אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשון!

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

הודעהדורך צפור בודד » דינסטאג מערץ 16, 2021 1:49 pm

צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

Re: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשו

הודעהדורך nespresso » דינסטאג מערץ 16, 2021 7:45 pm

אז זיי האבן געטראפן זאכן פון 6 מיליאן יאר צוריג פארוואס דארף.איך גלייבן אז די ספרים איז 2000 יאר אלט

Sent from my SM-A015V using Tapatalk
nespresso
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2021 2:44 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך פארשטאנד » דינסטאג מערץ 16, 2021 9:16 pm

nespresso האט געשריבן:
אז זיי האבן געטראפן זאכן פון 6 מיליאן יאר צוריג פארוואס דארף.איך גלייבן אז די ספרים איז 2000 יאר אלט

Sent from my SM-A015V using Tapatalk


זעקסטע מילעניע איז פינעף מיליאן ניין הונדערט פיהר און ניינציג טויזענט יאהר ווייניגער פון זעקס מיליאן.

לגבי די מחלוקת מרפסין איגרא צווישן הני תרי צנתרי דדהבא רביה"ק און הקטן, רוב רובם פון היינטיגע חוקרים האלטן אז די תורה, על חמש חלקיה זענען מזמן בית ראשון, במילא אפילו אויב עס זאל זיך ארויסשטעלן צו זיין אויטענטיש, וועט איר עצם עקזיסטענץ נישט זיין קיין חידוש.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג מערץ 22, 2021 8:38 pm

כ'האב געלייענט דעם פארש-פאפיר פון עידן דערשאוויץ, און כ'מוז דערציילן פאר'ן ציבור אז כ'בין נישט איבערצייגט. יא, ער ברענגט עטליכע זאכליכע ארגומענטן וואס מאכן שוואכער עטליכע פון די ראיות אז די שפירא-מגילות זענען געווען געפעלשט, אבער זיין ראיה אז ס'איז יא אויטענטיש איז לדעתי גאנץ שוואך.

לכתחילה איז א שטארקע טענה קעגן דער אויטענטישקייט געווען די פאנטאסטישקייט פון דער מעשה: בעדואינער האבן געטראפן די מגילות פארשטעקט אין א הייל נעבן דעם ים המלח. ס'קלונגט עפעס נישט עכט. דערשאוויץ טענה'ט ריכטיג אז נאכדעם וואס מ'האט זעכציג יאר שפעטער געפונען די מגילות ים המלח ממש אויפ'ן זעלבן אופן איז דאס קלאר נישט קיין טענה. אויב עפעס איז פארקערט, ס'איז אפשר א ראיה אז די שפירא-מגילות זענען יא געווען אויטענטיש.

איין טענה קעגן דער אויטענטישקייט פון די מגילות איז געווען די אויסזען פון די אותיות וואס האבן נישט געשטימט מיט וויאזוי כתב עברי האט געזאלט אויסזען. דערשאוויץ ווייזט אבער אן אז די אנאליזן זענען נישט באזירט אויף דעם עצם כתב יד (וואס איז שוין נישט בנמצא) נאר אויף נאכגעמאלענע דאקומענטן. און די נאכגעשריבענע און נאכגעמאלדענע דאקומענטן זענען נישט גענוג אקוראט אז מ'זאל קענען דורך זיי באשטימט די צורות האותיות.

ביז אהער האלט איך אז דערשאוויץ מאכט א פיינעם קעיס. אבער וואס איז די ראיה אז די מגילות זענען יא אמת? זיין הויפט ראיה איז א דאקומענט וואס ער האט געפונען וואס ווייזט ווי שפירא פרובירט צו דעשיפרירן מגילות, און מ'זעט קלאר ווי ער האט געמאכט טעותים ביים פרובירן צו פארשטיין די אותיות, טייל וואס ער האט פארראכטן, און טייל טעותים וואס ער האט ניטאמאל געכאפט. דאס הייסט אז ס'איז נישט מעגליך אז שפירא האט געפעלשט די כתבי יד, ווייל ער וואלט דאך נישט געמאכט קיין טעותים ביים מעתיק זיין דעם כתב יד וואס ער אליין האט געשריבן...

איך האלט אבער אז דאס איז נישט קיין טענה. דאס אז שפירא האט געהאט א היסטאריע פון פעלשערייען איז יעדער מודה, און דעם מוח פון א פעלשער קען מען נישט אויסרעכענען. לויט אלע שילדערונגען איז שפירא געווען גאר אנידערגעשלאגן נאכדעם וואס עקספערטן זענען ארויסגעקומען אז זיינע מגילות זענען נישט אויטענטיש, און זעקס חדשים שפעטער האט ער זיך גענומען דאס לעבן. כ'זע נישט אז ס'זאל זיין אפגעפרעגט צו זאגן אז שפירא האט געפעלשט דעם גאנצן דאקומענטן וואו ער "פרובירט מעתיק צו זיין" די מגילות, טאקע מיט טעותים, אז מ'זאל דאס טרעפן שפעטער און דאס נוצן אלס א ראיה אז ער איז געווען אומשולדיג. אויב האט ער טאקע געפעלשט די מגילות רעדט מען דאך דא פון א פראפעסיאנאל, א מענטש וועלכער האט געארבעט לאנגע יארן צו פעלשן א דאקומענט פון טויזנטער יארן צוריק. איז נישט אויסגעשלאסן אז די גאנצע דאקומענט וואס עידן דערשאוויץ האט געטראפן איז א חלק פון שפירא'ס פעלשעריי זיך צו ריינוואשן.

דאס איז וואס איך נעם ארויס פון דערשאוויצ'ס פאפיר. אבער דער פארשער דייט אן אז ער האט נאך ראיות וואס קומט פונעם טעקסט פון די מגילות אליין, און איך קוק ארויס צו לייענען וואס ער זאגט דארטן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך מי אני » מאנטאג מערץ 22, 2021 9:07 pm

דאס איז א גוטע הערה. מ׳קען דאס אולי אביסל אונטערלאַנען מיט וואס מ׳האט געשריבן דא, אז אין אלגעמיין ווען עס איז א ״שפיל״ צווישן איינער און א כנגדו חשבונ׳ט מען אריין צו א טיפערע לעוועל אין וואס דער אנדערער טראכט און דאדורך מאכט ער די באשלוסן. ס׳איז שטארק יתכן אז ער זאל האבן אזוי געפילט אזוי ווי א שפיל פון זיך קעגן די פארשער. אולי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2102
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 7996 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1543 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג מערץ 22, 2021 9:26 pm

העניך האט געשריבן:דאס איז וואס איך נעם ארויס פון דערשאוויצ'ס פאפיר. אבער דער פארשער דייט אן אז ער האט נאך ראיות וואס קומט פונעם טעקסט פון די מגילות אליין, און איך קוק ארויס צו לייענען וואס ער זאגט דארטן.

כ'דארף געהעריג לייענען דערשאוויצ'ס בוך ווען עס קומט ארויס אין אפריל, אינצווישן האב איך יעצט געזען א סעריע טוויטס זיינע, וועלכע זענען גאר אינטערעסאנט:
https://twitter.com/IdanDershowitz/stat ... 6272826371
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 7:39 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דינסטאג מערץ 23, 2021 7:40 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4933 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3794 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 7:39 am

יאהרן צוריק בין איך געוועהן אין פילידעלעפיע א חול המועד דאכצעך אין די Benjamin Franklin Museum האבן זיי דארט געהאט א גאנצע אפטיילונג פון די ים המלך-תורות אויסגעלייגט אין א גלאז. און איך האב פרובירט צו ליינען איין פרשה פאר מתן תורה. און איך האב מיך אנגעשטויסן אין עפעס מאדענע ווערטער ווי ויזרח משה. נישט קיין ווערטער נאר גאנצע פסוקים וואס שטייט נישט אין אונזערע תורה. און מיין עקס האט מיך געפרעגט וואס איז פשט דערפון? איך בין געוועהן פארלוירן פאר אפאר סעקונדעס, נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן. כ׳בין אליינס געוועהן שאקירט. האב איך איר געזאגט אז זעהט אויס אז סאיז שוין דעמאלטס געוועהן מחלוקות צווישן די רבנים איבער געוויסע שיטות פונקט ווי היינט מיט די עירוב. אבער נאכדעם האב איך געהערט אז מ׳האט פעסטגעשטעלט אז סאיז געוועהן אסאך פעלשערייען אין די ביזנעס. עד היום איז נישט קלאר וועלכע פון זיי זענען אויטענטיש און וועלכע נישט. אויך איז מעגליך אז געוויסע אידישע סעקטס האבן פארדרייט אדער צוגעלייגט צו די תורה. עכ״פ סאיז נישט געדרינגן פון דעם גארנישט.
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4933 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3794 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג מערץ 23, 2021 10:02 am

וואס מיינסטו מיט פעלשערייען ביי מגילות ים המלח? כ'ווייס נישט פון אזא זאך.
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 683
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 722 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3024 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 23, 2021 10:14 am

אין עפעס מאדענע ווערטער ווי ויזרח משה


צ"ל ויכתב משה, והכל מיושב בס"ד.

אויך האט מען געטראפען ספרים חיצונים ווי ספר חנוך.

אבער עס הייסט ביי די חוקרים אז חוץ אפאר שנויים קלים איז די מגילות ים המלח דער זעלבער ווי אונז.

אין דער ארטיקעל ווערט דערמאנט, און אזוי קען מען דאס זעהן אין אנדערע פלעצער אז די מגילות ווייזען ראיות צו יאשקע, און די קריסטען טענה'ן אויך אזוי, עס איז דא אין דעם אריכות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3052
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1604 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 23, 2021 10:23 am

רוב רובם פון היינטיגע חוקרים האלטן אז די תורה, על חמש חלקיה זענען מזמן בית ראשון,


לפי זכרוני האלטען זיי אז עס איז פין גלות בבל און עזרא האט עס געענדיגט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3052
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1604 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 1:04 pm

העניך האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט פעלשערייען ביי מגילות ים המלח? כ'ווייס נישט פון אזא זאך.


אוואדי!

מהאלט אין איין כאפן פעלעשערייען.

מאך א גוגל סירטש

Dead Sea Scrolls' at the Museum of the Bible are all forgeries
Months of testing confirm earlier suspicions that the fragments were made in modern times.
https://www.nationalgeographic.com/hist ... -forgeries
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4933 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3794 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 4:09 pm

פאר ווער ס׳וויל זעהן וואס פארא פעלעשערייען ס׳גייט פאר אין די Industry זאל דאס וואטשן. סאיז ווערט די צייט.
Dead Sea Scroll Detectives
New technologies unravel the Dead Sea Scrolls’ mysteries and uncover million-dollar fakes.
https://www.pbs.org/wgbh/nova/video/dea ... etectives/
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4933 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3794 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » דינסטאג מערץ 23, 2021 9:04 pm

א דאנק אייך שבת אחים פאר די אינפארמאציע... ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'הער וועגן די מגילות פעלשערייען.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 421
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג מערץ 23, 2021 9:14 pm

מי יגלה עפר מעיניך ברוך שפינוזה?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4140
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 3981 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3385 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג מערץ 23, 2021 9:42 pm

ליב צו וויסן האט געשריבן:א דאנק אייך שבת אחים פאר די אינפארמאציע... ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'הער וועגן די מגילות פעלשערייען.


איך שטודיר שוין די נושא זייער א לאנגע צייט. און ליידער איז נישטא קיין אמתע וועג דערווייל צו וויסן אויף הונדרעט פראצענט וואס איז אמת און וואס נישט. יעדער קען זיך איינהאנדלן אלטע פארמעט- סאיז דא א גאנצע מארקעט דערפון. און זיי קענען שרייבן דארט וואס זיי ווילן. מ׳באצאלט פאר א קליין שטיקל א מיליאן דאללער בערך. מיינסט ס׳גייט נישט זיין קיין סקעמערס???
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4933 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3794 מאל

הודעהדורך ליב צו וויסן » מיטוואך מערץ 24, 2021 4:25 am

ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די גאנצע שקליא וטריא זייערע איז אויף שטיקלעך וואס קומען כסדר אפיר, און נישט אויף די גרויסע און הויפט געפינסן.
ליב צו וויסן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 421
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:02 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מיטוואך מערץ 24, 2021 7:44 am

ליב צו וויסן האט געשריבן:ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן אז די גאנצע שקליא וטריא זייערע איז אויף שטיקלעך וואס קומען כסדר אפיר, און נישט אויף די גרויסע און הויפט געפינסן.


פעלעשערייען? אויף די קלענערע מאכט זיך מעהר פאלשע ווייל סאיז אסאך גרינגער צו פעלשן און קליינע שטיקלעך איז גרינגער צו פארקויפן אויך אבער סאיז שוין געוועהן פעלשערייען ביי גרויסע אויך וואס מהאט געכאפט נאכדעם אז סאיז פאלש. בקיצור מקען נישט באמת וויסן צי סאיז אויטענטיש. נישטא קיין וועג צו וויסן אויף הונדערט פראצענט.

אדרבה אויב סאיז דא א וועג ביטע לאזט מיר וויסן. ס׳וועט זיין זייער אינטערסאנט צוהערן וויאזוי.
נאך די מלחמה איז די אמרי חיים געוועהן אין דייטשלאנד פאר אפאר חדשים און געדאווענט אין די יעקישע שול. אסאך פון די מתפללים זענען צום סוף געווארן וויזניצער חסידים. א רב האט אים געפרעגט וויאזוי האט איר מצליח געוועהן צו מאכן יעקערס פאר חסידים האט ער געזאגט. “כהאב גארנישט געטוהן חוץ זיי באמת ליב געהאט”
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6369
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4933 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3794 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 24, 2021 8:43 am

סא אין בייבל מוזעאום איז דא שטיקלעך וואס די קאנטענט איז סתם געבעבלט, ווי למשל ויזרח משה?

עס איז שווער צו גלייבן אז א פעלשער זאל נישט כאטש מאכן עפעס בעסער פין דעם. און זיי זעהן אזעלכע טפשים זיי קויפן זיך א איין שטיקלעך וואס זענען פאלש גענוג אז יעדער איינער קען זעהן אז עס איז פאלש?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3052
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1604 מאל

Re: אומגלויבליכע אנטדעקונג: כ"י ספר דברים פון תקופת בית ראשו

הודעהדורך כרם זית » מיטוואך מערץ 24, 2021 11:09 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מי יגלה עפר מעיניך ברוך שפינוזה?
ימ"ש. אולם כיון דהיה ישראל בא הבעש"ט ותיקן שיטתו, דבכל חטא ישראלי יש קצת אמת.
-הגריא"ה זצ"ל.

Sent from my LM-X210(G) using Tapatalk
"אז דער גוי איז געווארן רבי, קען דער רבי ווערן א גוי"
-משה בן אדמו"ר הזקן
באניצער אוואטאר
כרם זית
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 499 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 401 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט