די לאדמירער מויד:

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

די לאדמירער מויד:

הודעהדורך קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 08, 2019 10:56 am

אין די צייטן פון הרה''ק רבי מאטאלע טשערנאבלער זי''ע, האט אין די שטאט לאדמיר געוואוינט א מויד מיטן נאמען חנה רחל ווארבערמאכער. די דאזיגע מויד חנה רחל האט געדינט אלס א לעגיטימע רבי פאר חסידים, זי האט געפראוועט טישן און געפירט טינקלע שלוש סעודות, געזעגענט מענטשן און ארויסגעטריבן דיבוקים, געשמעקט טאביק מיט פארגלייזטע אויגן, גענוי ווי א אלגעמיינער רבי אין יענע צייטן. זי האט געדאווענט איינגעהילט אין טלית און תפילין, רש''י און ר''ת. גענוי ווי מיכל בת שאול. ווי די לעגענדע פארציילט האבן אירע ברכות אין אלגעמיין געווירקט, זי האט זיך דערווארבן א גרויסער ציבור פון חסידים און מעריצים וועלכע האבן גענומען פון איר אנווייזונגען ווי אזוי צו דינען ג-ט. די לאדמירער מויד האט קיינמאל נישט געהייראט צו א מאן, זי איז געווען גענצליך באהאפטן צו די פארבארגענע וועלטן, און זי האט זיך געפירט אויף גאר א געהויבענעם פארנעם. זי איז געווען זייער אפגעהיטן אין צניעות און באשיידנהייט.

די לאדמירער מויד האט געשטאמט פון גאר א רייכע שטוב, איר פאטער וועלכע איז געשטארבן אין איר יונגער עלטער האט איר איבערגעלאזט א גרויסע ירושה. אין רעזולטאט איז זי נישט געווען אנגעוויזן אויף קיין פינאציאלע שטיצע פון אירע פארעהרער, זי האט געפועלט ישיעות פאר אידישע קינדער, אן שניידן די קעשענעס פון אירע חסידים און חסידיסטעס. דער דאזיגער פאקטאר האט גאר שטארק אויפגעברויזט פארשידענע רביים וועלכע האבן דאן געלעבט בלויז פון אידישע צרות. די רדיפות און השמצות אויף כ''ק אדמו''ר מלאדמיר זת''ע האבן זיך אנגעהויבן אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. און נישט צו פארגעסן די געשיכטע איז זיך פארלאפן נאך איידער די פעמיניסטישע עפאכע, ווען דער אלגעמיינער וועלט איז נאך געווען איבערגעצייגט אז פרויען זענען בלויז באשאפן געווארן צו האבן קינדער און פירן א שטוב ווירטשאפט.

איינס פון די הויפט ארגומענטן וואס מ'האט געהאט קעגן איר איז געווען, אז זי איז נישט פארהייראט צו א מאן. דער הייליגע לאדמירער צדיקות האט באשלאסן צו ווארפן אירע פיינט אויפן דראנג, און זי האט געהייראט דעם גבאי פון איר בית המדרש. אבער נאך בלויז 24 שטונדען איז שוין דער גרויסארטיגער גט דורכגעפירט געווארן כדת וכדין. אצינד האט זיך איר סטאטוס גענדערט פון מויד צו גרושה... ס'האט אבער נישט אויסגעמאכט... די פארפאלגונגען קעגן איר האבן זיך בלויז פארשטארקט. אין רעזולטאט האט די לאדמירער מוד באשלאסן ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל, וואו זי האט זיך באזעצט אינעם סאמען מאה שערים, און ווייטער פארגעזעט מיט אירע הייליגע וועגן צו פראווען חסידים און חסידות, און צו דינען ג-ט מיט גרויס מענדעטאציע ביז צום טאג פון איר טויט. זי ליגט בערדיגט אויפן הר הזתים אין ירושלים.

זאל איר ליכטיגע געדענקעניש געדענקט ווערן צום גוטן אויף שטענדיג.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2938 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » פרייטאג פעברואר 08, 2019 12:40 pm

שוין אמאל געהערט דערוועגן.

הערט זיך ווי א ווילדע פאנטאזיע, און קען גאר מעגליך זיין א משכילישע מעשה.

ווי זענען די מקורות וואס באשטעטיגן די פאקטן?
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1055
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 906 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג פעברואר 08, 2019 1:51 pm

עס איז דא א ביכל אויף אידיש וואס וואלגערט זיך אויפן געוועב, וואס באשרייבט איר באריכות. ווערטליך וואס זי פלעגט זאגען א.ד.ג.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2001 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » זונטאג פעברואר 10, 2019 1:58 am

אין די וויקיפידיע רעפרענסעס קענסטו זען אביסל מער מקורות:
https://en.wikipedia.org/wiki/Maiden_of_Ludmir
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7 ... 7%99%D7%A8

די רוסישע בלאט, זע איך, איז א לענגס און ברייטס, ברויך מען זען עס איבערצוזעצן:
https://ru.wikipedia.org/wiki/%D0%92%D0 ... 0%BB%D1%8C
—————
ש׳כח @קאך_לעפל פארן ארויפברענגען
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 10, 2019 2:18 pm

שצ"ם חנכ"ל: איך הער אז ס'איז דא ערגעץ א קליפ פון אן אונטערגעהערטן שמועס צווישן חתן-כלה, האדמו"ר מ'לודמיר, מיסס ווערבערמאכער און איהר ..."חתן"...נאכדעים וואס זיי זענען אהיימגעגאנגען פון די חתונה צו זייער דירה...!

נאר פאר די פרטים (ווער ס'קען נישט אויסהאלטן פאר נייגעריגקייט) וועט מען מוזן גיין קיין..."פאליש"... אדער די הייליגע וועבסייט ..."איי וועלט"... פאר מ'האט אנגעהויבן צענזורירן נארמאלע דיאלאגן. און מ'האט צוגעלאזט א יעדן חזיר און קראנקע בריאה זיך אויסדרוקן זיין גאנצע חזיר'ישקייט...!...איך געדענק עס נאך...אבער זיי טענה'ן אז זיי זענען קדוש מרחם...! קאווע שטיבל טויג נישט. דא נעסטן די גרעסטע ציונים. רחמנא ליצלן מהאי דעתא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15845
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10547 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג פעברואר 10, 2019 9:22 pm

בערל

דיין שיחת חולין (מיט א חולם) דארף א ביאור.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2001 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג פעברואר 10, 2019 9:27 pm

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2001 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 10, 2019 9:33 pm

אישתישבי: מיין שיחת חולין. צי מיט א חול"ם אדער א חירי"ק, מלא פו"ם, אדער א קיבוץ (שורק), דארף גארנישט קיין ביאור...! האסטו דעם לינק צו די קליפ וואו מ'הערט חתן כלה רעדן שטילערהייט צווישן זיך...www. gojil.com/urkrzy. org
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15845
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10547 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2019 4:38 am

אישתישבי האט געשריבן:https://ru.wikipedia.org/wiki/%D0%92%D0%B5%D1%80%D0%B1%D0%B5%D1%80%D0%BC%D0%B0%D1%85%D0%B5%D1%80,_%D0%A5%D0%B0%D0%BD%D0%BD%D0%B0-%D0%A0%D0%B0%D1%85%D0%B5%D0%BB%D1%8C

אישתישבי: מיט דיין לינק צו די רוסישע וויקיפעדיע איז מיר פארענטפערט געווארן א סאך קשיות און תמיהות...!

איך קען ליינען די רוסישע אלפאבעט. אבער איך ווייס נישט וואס איך ליין...!

איך פרוביר צו פראפיילן דעם שרייבער וועלכער שטייט אונטער דעם ניק. ביי דיר האביך געהאט שוועריגקייטן מפענח צו זיין דיין פערסאנאליטי. איך האב אייביג באקומען קאנפליקטירנדע און סתירות'דיגע מעסעדזשעס. נאר יעצט איז מיר פארענטפערט געווארן זייער א הארבע קשיא. ס'איז ממש אראפ א בארג....שקויעך...You gave yourself away...lol...Thanks...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15845
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10547 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2019 8:47 am

די קאָנטראָווערסיאלע געשיכטע פונעם לאדמירער מויד, ברענגט א גאנצע טוץ פון ווירבלענדע געדאנקן צום אויבערפלאך. פארשידענע צווייפלנישן און ראציאנאלע שאצונגן פארפלייצן די מוח קעמעלעך, ס'איז א שטיק היסטאריע וואס טאר אויף קיין שום פאל נישט דורכגיין אן קיין פאסיגע אנעליז.

די ערשטע זאך איז נויטיג צו וויסן איז דער מויד געווען אויטענטיש, אדער איז זי בלויז געווען א שארלאט. ווי אזוי אימער ס'זאל בלויז נישט זיין פארבלייבט די געשיכטע עטוואס אומפארשטענליך.

אויב איז דער מויד ווירקליך געווען אויטענטיש, דארף מען דאך עטוואס פארשטיין ווי אזוי זי האט ערייכט אירע פארבארגענע קרעפטן, צו זאגן אז ס'איז געקומען פון נישט גוטע, און אז זי האט געהאט געהיימע שווארצע פארבינדונגן מיטן טייוול, הערט זיך עטוואס אבסורד, ווארום דער טשערנאבלער מגיד זי''ע וואס האט געוואוינט אין יענעם גובערניע וואלט דאס ווען זיכער באלד דערשפירט, און ער וואלט איר ווען אן קיין שום צווייפל גענצליך פארוואגלט פון אלע וועלטן. אין די ווירקליכקייט האט דער מגיד בלויז פארלאנגט פון איר אז זי זאל נישט לעבן איינזאם אן קיין מאן. ווי עס שיינט איז דער מגיד געווען איבערגעצייגט אז די מויד איז יא אויטענטיש. דאן קומט די צווייטע פראגע ווי אזוי האט זי ערייכט אירע פארבארגענע קרעפטן?
ווי ס'ווערט געברענגט אין די פארצייטישע חסידישע שריפטן, קען זיך א מענטש ארויפדראפענען צו הויכע מדריגות און בארוהט ווערן פונעם הייליגן גייסט, בלויז דורך לערנען תורה לשמה און איינהאלטן די מצות מעשיות, וואס דאס לייטערט אויס דעם פארגרעבטן גוף און ברענגט ארויס די כוחות פון די הייליגע נשמה. און בלויז ווען אלע פינף טיילן פון די נשמה זענען שוין גענצליך געהייליגט, קומט מען צו צו די מדרגה פון א רבי און מ'ווערט באשאנקן פון הימל הייליגע קרעפטן צו פארבינדן אידישע נשמות צו די הויכע ספערן.

דער מויד האט טאקע געלערנט תורה און איינגעהאלטן אלע מצות מעשיות. זאגאר אלס א פרוי איז זי דאך געווען פטור, אויב לערענט מען תורה לשמה און מ'איז מקיים די געבאטן פון די תורה אין א פאל וואס מ'איז נישט פארפליכטעט, האט דאס דען אויך די קראפט צו הייליגן די נשמה אזש מ'זאל גאר בארוהט ווערן פונעם הייליגן גייסט? דער געשיכטע פונעם לאדמירער מויד צייגט באשיינפערליך אז יא! דאס איז א שטארקע קאָנטראָווערסיאלע דערהער...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2938 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:09 am

ווי עס ווערט פארציילט, האבן זיך אין אלגעמיין בלויז דארפס אידן געקלאמערט ארום דעם הייליגן לאדמירער מויד. דער מויד האט נישט פארמאגט קיין נאכפאלגערשאפט פון קיין אינטעלעקטואַלן. דער דאזיגער פאקטאר צינדט אן א רויטער לעמפעל. און ס'לאזט זיך עטוואס טראכטן אז דער מויד איז יא געווען א שארלאט. פאר אזעלכע אידן ווי אונזער אלעמען באליבטער רבי טעביה מיליכיגער פון אנאטיווקע, וואס איז אייגענליך נישט צו ווייט פון לאדמירער, האט מען געקענט פארקויפן אלערליי לאקשן מיט פארדייעס.

נאך מער קען מען זאגן, אז די ערפינדער פון אונזער רבי טעביה האט אויך עטוואס געמישט דאס טעפל, און פול צוגעגבן צו די מיסטעריע פונעם לאדמירער מויד...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2938 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:19 am

היה רבי מאיר אומר: מניין שאפילו נכרי ועוסק בתורה שהוא ככהן גדול - שנאמר "אשר יעשה אתם האדם וחי בהם", כהנים לויים וישראלים לא נאמר, אלא האדם. הא למדת: שאפילו נכרי ועוסק בתורה הרי הוא ככהן גדול (ב"ק לח, סנהדרין נט, ע"ז ג).

ס'קען זיין אז ר' שמעון קריגט זיך, ווייל ער דרש'נט דאך דעם פסוק אדם אתם - אתם קרויין אדם ואין העובדי כוכבים קרויין אדם, עיין תוספות יבמות סא ד"ה ואין העובדי כוכבים, אבער ביי פרויען וועט ער זיכער מודה זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:55 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
@עדיאל - "Behind every great man there's a miserable woman"
קאוועשטיבל #למעשה: וויאזוי זיך ארויסצוזעהן פונעם "סיסטעם".
אלע מיינע ארטיקלען פון קאוועשטיבל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 4715 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4668 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:31 am

.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2938 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מאנטאג פעברואר 11, 2019 9:31 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:היה רבי מאיר אומר: מניין שאפילו נכרי ועוסק בתורה שהוא ככהן גדול - שנאמר "אשר יעשה אתם האדם וחי בהם", כהנים לויים וישראלים לא נאמר, אלא האדם. הא למדת: שאפילו נכרי ועוסק בתורה הרי הוא ככהן גדול (ב"ק לח, סנהדרין נט, ע"ז ג).

ס'קען זיין אז ר' שמעון קריגט זיך, ווייל ער דרש'נט דאך דעם פסוק אדם אתם - אתם קרויין אדם ואין העובדי כוכבים קרויין אדם, עיין תוספות יבמות סא ד"ה ואין העובדי כוכבים.

נאך א וויכטיגע גמרא פון וויקפידיע:

ת"ר דאיזהו שוטה היוצא יחידי בלילה והלן בבית הקברות והמקרע את כסותו איתמר רב הונא אמר עד שיהו כולן בבת אחת. ר' יוחנן אמר אפילו באחת מהן, היכי דמי? אי דעביד להו דרך שטות אפי' בחדא נמי, אי דלא עביד להו דרך שטות אפילו כולהו נמי לא. לעולם דקא עביד להו דרך שטות, והלן בבית הקברות אימור כדי שתשרה עליו רוח טומאה הוא דקא עביד והיוצא יחידי בלילה אימור גנדריפס אחדיה והמקרע את כסותו אימור בעל מחשבות הוא כיון דעבדינהו לכולהו הוה להו...חגיגה דף ג:
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2938 מאל

הודעהדורך זאפטיג » זונטאג אפריל 28, 2019 12:17 pm

נאר אינטרעסאנט אז חולדה/דבורה הנביאה וואס איז געזעצן און שופט געווען כלל ישראל האט קיינער נישט קיין קשיות
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
זאפטיג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 140 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג אפריל 28, 2019 1:26 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:
די קאָנטראָווערסיאלע געשיכטע פונעם לאדמירער מויד, ברענגט א גאנצע טוץ פון ווירבלענדע געדאנקן צום אויבערפלאך. פארשידענע צווייפלנישן און ראציאנאלע שאצונגן פארפלייצן די מוח קעמעלעך, ס'איז א שטיק היסטאריע וואס טאר אויף קיין שום פאל נישט דורכגיין אן קיין פאסיגע אנעליז.

די ערשטע זאך איז נויטיג צו וויסן איז דער מויד געווען אויטענטיש, אדער איז זי בלויז געווען א שארלאט. ווי אזוי אימער ס'זאל בלויז נישט זיין פארבלייבט די געשיכטע עטוואס אומפארשטענליך.

אויב איז דער מויד ווירקליך געווען אויטענטיש, דארף מען דאך עטוואס פארשטיין ווי אזוי זי האט ערייכט אירע פארבארגענע קרעפטן, צו זאגן אז ס'איז געקומען פון נישט גוטע, און אז זי האט געהאט געהיימע שווארצע פארבינדונגן מיטן טייוול, הערט זיך עטוואס אבסורד, ווארום דער טשערנאבלער מגיד זי''ע וואס האט געוואוינט אין יענעם גובערניע וואלט דאס ווען זיכער באלד דערשפירט, און ער וואלט איר ווען אן קיין שום צווייפל גענצליך פארוואגלט פון אלע וועלטן. אין די ווירקליכקייט האט דער מגיד בלויז פארלאנגט פון איר אז זי זאל נישט לעבן איינזאם אן קיין מאן. ווי עס שיינט איז דער מגיד געווען איבערגעצייגט אז די מויד איז יא אויטענטיש. דאן קומט די צווייטע פראגע ווי אזוי האט זי ערייכט אירע פארבארגענע קרעפטן?
ווי ס'ווערט געברענגט אין די פארצייטישע חסידישע שריפטן, קען זיך א מענטש ארויפדראפענען צו הויכע מדריגות און בארוהט ווערן פונעם הייליגן גייסט, בלויז דורך לערנען תורה לשמה און איינהאלטן די מצות מעשיות, וואס דאס לייטערט אויס דעם פארגרעבטן גוף און ברענגט ארויס די כוחות פון די הייליגע נשמה. און בלויז ווען אלע פינף טיילן פון די נשמה זענען שוין גענצליך געהייליגט, קומט מען צו צו די מדרגה פון א רבי און מ'ווערט באשאנקן פון הימל הייליגע קרעפטן צו פארבינדן אידישע נשמות צו די הויכע ספערן.

דער מויד האט טאקע געלערנט תורה און איינגעהאלטן אלע מצות מעשיות. זאגאר אלס א פרוי איז זי דאך געווען פטור, אויב לערענט מען תורה לשמה און מ'איז מקיים די געבאטן פון די תורה אין א פאל וואס מ'איז נישט פארפליכטעט, האט דאס דען אויך די קראפט צו הייליגן די נשמה אזש מ'זאל גאר בארוהט ווערן פונעם הייליגן גייסט? דער געשיכטע פונעם לאדמירער מויד צייגט באשיינפערליך אז יא! דאס איז א שטארקע קאָנטראָווערסיאלע דערהער...

כאילו אלע רביס האבן געהאט אמת'ער "קראפטן" און זענען נישט געווען שארלאטען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2001 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג אפריל 28, 2019 1:41 pm

א דאקעמענטרי איבער דאס מויד ע"ה

כ'האב עס נישט איבערגעקוקט, נאר דאס קעפל זאגט אזוי

https://youtu.be/HgJ5JluXi6U
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1457 מאל

כ''ק אדמו''רטע מטשארנע-אוסטרה זי''ע

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 2:36 pm

ווידער געפונען מיט א חסידישע רבי א פרוי:

כ''ק אדמו''ר הרבנית ציזיה חנה מטשארנע-אוסטרה זי''ע, ועל כל התרנגולים, אמן.
איר פאטער איז געווען רבי וועלוולע פון אוסטרה, און איר מאן איז געווען נישט קיין צווייטער ווי רבי ישראל אברהם א זון פונעם הייליגן רבי רבי זושא פון האניפאלע זי''ע – דער ברודער פונעם רבי אלימלך פון לוזשענסק זי''ע.

ווען איר פאטער רבי וועלוולע איז אויף די עלטער ארויף קיין ארץ ישראל, האט זי איבערגענומען דאס הויף מיטן גאנצן קנאק... זי האט געפירט רבישע טישן, און געפראוועט שלוש סעודת אין די טינקל, און געזאגט תורה... ס'קען גאר געמאלט זיין, אז זיי האט אויך גערייכט דאס לילקע ציבך און געשמעקט טאביק מיט פארגלייזטע אויגן, און געבלאזן נפיחות און געטיילט שריים קוגל ווי א ריכטיגער רבי...

ס'ווערט אפילו פארציילט אז רבי מאטאלע טשערנאבלער זי''ע האט זיך אמאל באטייליגט ביי איר'ס א טיש.
איינע פון אירע טעכטער האבן געהייראט רבי דוד'ל טאלנער זי''ע, א זון פון רבי מאטאלע..

צו די חתונה פון איר טאכטער האט זי ווי ס'שיינט נישט געהאט קיין געלט, איז זי געפארן צום אהבת שלום פון קוסוב זי''ע פאר א עטליכע רייניש... און דער אהבת שלום האט דאן געטאנצן א מצוה טענצל מיט די כלה און מיט איר מוטער כ''ק אדמו''ר עטרת תפארת מ'אוסטרה...
אויף די עלטער איז די רבי ארויפגעפארן קיין טבריה, וואו זי איז ליידער טראגיש גע'הרג'עט געווארן, אינעם גרויסן ערד ציטערניש וואס האט באטראפן דעם גליל אין יאר תקצ''ז. און זי ליגט באהאלטן אינעם אלטן חסידשער בית החיים אין טבריה...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2938 מאל

הודעהדורך ערבי נחל » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 2:54 pm

קאך_לעפל האט געשריבן:ווידער געפונען מיט א חסידישע רבי א פרוי:

מקורות קען מען אפשר האבען?
ערבי נחל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 3:02 pm

וויקיפידיע....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2253
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 277 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2938 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 7:41 pm

נאך א אדמו"ר'טע.
די הייליגע קניזשע באבע, איך האב נישט ציפיל אינפא. אויף איר מען דערציילט אז זי איז געגאנגען טלית ותפילין און אז זי האט גענימען איר מאן אין דין תורה ווייל ער האט געמאווט קיין קעניזשע א משכילישע שטעיטל, למעשה האט האט זי פארלוירן די דין תורה ווייל די מאן האט גע'טענה'ט אז ער האט געמאווט דארט לצורך פרנסה.

נאך א אדמו"ר'טע.
די היינטיגע בעלזא רעביצין, זי פירט טיש פאר איר משפחה, מאכט מיט די הענט, פארדביקוט זיך, טיילט ברכות מיט די רבישע תנועות.

https://youtu.be/N0btDmShkRY

https://youtu.be/RmhfpVKegYA

https://youtu.be/30S0xN1Q8To
ושריות, און איך באגער.
שותא, צו שפרעכן.

וואס איז ליבע? און וויאזוי קומט מען אן צי דעים.
קהל'ס נער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 338
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 1273 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 568 מאל

הודעהדורך נפה » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 8:31 pm

די קניזשע באבע איז געגאנגען מיט א טלית קטן און נישט געגעסען פון איר מאנס שחיטה ווייל ער איז נישט גענוג ירא שמים. כך קבלתי מזקינתי שתחי׳
נפה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 153
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 145 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך ערבי נחל » דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:47 pm

געליינט לאנגע יארען צוריק אז די ערשטע סאקמערע רביצין איז געגאנגען מיט ציצית אין א גארטעל
ערבי נחל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 1:31 pm

ווער? אלטע פייגא. ס'איז נישט אמת. דאס יא. זי האטציך א סאך געדרייט אין ביהמ"ד און גערעדט מיט די מענער . כאחד מהם.

איך האב אליינס געהערט. ווען ביי די לויה פון רביה"ק מסאטמאר, זי"ע האט זי גערעדט צו ר' שלמה גפן, און געזאגט..."זעהסט, כ'האב דיר געזאגט"... איך וועיס נישט דעם הקשר. נאר דאס זענען די דיבורים וואס איך האב געהערט מפה קדשה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15845
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10547 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 24, 2021 1:40 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:נאך א אדמו"ר'טע.
די הייליגע קניזשע באבע, איך האב נישט ציפיל אינפא. אויף איר מען דערציילט אז זי איז געגאנגען טלית ותפילין און אז זי האט גענימען איר מאן אין דין תורה ווייל ער האט געמאווט קיין קעניזשע א משכילישע שטעיטל, למעשה האט האט זי פארלוירן די דין תורה ווייל די מאן האט גע'טענה'ט אז ער האט געמאווט דארט לצורך פרנסה.
קהל'ס נער: אויף דעם (ערשטן) קליפ זעהט מען (אין מאנטריאל) ווען די חסידים פארלירן דעם טאן פון א ניגון, מאכט זי מיט די הענט פארשידענע תנועות זיי צו דערמאנען. נאר זייענדיג מקפיד נישט צו זינגען אליין. וועגן קול באשה.

איהר מומע ציפורה האט זיך אויך בארימט אז אלס מיידל האט זי געקענט אלע ניגונים און נוסחאות התפילה פונ'ם זעידע דער בעל אהבת ישראל...דרך אגב. די רביצין ציפורה האט פארציילט וויאזוי איהר שידוך איז צושטאנד געקומען מיט'ן העיליגן רעבי'ן. דער רבי, א בחור פון אכצן יאר, האט געקלאפט ביים טויער. מ'האט געשיקט דאס מיידל ציפורה זי זאלל אויפמאכן דעם טויער... און דער שידוך איז געווארן...!
נאך א אדמו"ר'טע.
די היינטיגע בעלזא רעביצין, זי פירט טיש פאר איר משפחה, מאכט מיט די הענט, פארדביקוט זיך, טיילט ברכות מיט די רבישע תנועות.

https://youtu.be/N0btDmShkRY

https://youtu.be/RmhfpVKegYA

https://youtu.be/30S0xN1Q8To
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15845
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 18478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10547 מאל

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט