

און איך פאַרשטיי נאָכאַלץ ניט ווי דאָס אַרבעט :?
ניט געפערליך, איך האָב גרעסערע דאגות.

דערווײלע, אַחוץ די צוויי אויבנגעבראַכטע בילדער (און דעם בילד פון דער בוכאַרישער אידישער מיידל וועלכן איך קאָן איצט ניט געפינען) האָב איך ניט געפונען נאָך אידישע בילדער. אָבער וויבאַלד עס שטייט דאָך בפירוש אין דעם אונטערקעפּל פון דעם פאָרום „אידישע און וועלטליכע היסטאָריע”, וועל איך אַרויפשטעלן אַנדערע אינטערעסאַנטע פאָטאָגראַפיעס זײנע.

אַ רוסישע משפחה:
בילד

מוכאַמאַד אַלים כאַן, דער לעצטער בוכאַרישער עמיר (1911):
בילד

אַרבעטער באַם באַקאַלסקי אײזן־גרוב (1910):
בילד

אַ תפיסה אין בוכאַראַ (1907):
בילד

דער באַוואוסטער רוסישער שרײבער לעוו טאָלסטאָי (1908):
בילד

בקשר מיטן לעצטן בילד, אָט איז אַ בריוו וואָס פּראָקודין־גאָרסקי האָט געשריבן טאָלסטאָי'ן:
איך האָב ערשט דעוועלאָפּט אַ פאָטאָגראַפיע וואָס אימיצער (איך געדענק ניט זײן נאָמען) האָט אײך פאָטאָגראַפירט. עס איז אַרויסגעקומען זייער שוואַך – משמעות אַז דער וואָס האָט עס געטאָן האָט ניט געקענט די מלאכה. פאָטאָגראַפיע אין נאַטירליכע קאָלירן איז מײן ספּעציאַליטעט . . נאָך פיל יאָר האָב איך דערגרייכט אויסערגעוויינליכע רעזולטאַטן אין פּראָדוצירן אַקוראַטע קאָלירן . . איצט וואָס מײן מעטאָדע אין פאָטאָגראַפיע געדויערט צווישן 1 ביזל 3 סעקונדעס, דערלויב איך זיך בעטן אײער רשות אײך צו באַזוכן אויף אַ צוויי-דרײ טעג...


העכסט אינטערעסאַנט איז צו פאַרגלײכן זײנע בילדער צו בילדער פון די זעלביקע ערטער הײנטיקע צײטן. אָט אַ שטייגער איז פון לינקס זײנער אַ בילד פון אַ פּאַלאַץ אין בוכאַראַ (1907), און פון רעכטס אַ בילד פון אָ יעניקן פּאַלאַץ אין 1959. מ'זעט כמעט ניט קיין אונטערשייד צווישן די צוויי פאָטאָגראַפיעס, און זײן פאָטאָגראַפיע איז אפילו קלערער פון דער צווייטער:
בילד
הײנט צוטאָג האָט מען שוין ראַמאָנטירט יענעם פּאַלאַץ, אָבער מ'קאָן עם נאָך דערקענען:
בילד

טאָלסטאָיס שטוב, 1908-2009:
בילד

טײך און בריק אין טווער, 1910-2010:
בילד

אַנדערע ערטער ווידער האָבן באַקומען אינגאַנצן אַ נײעם פנים־חדשות.
דוראק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 3:46 pm

דוראק האט געשריבן:געווען אַ מאָל אַ רוסישער גוי מיטן נאָמען סערגיי פּראָקודין־גאָרסקי. אַ קלוגער גוי איז ער געוועזן, האָט ער זיך אַ טראַכט געטאָן: אַזוי ווי ער ווייס דאָך אַז אַלע פאַרבן און שאַטירונגען וואָס די מענטשליכע אויג קאָן באַנעמען זײנען צוזאַמענגעשטעלט פון דרײ גרונטקאָלירן, הייסט עס, אַז אויב ער וועט מאַכן דרײ נאָכאַנאַנדיקע פאָטאָגראַפיעס פון איין בילד, נאָר אַרויפשטעלן אויפן פאָטאָ־אַפּאַראַט באַ יעדערן פון זיי אַן אַנדער פילטער וואָס וועט אַרויספילטערן איינעם פון די גרונטקאָלירן, וועט זיך דערפון – דורכן צונויפגאָס פון די דרײ פאָטאָגראַפיעס – באַקומען אַ קאָלירטער בילד.

אַזוי האָט עס געזאָלט אַרבעטן (ניט וואָס איך פאַרשטיי פּונקט ווי אַזוי מען האָט עס צונויפגעגאָסן וכו', אָבער דאָ איז אַ בײשפּיל פון די נעגאַטיוון):
בילד

אומר ועושה, ער איז אַרומגעפאָרן די גאַנצע רוסישע אימפּעריע, און פאָטאָגראַפירט פאַרשיידענע בילדער וואָס ער האָט אָנגעטראָפן. ער איז געוועזן פון די ערשטע זיך צו פּאָרען מיט קאָלירטע פאָטאָגראַפיעס. צום באַדויערן, בסיבת דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, ווייס מען ניט וואו רוב די בילדער זײנען אַהינגעקומען. אָבער אַ היפּש ביסל איז אונז פאָרט געבליבן, און דאָ וועל איך אַרויפשטעלן די בילדער וואָס איך האָב געטראָפן פון אידן.

אַ בוכאַרישער מלמד אין סאַמאַרקאַנד לערנט מיט קינדער (באַמערקט די פיאות באַם אינגל אויף לינקס) לערך 1905-1915.
בילד

פנחס קאַרלינסקי, 84 יאָר אַלט, 66 יאָר אין דינסט, אויפזעער פון טשערניגאָווער וואַסער־אויסגאָס:
בילד

(ער האָט אויכעט אַ בילד פון אַ בוכאַרישער אידישער מיידל ערגעץ וואו, איך קאָן עס ניט טרעפן איצטער).

אַ זעלבסט פּאָרטרעט פון פּראָקודין־גאָרסקי'ן:
בילד

וויאזוי פארעענפערט דאס די קלארקייט פון די בילדער? זיי זענען דאך ממש אויסנאם!
מנחם ציון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

הודעהדורך מנחם ציון » מאנטאג אוגוסט 03, 2020 3:48 pm

מוכאַמאַד אַלים כאַן, דער לעצטער בוכאַרישער עמיר (1911):
בילד

איי געס אים וויל מען נאכמאכן אויף אלע פלעיס :lol: :lol:
מנחם ציון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Trendictionbot [Bot] און איין גאסט