די אידן און פסיכאלאגיע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

די אידן און פסיכאלאגיע

הודעהדורך שאלתיאל » דאנערשטאג יולי 14, 2022 3:33 pm

אריינפיר

א באקאנטע פאלקס ווערטל לויטעט אז פינף אידן האבן פארמורלירט די כללים פון די מענטשליכע געזעלשאפט ''משה האט געזאגט אז דער תורה איז אלעס. ישו האט געזאגט אז ליבשאפט איז אלעס. מארקס האט געזאגט אז געלט איז אלעס. פרויד האט געזאגט אז [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] איז אלעס. און איינשטיין האט געזאגט אז אלעס איז רעלאטיוו''. לייגענדיג דעם געלעכטער אין א זייט קען מען נוצן דעם קלישע ''אסאך פעדערן זענען שוין צובראכן געוווארן און אסאך טינט אויסגעגאסן '' אויפן מערקווערדיגן פראגע פון דער אידישע 'געניוס'. דער פאקט אז אידן צייכענען זיך אויס אין אזויפיל פעלדער אין זייערע איינפלוס איז טויזענט מאל מער אין פראפארציע צו זייער פיצי פראצענט אין דער באפעלקערונג. אין וועלכע פעלד מען נייגט נאר דעם בליק באגעגנט מען די אידישע פינגערפרינטס, זאל עס זיין פילאסאפיע ( לעווינאס, פאפער, לודוויגשטיין, אראנדט, קארל מארקס, בערלין, רוזנצווייג, הארבערט מארקאזע די פראנקפורטע חבורה ) ליטעראטור און פאעטרי (קאפקא, היינע, פראוסט, שלום עליכם, יצחק באשעוויס זינגער, אלי וויזל, דזשאסעף העלער) דיפלאמאטיע און פאליטיק (ד'יזראעלי, הערצל, טראצקי, קיסינדזשער, אלברייט) סייענס (איינשטיין, סילארד, אפענהיימער פרענקלין און דער מאנהעטן פראיעקט) טעכנאלאגיע און הייטעק ( לארי פעידזש און סערגיי ברין, מארק צוקערבערג, יאן קים ) ביזענסלייט און עשירים (ראטשילד פאמיליע, העלענא רובינשטיין, אסתי לאודער, שלדאון עדלסאן, ספרא פאמיליע, דזשארזש סאראס) קאמידיען ( עימי שומער, דזשאן סטאיארט, לארי דייוויד און דזשערי סיינפעלד) ווייטער האבן מיר קארל לאנדשטיינער, פאול ארליך, יונה סאלק, זיגמונד מארקוס, פעליקס מענדעלסאן, הארי האדיני, זיגמונד פרויד, פריץ האבער, אמאמדו מודיאליאני, מארק שאגאל, נועם חאמסקי, דניאל כנהמן, יובל נוח הררי, ליזה מייטנער, און דב מורן . פון אטאם ביז גוגל, פון USB ביז כימאטעראפיע, פון אטאמאביל ביז סנאפטשאט, וואצאפ, גוגל, וועיז, כעמישע וואפן, פילן און שחמט. פון ציוניזם ביז מארקסיזם, סאציאליזם און קאמיניזם און כ'שטעל מיך דא אפ פאר איך פיל אן עטליכע בלעטער מיט אידישע טעאריעס, ערפינדונגען און אינפלוסרייכע פיגורין פון אידישן אפשטאם. 1

דא אין קאווע שטיבל איז שוין פארהאן אן אשכול וועלכע טוט דורך דעם נקודה און ברענגט ארויף פארשידענע טעאריעס און שפעקולאציעס איבער דעם ערשיינונג. היינט וויל איך מאכן א קלאוז-אפ אויף איינער פון די פעלדער ווי די אידעלאך האבן זיך עקסטער אויסגעצייכנט אפילו אין פארגלייך צו אנדערע פעלדער און דאס איז : פסיכאלאגיע.

ווען מען ליינט, שטודירט אדער מען טוט אין פסיכאלאגיע שטייט מען געפלעפט אנטקעגן דעם סיטואציע וואס שפילט זיך איבער נאכאנאנד. א ריזיג טייל פון טעאריעס, שיטות, און עקספערימענטן גייען צו בערך אזוי '' שמערל האט געטראפן בערל און האבן פאבריצירט א טעאריע. שפעטער זענען געקומען זייערע תלמידים זרח און ברוך און פארברייטערט דעם טעאריע אדער זיך געקריגט דערויף און זיך ארומגעאמפערט צווישן זיך''. דער שילדערונג איז אביסל איבערגעטריבן אבער דער באשטייערונג פון אידן צו פסיכאלאגיע איז פרעצעדענטלאז און גענצליך פראפארציעלאז. צום ביישפיל, אין 2002 האט דער .American Psychological Association פובליצירט א ברייטע אנקעטע איבער די הונדערט מערסט איינפלוסרייכע פסיכאלאגן פונעם 20'טע סענטרי. 38 דערפון זענען אידן. אין פאקט האבן די דייטשן אנגערופן פסיכאלאגיע אלץ דער ''אידישע סיייענס'' און האבן דערפאר פאברענט פרויד'ס ביכער ווי מיר וועלן זען שפעטער.
די קומענדיגע סעריע ארטיקלען איז איבער פסיכאלאגיע און איבער די אידאלעך וועלכע האבן איר בייגעשטייערט אירע מערסט פרעסטזישפולע טעאריעס, מעטאדן און עקספערימענטן. מיר וועלן דורכשפרייזן בשבילי הפסיכאלאגיע און ווען מיר וועלן באגעגנען די אידעלאך וועלן מיר זיך באקענען אביסל מיט זייער ביגראפיע און זייערע באשטייערונגען צום אנטוויקלונג פון דער פסיכלאגישע פעלד.

פרויד און פסיכאנאליזע
אנהייב די 19'טע יאר הונדערט ווען פסיכאלאגיע האט אנגעהויבן שטעלן אירע ערשטע טריט און באקומען איר אנערקענונג אלץ א נייע באזונדערע פעלד אין סייענס איז דער שיטה און צוגאנג וואס האט שטארק געוועלטיגט (בעיקר אין אייראפע) געווען דער ''פסיכאנאליזע'. דער גרינדער פון דעם שיטה איז געווען דער בארימטע עסטרייכישע- אידישער נויראלאג און פסיכאלאג ד"ר זיגמונד שלמה פרויד (1856-1939) פרויד א זון צו א אידישע סוחרים פאמיליע ווערט פארעכנט ביז היינט צוטאגס אלץ ''דער פאטער פון פסיכאלאגיע''. ער איז געווען דער טעארעטיקאן פון דער רעוואלוציאנערישן פסיכאדינאמישע טעאריע וועלכע האט געשאקעלט א וועלט און איבערגעלאזט א מעכטיגן אייינדרוק אויף דער מערב קולטור. פסיכאנאליזע רעכנט אריין א פסיכאלאגישע טעאריע, און א פסיכאטעראפישע טעראפי מעטאד. אין אלגעמיינע אויבערפלעכליכע שטריכן לויטעט דער טעאריע אז דער זעלבסט דערקלערטע ''ראציאנאליסטישע'' מענטש איז אינאמת'ן קאנטראלירט און מאטאוואציאנירט דורך חיה'שיע אינסטינקטן און דורך קאנפליקטן וועלכע האבן זיך ערווארבן אין די גאר אינגע יארן און האבן זיך קווארטירט אין דעם ''סאב- קאנטשענס'', פון דארט מאנעווירן זיי דעם מענטש. דער מענטשליכע זעל איז ווי א אומבאוויסטזיניגע שלאכטפעלד ווי עס אמפערן זיך דעם מענטשן'נס נאטורליכע אינסטינקטן און די מאראלישע באגרעניצונגען פון דער סאסייעטי, דער מענטש איז א קרבן פון דעם שלאכטפעלד. סאב-קאנטשענס''' איז איינס פון די פולע מושגים פון פרויד'ס טעאריעס וועלכע זענען באקאנט פאר יעדן. ווי פרויד אליין האט געטענה'ט, דריי אויפדעקונגען אין לויף פון היסטאריע האבן מצליח געועון צו אויפשאקלען די מענטשהייט און באיינדרוקן זייער קולטור ערשטנס איז דער אויפדעקונג פון קאפערניקאס אז דער ערד קוגל איז נישט דער צענטער פון דער יוניווערס נאר איינס פון עטליכע פלאנעטן וועלכע דרייען זיך ארום דעם זין. צווייטנס איז דער אויפדעקונג פון טשארלס דארווין אז דער מענטש איז נישט קיין ספעציעלע מין נאר איז איינער פון די באשעפענישן וועלכע האבן זיך אנטוויקלט פון פריערדיגע בעלי חיים אין לויף פון די יארן ,און דריטנס דער אויפדעקונג פון פרויד זעלבסט אז דער מענטש איז נישט באלעבאס אויף זיך נאר איז א רעזולטאט פון זיינע אינערליכע שוואכקייטן.

פרויד האט אנטוויקלט זיין טעאריע צוזאמען מיט זיין אידישן פריינד דער עסטרייכישע נוירא-פיזיאלאג ד"ר יוזף ברויער דערנאך וואס זיי האבן באהאנדלט א ספעציפישע פאציענטין מיטן נאמען אנה או, וועלכע איז געווען דער צונאמען פון די אידישע מיידל בערטא פאפענהיים, פאפענהיים איז לכאורה דער מעסט באוויסטע פאציענט אין היסטאריע פון פסיכאלאגיע . זי איז צוליב דעם געווארן בארימט און איז געווארן שפעטער א פעמיניסטישע אקטיוויסטיקע.

פרויד'ס טעאריע און מעטאד איז אין אנהייב אנגענומען געווארן מיט גרויס פארדאכט סלעש פאראכטונג אבער צוביסלעך איז עס אריין אין דער קאנצענזוס און גענאסן פון שטארקע פאפולאריטעט. אבער אין היינטיגן אמפירציסטישע סייענטיסטישע סארט צוגאנג וועלכע הערשט אין דער פסיכאלאגישע וועלט איז איר גלאנץ היבש אראפ ווארום זיין טעאריע און טעראפי מעטאד איז קיין סייענטיסטישע, שטייט נישט אויס קיין עקספערימענטן און קען נישט ווערן אפגעפרעגט. עס איז געבויעט בעיקר אויף פרויד עקספיריענס ,השערות און זעלבסט פארשונג. די דאזיגע צוגאנג צום פסיכאנאליזע האבן געפירט די צוויי אידישע פילאסאפן פון סייענס קארל פופער און אדאלף גרינבאום און איז אנגענומען היינט צוטאגס. דאס פארמינערט נישט אבער כהוא זה פון זיין ברייטע מאגישע איינפלוס וואס זיין טעאריע האט געהאט סיי אויף פסיכאלאגיע און בכלל אויף דער אויפגעקלערטע מערב וועלט קולטור. פינגער אפדרוקן פון פרויד'ס טעאריע קען מען טרעפן אין סאצילאגיע, אנטראפאלאגיע, פילאסאפיע, פאעזיע, און ליטעראטור. נישט בחינם ווערט ער פארעכנט אלץ איינער פון די מערסט איינפלוסרייכע וויסענשאפטליכע און אינטעלעקטואלן פון דער 20 יאר הונדערט צוזאמען מיט אנדערע אידן ווי איינשטיין.

פרויד באציאונגען מיט זיין אידישן אידענטיטעט איז געווען אמבילעוואנט. פון דער רעליגיעזן שטאנדפונקט איז ער געווען א אויסגערופענע אטעאיסט וועלכע האט געהאלטן אז רעליגע איז א ''קאלעקטיווע נויראזע''. זיין ווייב וועלכע האט געשטאמט פון א רבני'שע משפחה האט ער נישט געלאזט צינדן לעכט און געצווינגן צו עסן חזיר פלייש. שוין אפגערעדט פון זיין קאנטערווערסיאלע סלעש קאריאזע בוך איבער משה רבינו ווי ער צעהאקט און צושטיקלט דאס מערסטע הייליגסטע פאר גלויביגע אידן . פון דער אנדערע זייט אבער האט ער נישט אויפגעגעבן אויף זיין אידישן אידענטיטעט און נאציאנאליטעט און זיך געהאלטן שטאלץ דערמיט ביי יעדן געלעגנהייט. אנדערש ווי אנדערע געלערנטע אין זיין צייט האט ער זיך נישט אסימולירט נאר געבליבן א איד ווי ער שרייבט איינפאך אין זיין אטאביאגראפיע ..'' מיינע עלטערן זענען געווען אידן, איך בין געליבן א איד''. זיין שטארקע הערצה צום אידישן פאעט דער מומר היינריך היינה און צום אידישן פילוסוף ברוך שפינוזה האט אויסגעדרוקט זיין באלאנגונג צום נייע סארט איד וועלכע האט זיך געזען אלץ א איד נישט מכוח זיין רעליגיעזע אמונה אין גאט נאר מכוח דער נאציאנאלע אידישע קולטור און דער היסטארישע געמיינזאמע שיקזאל פונעם אידישן פאלק.

אינטערסאנט: פון דער טאגבוך פון דער לעצטע ליובאוויטשער רבי איז מען געוואור געווארן אז דער רבי ר' שלום בער דער 'רש"ב' האט באזוכט פרויד אין וויען און 1903 ווען ער האט געליטן פון דעפרעסיע און איז באהאנדלט געווארן דורך אים. דער רש"ב איז ווארשיינליך אויך באהאנדעלט געווארן דורך אן אנדערן אידישע פסיכאלאג ד"ר ווילהעלם שטעקל פון פרויד'ס תלמידים. 2
אינטערסאנט: טראץ די קאנפליקט לכאורה צווישן פסיכאנאליזע און אידישקייט זענען דא מאנכע וועלכע ציען א פארלעל צווישן פארשידענע מאטיוון פון פרויד'ס פסיכאנאליזע צו קבלה און חסידות ווי למשל צווישן דער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אינסטינקט צו דער נפש הבהמית פון דער בעל התניא 3. דער אידישער שרייבער און דזשורנאליסט נארמאן לעברעכט טענה'ט אז די ווארצלען פון די זעקס הויפט מאטיוון אין פרויד'ס טעאריע טרעפט מען אין מקרא, תלמוד און אין די אידישע ספרים. 4

פרויד האט צוזאמענגעקליבן ארום זיך א גרופע געקליבענע תלמידים וועמען ער האט געלערנט זיין שיטה און האט זיי קוואליציפירט. טייל פון זיי האבן פאברייטערט זיין טעאריע, טייל האבן זיך געקריגט דערויף. כמעט אלע פון זיי זענען געווען אידן. דער איינציגסטע גוי אין דער חבורה איז געועון קארל יונג. אין א בריוו צו איינער פון די תלמידים האט פרויד זיך אויסגעדרוקט מיט צופרידנהייט איבער דעם הצטרפות פון יאנג צו זיין חבורה האפענדיג אז דאס וועט אים געבן דער אזוי געגארטן שטעמפל פון כשרות פארן אלגעמיינע גאס . איבער זיינע תלמידים און זייער באשטייערונגען צום אנטווויקלונג פון פסיכאלאגיע וועלן מיר זען קומענדיגע ארטיקל.

1 צו באקומען א שטיקל בליק אויף דעם ערשיינוג באקענט אייך מיט די פאלגענדע ציפערן : די אידן זענען היינט צוטאגס 0.2% פון דער אלגעמיינע באפעלקערונג און 22% פון די נאבעל פרייז חתנים זענען אידן, 25% פון די געווינער פון די פרעסזשפולע ACM Turing פרייז פאר קאמפיוטער סייענס זענען אידן. און 11% פון פארבס מיליארדערן ליסטע זענען אידן. אין אמעריקע איז עס שטארק מערבאר, די אידן דארט זענען פונקט 2% פראצענט פון דער באפעלקערונג און פארט ציילן זיי 10% פון די סענאט מעמבערס, 23% פון די 500 רייכסטע מענטשן אין אמעריקע, 60% פון צווישן די הויעכראנגיקע פאזיציעס אין האליוואד, 26% פון די Law פראפעסארן, 27% פון די נאבעל פרייז געווינער און 60% פון די סטודענטן פאר פארגעשריטענע דעגריס אין דער פרעסטזשפולע YALE אוניווערסיטי. פאר מער איבער דער אידישע געניוס לייענט דא
2 לייענט דא איבער פרויד און ליובאוויטשער רבי.
ווי אויך דא.
3 פאר מער לייענט דא און אין דער בוך פסיכואנליזה ויהדות פון פרופ' חביבה פדיה.
4 https://www.amazon.com/Genius-Anxiety-C ... 1786076675
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שאלתיאל אום מוצ"ש יולי 16, 2022 4:51 pm, רעדאגירט געווארן 4 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל

הודעהדורך מי אני » דאנערשטאג יולי 14, 2022 4:34 pm

ייש"כ פאר דעם ארטיקל!

דר. בנימין בית-הלחמי שרייבט:
1.jpg

ובכלל שרייבט ער פריער דארט:
2.jpg


דא (צום סוף) האב איך אראפגעברענגט א סיבה פארוואס דער רש"ב איז געגאנגען צו טעראפי.

זיין טעזע לגבי די שולד געפיהלן פונעם דור המדבר איבער זייער מארד פון משה און דאס פארדעקן דערפון, און אז דאדורך, אלס א סארט סאָבּקאַנשעס אפצאל, איז אויסגעוואקסן מאנאטעאיזם, גייט אין איינקלאנג מיט זיין אלגעמיינע געדאנק פון ווי אלעס ווערט דירעקטירט ביי אינדיווידואלן דורך סאָבּקאַנשעס אימפּאָלסעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מי אני אום דאנערשטאג יולי 14, 2022 10:46 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3696
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 11212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3375 מאל

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג יולי 14, 2022 4:45 pm

הערליך שיין
שוין לאנג נישט געהאט אזא שיינע רייכע ארטיקל דא
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 992
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 811 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 930 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג יולי 14, 2022 5:56 pm

דא קען מען הערן א שמיעס פון rabbi Jacobson די מעשה מיט די רבי די רש"ב

https://www.theyeshiva.net/jewish/63/mo ... inspire-us
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2025
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1027 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1067 מאל

Re: די אידן און פסיכאלאגיע

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג יולי 14, 2022 6:32 pm

Wow! הערליכע ארטיקל געליינט אין איין אטעם
ייש"כ!


Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1209
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 5380 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2370 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » פרייטאג יולי 15, 2022 8:23 am

ס'איז אלץ פוסטע נארישקייטן און הוילע פאנטאזיעס. סייקא-אנאליסיס איז ווערט א רעטעך. אלצדינג וואס ס'טוט איז פארגרעבערט דעם 'איך' און נישט אויף א גוטן וועג - צו טראכטן אויף להבא, נאר אויף א שלעכטן און אויסגעווארפענעם וועג - צו טראכטן פון דעם עבר, און ווי חשוב און צענטראל דער אפגעריסענער 'זעלבסט' איז אויף א וועלט פון 7 ביליאן מענטשן. איבערקייען און איבערזחר'ן ככלב שב על קיאו יעדעס פארשטונקענעם פשלה וואס האט פאסירט אויף זיך פונעם ארויסגעקוועטשט ווערן פון שליה, און אזוי ברעטשען און זיך באנעבעכן לעולמי עולמים, ביז'ן מען קומט אהן שאולה. וואט עי וועיסט אף עי פּאַטעטהיק לייף. דער פרויד האט צופיהל צייט געהאט אויף זיינע הענט צו דרימען..
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3726
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3261 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג יולי 15, 2022 3:09 pm

טאמבל סאס האט געשריבן:ס'איז אלץ פוסטע נארישקייטן און הוילע פאנטאזיעס. סייקא-אנאליסיס איז ווערט א רעטעך. אלצדינג וואס ס'טוט איז פארגרעבערט דעם 'איך' און נישט אויף א גוטן וועג - צו טראכטן אויף להבא, נאר אויף א שלעכטן און אויסגעווארפענעם וועג - צו טראכטן פון דעם עבר, און ווי חשוב און צענטראל דער אפגעריסענער 'זעלבסט' איז אויף א וועלט פון 7 ביליאן מענטשן. איבערקייען און איבערזחר'ן ככלב שב על קיאו יעדעס פארשטונקענעם פשלה וואס האט פאסירט אויף זיך פונעם ארויסגעקוועטשט ווערן פון שליה, און אזוי ברעטשען און זיך באנעבעכן לעולמי עולמים, ביז'ן מען קומט אהן שאולה. וואט עי וועיסט אף עי פּאַטעטהיק לייף. דער פרויד האט צופיהל צייט געהאט אויף זיינע הענט צו דרימען..


איך גלייב אז איר דארפט נישט קיין טעראפי, ווייל איר הערט זיך ווי גאר א מושלם. אבער אויב ח"ו יא, זעהט אויס פון אייער רענטינג אז איר וואלט דוקא יא ענדזשויט סייקא-אנאליסיס.

למעשה, נישט אלעס איז הונדערט פערסענט גוט, אבער סייקא-אנאליסיס דינט גוט פאר ערענסטע טראומא. פארשטייט זיך מיט א מאס.

נ.ב. טראכטן פון "איך" איז גאנץ א געזונטע זאך
Once something becomes a movement it stops moving
Zalmen Schachter -
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3043
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 4434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4172 מאל

הודעהדורך חדשים » זונטאג יולי 17, 2022 4:53 pm

הערליך שיין. אסאך יסודות פון פסיכאלאגיע טרעפט מען שוין אין תורה וחז”ל. וואס לאזט זיך שפעקולירן אז דר. פרויעד’ס אידישע ווארצלען זענען פון די הויפט שפילער אין זיין מהלך אין פסיכאלאגיע. ליין דא https://www.gpsych.org/articles/the-rol ... psychology א לייכטע ארטיקעל פון דר. אנא לעווי ווי זי שמועסט עס שיין אויס.
חדשים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

הודעהדורך שאלתיאל » זונטאג יולי 31, 2022 5:28 pm

פרק 2 א'


אריינפיר

ווי מיר האבן געזען אין ערשטע פרק האט פרויד שווער געאקערט און איינגעפלאנצט די ווארצלען לייגענדיג די גרונדען פאר דעם רעוואלוציאנערישן פסיכאנאליטישע טעאריע, אבער עס האט זיך נישט אפגעשטעלט דארט נאר האט זיך צעוואקסן צו א גרויסע באוועגונג מיט פיל אנהענגער און תלמידים וועלכע האבן עס בעארבעט, צוגעלייגט און פארברייטערט דעם טעאריע אויף פארשידענע ריכטונגען די צד השווה פון אלע פסיכאנאליטישענס איז געווען דער פראוו צו אנאליזירן דעם זעל און די דינאמישקייט פון דעם מענטשליכן פערסאניליטי. גאר עמאציאנעל איז געווען דער באשעפטיגונג און דער נושא, עס איז געווען באגלייט מיט אינערליכע קריגערייען און פאליטיק וועלכע זענען אפטמאל אראפ צו פערזענליכע רעלסן, פרויד דער גרינדער האט זיך אנטזאנגט פון אראפנייגן כהוא זה פון זיין ארגינעלע מהלך און זיך קעגנגעשטעלט צו די פראוון פון זיינע נאכפאלגערס ארייצברענגען חידושים (טראץ וואס ער אליין האט יא עטליכע מאל איבערגעפרישט זיין טעאריע) .דאס האט עווענטואל צוגעברענגט צו אנגעצוינגקייט צווישן אים און זיינע נענטסע תלמידים און זיי האבן אים פארלאזט אדער געווען געצווינגן צו פארלאזן אזוי אז צום ענד איז פרויד געבליבן כמעט אליין איינזאם. מעגליך אז די אידישע אידענטיטעט פון רוב העוסקים במלאכה האט צוגעגעבן אן עקסטערן שמאלץ צום סאמעטוכע.

משל למה הדבר דומה ? מען קען עס צוגלייכן צו א קליינע פרישע חסידות וועלכע קומט אויף מיט א רעוואלוציאנערישן קאנטערווערסיאלע אייגנארטיגע מהלך וואס פאראורזאכט א שטורם אין דער יהדות החרדית. טשעלענדזשינג דער באקאנטע מציאות און דער מעינסטרים שטייט זי אויס שווערע אטאקעס פון אלע זייטן און אירע עקזיסטענץ זעלבסט איז וואקלדיג און ברעכבאר. דער כאריזמאטישע אדמ"ר ר' שלמה פרויד שליט"א גייט אין שפיץ מיט א הייפעלע געטרייע נאנטע חסידים און מעריצים וועלכע גלייבן אין רבי'ן און אין זיין שיטה און פירן א קליינע האלב מיסטישע הויף ארום אים און זענען עוסק צוזאמען בעבודת השם. אינערהאלב די חסידות איז די לופט אינטימיש, נאנט און אייניג אבער פארט הערשט א געוויסע אנגעצויגנקייט און א באווארנטקייט פון אינערליכע מרידות און דערפאר ווען געוויסע חסידים הייבן אן ארויסצוווייזן זעלבסשטענדיגקייט און פארן נישט מיט מיטן רבין גייט דער רבי ארויס מיט זיינע פארבינדעטע און זענען לוחם קעגן די מורדים ביז מען פארטרייבט זיי פון דער חסידות. עס טוט זיך אמפערייען, אינטריגעס, געהיימע קאמיטעס, עסקנים און ס'גייט א רויעך.

אין די קומענדיגע ארטיקל וועלן מיר זיך באקענען מיט פרויד'ס נאנטע אידישע קליקע און וויכטיגסטע שיכט פון תלמידים, אין דעם חלק וועלן מיר זיך באקענען מיט פרויד'ס צוויי מערסט איינפלוסרייכע און בארימטע תלמידים : קארל יאנג און אלפרעד אדלער. מיר וועלן דורכגיין זייערע זייערע באשטייערונגען צום פסיכאליטישע באוועגנוג און זייערע באציאונגען מיט פרויד ווי אויכט די אידישע אידענטיטעט וועלכע איז געפלאכטן כחוט השני אין די השתשלשלות פון פסיכאלאגיע.

פסיכאנאליז: פרויד'ס תלמידים א'

carl-jung-1-sized.jpg
carl-jung-1-sized.jpg (38.8 KiB) געזען געווארן 220 מאל

קארל יאנג


דער צווייטע מערסט איינפלוסרייכע פסיכאלאג אינערהאלב דער פסיכאנאליטישע באוועגונג נאך פרויד איז געווען זיין תלמיד קארל גאסטאב יאנג ( 1961 - 1875). יאנג איז געווען א יונגע שוייצער קאטולישע פסיכיאטער וואס האט געארבעט אין דער פרעסטזשפולע פסיכיאטערישן Burghulzliו שפיטאל אין ציריך ווען ער איז אנטפלעקט געווארן צו פרויד'ס ארטיקלעך מיט וועלכע ער האט זיך זייער אידענציפיטירט, איבערהויפט האט ער געגליכן דער געדאנק פונעם ''אונטערן באוויסטזיין'', אט דעם רוישיגע מיסטעריעזע ראיאן ווי עס ברויזט מיט קאנפלינקטן אונטערן טעפיך פונעם באוויסטזיין. יונג האט אפגעהאלטן א בריוון אויסטויש מיט פרויד וועלכע האט עווענטואל געפירט צו א באגעגעניש צווישן די ביידע אין וויען אין יאר 1906. דער באגעגעניש האט זיך פארצויגן פאר א קנאפע 13 שעה'ן רציפות און ביים ענדע זענען ביידע ארויס באגייסטערט אייינער פון אנדערן. ''איך האב באגעגנט אינטיליגענט צום שטוינען, שארף און אן גענצליך אויסעגעווענטליכע פערשוין '' האט יאנג געשריבן אין זיינע מעמוארן. דאס באגייסטערונג איז געווען צוויי-זייטיג און פרויד האט זיך געאיילט אויצסרופן יונג'ן אלץ זיין פארגייער נעמענדיג אים אונטער זיין שוץ. זייענדיג א געלערנטע פסכיאטאר און א גוי (א יקר המציאות און די פסיכאנאליטישע באוועגונג בימים ההם) האט פרויד געלייגט האפענונג אז יאנג וועט זיין דער פארגייער וועלכע וועט קענען אויספירן דאס וואס ער זעלבסט האט נישט געקענט נעמליך פארשפרייטן דעם בשורה פון פסיכאנאלזיע אין דעם פסיכיאטרישן וועלט און דורכברעכן די מויערן פון דער וויענער אידישע געטא אין וועלכע ער האט זיך געזען פארשפארט . ''אויב בין איך משה'' - האט ער געשריבן צו יאנג “דעמאלט ביזטו ווי יהושע וועלכע וועט איינעמען דעם צוגעזאגטן לאנד פון פסיכיאטריע וועלכע איך קען זעהן נאר פונדערווייטנס''.
זייער שנעל האט יאנג אנגעהויבן ערפולן וויכטיגע פאזיציע פאזיציעס אינערהאלב די וויענער פסיכאנאלזיער פארבאנד און ווען פרויד האט געגרינדעט דעם אינטערנאציאנאלע פסיכאנאליטישע קענגרעס האט ער אויפגענומען יאנג'ן צו שטיין אין שפיץ .

אבער דער טיפע עמאציאנאלע קשר וועלכע האט זיך אנגעפאנגן מיט גרויס אייפער און באגייסטערונג האט זיך געענדיגט בכי רע. וואס האט פאסירט? חילוקי דעות האבן אנגעפאנגן ארויסגשפראצן, זיי האבן געשטאמט פון פארשידענארטייגע השקפות אויפן נאטור פון דער מענטש. יאנג, אלץ א זון פון א קאטוילישער גלח האט שטענדיג געצויגן צו מיסטיסיזם און אקאלטיזם (תורת הנסתר) און האט פון אנפאנג אן נישט אנגענומען דער געוויכט וואס פרויד האט געלייגט אויפן [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אינסטינקט, דער ''ליבידא'', אלץ דער הויפט טרייבקראפט און ענערגיע פון דעם מענטשליכן זעל. אויך האט ער נישט געגליכן דאס הארטנעקיגקייט פון פרוידס טעאריע וועלכע גרעניצט דאס גאנצע אנטוויקלונג פונעם מענטש צו די גאר יונגע יארן. פרויד דאקעגן איז געווען טיף איינגעפלאנצט אין דער ראציאנאליסטישע מאטריאליסטישע ערד מיט א דגוש אויפן סעקסואלן שטח און געזען דערין דער יסוד און קלימאקס פון זיין טעאריע.
די באציאונגען זענען געווארן היבש אנגעצויגן און קאמפליצירט ביז עס האט געפלאצט אין יאר 1912 און יאנג האט זיך אפגעזאגט פון דער פסיכאנאליטישע פארבאנד. די ליבע געשיכטע צווישן יאנג און פרויד איז געקומען צו אן האסטיגע ענדע מיט א שברון לב פאר ביידע זייטן , סיי פרויד און סיי יונג האבן עס אנגענומען שווער און ביידע האבן געליטן פון דעפרעסיע אין יענע טעג. באזונדער יאנג וועלכע איז אריבער א שווערע מענטאלישע קריזיס און איז געווען איינגעשפארט אינדערהיים פאר עטליכע יארן איינזינקענדיג און נאכאנאדע זעלבסט פארשונג. דארט האט ער אנטוויקלט זיין אייגענע צוגאנג.

עטליכע יאר שפעטער אין 1916 האט יאנג פארעפנטליך זיין אייגענע צוגאנג מיטן נאמען אנאליטישע פסיכאלאגיע. ער האט פראבירט אונטערשטרייכן די מער אפטימישע חלקים פון דער מענטשליכע זעל און עס באפרייען פון פרויד'ס טונקעלע 'פאגרעבטע' שטריכן. געבויעט אויפן באזיס פון פרויד איבערן אונטערן באוויסטזיין און די קאנפליקטן האט ער צוגעלייגט דער 'קאלעקטיווע אונטערן באוויסטזיין'' פונעם מענטשהייט וועלכע גייט אריבער אין די DNA און ענטהאלט אין זיך מיטס און געדאנקען וועלכע זענען אייגנארטיג צו יעדער פאלק און קולטור און זענען משפיע אויפן זעל. יאנג האט אויך צוגעלייגט מעבר פון די אנטוויקלונג אין די יונגע יארן, ווי פרויד האט געטענה'ט, אויך די אנטוויקלונג פון דער מענטש במשך זיין גאנצע לעבן לקראת דאס אויספירונג פון זיין אינדווידיאלע אייגנארטיגע פאטענציאל. אנדערש פון פרויד האט אויך אונטערגשטראכן די וויכטיגקייט פון דער רעליגיעזע לעבן אלץ אויסדרוק פון דעם 'איך'. סוף ימיו האט ער גענויגט צו מער מיסטיש- רעליגיעזע ריכטונג און זיין טעאריע איז געווארן מער פארנעפלט.
יאנג האט געהאט א מאסיווע השפעה אויף פארשידענע פעלדער ווי אנטראפאלאגיע, רעליגע, מיטאלאגיע, מיסטיסיזם, ארט, ליטעראטור און פילאסאפיע. ער האט אסאך פארברייטערט אונזער וויסנשאפט פונעם מענטשליכן זעל מעבר פון קאנבענציאלע סארט וועגן פון טראכטן און האט אקצעפטירט אסאך אומקאנבענציאלע מהלכים ווי פאגאניזם, שמאניזם, פאראפסיכאלאגיע. ער האט אויך געשטיצט דאס באניצונג פון יאגע, כיראלאגיע (ליינען כף יד) און אסטראלאגיע אלץ א חלק פון טעראפי.

זיינע באציאונגען מיט אידן: פון איין זייט ווי צו פארגיטיגן אויפן פאקט אז ער איז געווען דער איינציגסטע קאטולישע אין דער חבורה איז יונג געווען ארומגענומען מיט אידן, צו איז עס זיין פארגייער עריך נוימאן, זיין סעקרעטארשע און מיטארבעטער אניאלה יפה אדער זיין פאציענט-תלמידה סאבינא שפילריין מיט וועלכע יאנג האט געפירט א האלב טעראפיסטישע-האלב ראמאנטישע רילעשענשיפ. פון דער אנדער זייט, אויף יאנג'ן אליין האט זיך אנגעקלעבט אן אנטיסעמיטישע גערוך ווארום בעת די נאציס זענען ארויף צום הערשאפט האט ער אויסגעדרוקט שטיצע אין די ראסע רעינות און האט זיך געלאזט הערן מיט פרייד קעגן דער אויפשטייג פון היטלער. פרויד איז געווען באוויסטזיניג צו דעם פאקט און האט עס אויסגענוצט פאר אינערליכע פאליטישע צוועקן זיך ארומגעווארפנדיג מיט אזוינע האלבע רמזים אין ריכטונג פון יאנג. למעשה האט ער שפעטער צוריקגעצויגן פון זיין שטיצע און איינגעזען די סכנה פון דער נאצישע רעזשים. יארן שפעטער האט מען אויפגעדעקט אז יאנג האט גאר געדינט אלץ געהיימע אנאליסט פאר די CIA אין די מלחמה יארן, ער איז רעקרוטירט געווארן דורך דער בארימטע אגענט און סי איי עי דירעקטאר אללען דאלעס, זיין קאוד נאמען איז געווען 'אגענט 488'. זיין אויפגאבע איז געווען צו אנאליזירן פסיכאלאגיש די דייטשע פירער, און דערפאר האט ער געהאט צוטריט צו גאר געהיימע אינטעלידזשענס מאטרעיאלן און זיינע ווערק האבן געהאט א שטארקע איינפלוס אויף די אמעריקאנער מיליטער שישקעס, גענעראל אייזענהאוער האט געזען זיין רעפארט בעפאר דער אמעריקאנער מיליטערישע אבלאווע אין אייראפע. אין ראם פון זיינע אנאליזן האט יאנג פאראויסגעזאגט אז היטלער וועט באגיין זעלבסטמארד. 1


Adler-from-Metropolitan-Museum-of-Art.jpg
אלפרעד אדלער


אן ענדליכן טרעק צו יאנג'ן איז אדורכגעגאנגען נאך א בארימטע תלמיד פון פרויד דער דאקטער און פסיכיאטער אלפרעד אדלער (1870-1937) ער איז אויך געווען שטארק נאנט צו פרויד, זיך צוקריגט, רעזיגנירט און געפנט אן אייגענע פראקציע. אדלער איז געבוירן אין וויען צו א מיטלקלאסיגע אידישע פאמיליע, פון קינדווייז אן האט ער געליטן אויף א שוואכע געזונט און שווער געקענט זיך רירן דאס האט עס אים געשטופט צו באשעפטיגען און שטודירן געזונטהייט. מיט א שטארקע ווילן האט ער מצליח געווען צו גראדואירן אלץ דאקטער. אין לויף פון זיין ארבעט אלץ דאקטער האט זיך ערוועקט אין אים וואנדערונגען און פראגעס איבער הארטנעקיגע סימפטאמען אין זיינע קליענטן און דאס האט אים צוגעברענגט זיך אינטרעסירן אין פסיכאלאגיע, פסיכיאטערע און אין פילאסאפיע פראווענדיג צו פארשטיין נישט נאר די פיזישע ווארצלען פון זיינע פאציענט פראבלעמען נאר אויך די סאציאלע און פסיכאלאגישע סיבות.

אין 1902 אויפן איינלאדענונג פון פרויד האט זיך אדלער אנגעשלאסן אין די וועכנטליכע מיטינגס אין הויז פון פרויד. שפעטער האט ער אויך געדינט אלץ פרעזידענט פון דער פסיכאנאליטישע פארבאנד. טראץ וואס אדלער ווערט אנגעקוקט אלץ תלמיד פון פרויד איז ער למעשה געווען א קאלעגע פון פרויד היטענדיג די גאנצע צייט אויף זיינע אייגענע באזירטע געדאנקען וועלכע האבן נישט אלעמאל געשטימט מיט פרויד'נס. מיט דער צייט האט זיך דער לאך פארברייטערט און צווישנשייד איז געווארן צו גרויס און אין יאר 1912 האט ער רעזיגנירט און אנטוויקלט זיין אייגענע צוגאנג גערופן אינדוווידיאלע פסיכאלאגיע.

זיין צוגאנג איז געווען מער א הומאניסטישע און מער א האליסטישע. אינדווידיאלע פסיכאלאגיעע קוקט אן דער מענטש אלץ א האליסטישע קאמפלעקס וועלכע איז א בעל בחירה און קען אויסוועלן וויאזוי צו לעבן זיין לעבן, עס נישט נוגע וואס האט פאסירט מיט דער מענטש (ווי פרויד און יאנג'ן האבן געטענה'ט) נאר וואס דער מענטש איז מחליט צו טון דערמיט. אדלער איז באיינפלוסט געווארן פון דעם פילאסאף עמנואל קאנט און האט געהאלטן אז דער מענטש עקספיריענסד דער וועלט בלויז מיט זיין סאביעקטיווע בליק און ערקלערונג וואס ער גיבט דערצו און דערפאר ווען דער מענטש טוישט זיך אליין טוישט זיך אויך דער מציאות. אין צייט וואס פרויד האט אונטערגעשטראכן די סע קסואלע און אגרעסיווע אינסטינקטן אלץ דער טרייבקראפט פונעם מענטש און האט געפאקעסד אויף די אינערליכע באציאונגען פון דער מענטש האט אדלער אונטערגעשטראכן דער דראנג צו שלמות, הנאה ,און אויבערהאנט אלץ די זאכן וואס דער מענטש זוכט און דאס ברענגט אים פרייהייט און באפרייען אים פון די הילפלאזע און inferiority געפילן וועלכע זענען איינגעקריצט אין יעדער מענטש נאך פון זיינע יונגע יארן ווען ער איז געווען הילפלאז. די פרייהייט און שלימות דעגרייכט דער מענטש דורך סאציאלע באציאונגען מיט פריינד. און האט דערפאר געפאקעסד אויף די אויסערליכע באציאונגען פון דער מענטש מיט אנדערע מענטשן. אדלער האט אריינגברענגט דער טערמין inferiority complex און געזען דערין דער מקור פון מענטאלישע קאמפלעקסן און נויראזע.
זיינע טעאריעס האבן געהאט שטארקע איינפלוס אויפן פסיכאלאגישן וועלט און זיינע געדאנקן איבער דער שאיפה צו שלימות און Self-actualization האט געדינט אלץ אינספיראציע פאר קארל ראזשערס און אברהם מאסלו ביי זייער הומאניסטישע צוגאנג (ווי מיר וועלן זען שפעטער אי"ה).

אויב זאלן מיר אפרעכטן א קורצע טאטל פון די צווישנשיידן פון פרויד מיט אדלער ביים פארשטיין דעם מענטשליכן זעהל וועט עס אויסקוקן אזוי:

פרויד האט אונטערגעשטראכן די-
    אביעקטיוויזם/פאזיטיוויזם
    -דעטערמיניזם (יעדער איינציגע געשעעניש האט א סיבה אין דער פארגאנגענהייט)
    -אומבאוויסטזיין
    -סע קסואלע און אגרעסיווע אינסטינקטן
    -פארגאנגענהייט
    -אנאליטיזם (צוטיילן דעם זעהל צו עטליכע חלקים)

אדלער האט אונטערגעשטראכן די-
    -סאביעקטיוויזם
    -פרייע אויסוואל
    -באוויסטזיין
    -סאציאלע באציאונגען
    -דראנג צו שלימות, אויבערהאנט און Self-actualization
    -צוקונפט
    -האליזם (זען דעם מענטש אלץ איין גרויסע ישות).
זיין באציאונגען מיט אידישקייט: זיין אידישע אידענטיטעט האט נישט געשפילט קיין ראלע אין אדלער'ס לעבן, אין פאקט האט ער זיך געטויפט , דאס האט אים אבער נישט געהאלפן קיין סאך ווען די נאציס זענען ארויף און זיי האבן פארשפארט זיין קליניק און ער איז געווען געצווינגן צו אימיגרירן קיין אמעריקע ווי ער איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע אין עלטער פון 67 יאר.

אין קומענדיגע ארטיקל וועלן מיר זיך באקענען מיט די צווייטע חלק פון די נאנטע שיכט תלמידים פון פרויד ווי: אטא ראנק, תיאדאר רייק, שנעדור פערענצי, האנץ זאקס, קארל אבראהאם.

1. דאלעס האט האט זיך אויסגעדריקט '' “nobody will probably ever know how much Professor Jung contributed to the Allied cause during the war… [and that his work needed to remain] highly classified for the indefinite future.
זעה דא איבער דעם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שאלתיאל אום זונטאג יולי 31, 2022 6:21 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל

הודעהדורך מי אני » זונטאג יולי 31, 2022 6:16 pm

ייש״כ!
Fascinating

ווי דר. פּער מאגנוס יאהענסאן און דר. עליזאבּעט פּאָנזי ברענגען ארויס איז א חלק פון דעם וואס פרויד האט געוואלט יונג אין דעם פסייקאָאַנאליז בּאוועגונג איז כדי עס זאל נישט ווערן באטראכט ווי דייקא א ״אידישע״ סייענס:
Sigmund Freud and the majority of the early analysts were male physicians of Jewish origin. Psychoanalysis was described as a ‘Jewish science’ by critics and anti-Semitism was a part of Freud’s life. Freud stated that psychoanalysis must be protected from becoming a Jewish science, and he considered non-Jewish psychoanalysts important for the development and the acceptance of psychoanalysis. Freud is also reported as telling his Jewish psychoanalytic colleagues that the non-Jewish, Swiss psychiatrist and psychoanalyst Carl Gustav Jung (1875–1961) ‘will save us’. We know that Jung and Freud broke with each other in 1913, and that the former later expressed anti-Semitic opinions
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3696
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 11212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3375 מאל

Re: די אידן און פסיכאלאגיע

הודעהדורך טאמבל סאס » זונטאג יולי 31, 2022 6:19 pm

געוויסע חרדים היינט לאוו פרויד צוליב זיין אומגעזונטע אבסעסיע מיט סאקס און זיין קלעים אז דאס דרייווט א מענטש. ספעציעל די חרדים וואס גלייכן זיך צומישן אין פאמיליע געפעכטן ווי קינדער זענען אינוואלווד און און אריינמישן אזוי גערופענע פסיכאלאגן, דוגלי שיטת פרויד.. זיי האבן שוין אהן א צאל שאדן אנגעמאכט. פעך.. זיי ציטערן פשוט צו בלייבן אומרעלעוואנט און פארלירן פרנסה. איר ווייסט ווער ס'נוצט זיי? די רויעל פעמילי, די פאנאטישע מוסלעמענער און אפאר סאטמערע חסידים . מען שטאפט זיי מיט געלט און אסאך פון זיי זענען אפשטאמיגע פון דייטשלאנד, האבן זיי במילא אויך א גילט טשיפ אויף זייער שאולדער, גייען זיי ארויס פון וועג צו ווידערגוטמאכן די חרדישע טראדיציאנעלע צד אין א פעמילי מחלוקת. עספעשעלי ווען דער רעבל איז דאך סתם א סאקס געטריבענער מאניאק וואס האט געוואלט שלאפן מיט זיין מאמע און אפשניידן זיין טאטע'ס וויזוי הייסטעס.. לול

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3726
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3261 מאל

הודעהדורך שאלתיאל » זונטאג יולי 31, 2022 6:40 pm

@טאמבל סאס פסיכאנאליז איז א ריזיגע ברייטפארצווייגטע פעלד וועלכע האלט זיך און איין פארברייטערן און באקומט לעצטנס אסאך שטיצע פון דער סייענטיסטישע וועלט. סייקא אנאליסיס אלץ א טעראפי מיטל ווערט אלץ מער און מער אויפגעוויסן עמפיריש אלץ אן ווירקזאמע מיטל בעיקר אין פארשידענע סיטואציעס. און בכלל, פילע איינפלוסרייכע און סייענטיסטישע טעאריעס אין פסיכאלאגיע וועלכע געפינען זיך היינט אין קאנצענזוס זענען געבויעט אויף פרויד'ס ''נארישע'' טעאריעס. ווי צום ביישפיל, Erikson's stages of psychosocial development פון אריק אריקסון אדער דער מעכטיגע Developmental stage theories פון דזשאן פיאדזשע אדער דער ברייט באקאנטע Self psychology פון היינץ קאהאט.
איך מיין מען וואלט מען זיי געדארפט אויפקלערן אז דער וועלט בארימטע פסיכאלאג און סייענטיסט פראפ' @טאמבל סאס קריגט זיך אויף פרויד און ברענגט ארויף מערקווערדיגע מוח-שטורעמנדע טענות ווי למשל ''נאר פאנאטישע מוסלעמענער און סאטמערע אידן באנוצן זיך דערמיט'' אדער '' ס'אלץ פוסטע און הוילע נארישקייטן'' איך גלויב זיי וואלטן גלייך משוכנע געווארן און צוריקגעצויגן פון זייערע טעאריעס.

אנטשולדיגט פארן זיין סארקאסטיש אבער עס איז נישט דער ערשטע מאל וואס איר קומט דא מיט הוילע לאזונגען, אדרבא אז איר האט א ספעציפישע טענה זענט איר מכובד עס אראפצולייגן בטוב טעם ודעת
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג יולי 31, 2022 7:22 pm

שאלתיאל האט געשריבן:@טאמבל סאס פסיכאנאליז איז א ריזיגע ברייטפארצווייגטע פעלד וועלכע האלט זיך און איין פארברייטערן און באקומט לעצטנס אסאך שטיצע פון דער סייענטיסטישע וועלט. סייקא אנאליסיס אלץ א טעראפי מיטל ווערט אלץ מער און מער אויפגעוויסן עמפיריש אלץ אן ווירקזאמע מיטל בעיקר אין פארשידענע סיטואציעס. און בכלל, פילע איינפלוסרייכע און סייענטיסטישע טעאריעס אין פסיכאלאגיע וועלכע געפינען זיך היינט אין קאנצענזוס זענען געבויעט אויף פרויד'ס ''נארישע'' טעאריעס. ווי צום ביישפיל, Erikson's stages of psychosocial development פון אריק אריקסון אדער דער מעכטיגע Developmental stage theories פון דזשאן פיאדזשע אדער דער ברייט באקאנטע Self psychology פון היינץ קאהאט.
איך מיין מען וואלט מען זיי געדארפט אויפקלערן אז דער וועלט בארימטע פסיכאלאג און סייענטיסט פראפ' @טאמבל סאס קריגט זיך אויף פרויד און ברענגט ארויף מערקווערדיגע מוח-שטורעמנדע טענות ווי למשל ''נאר פאנאטישע מוסלעמענער און סאטמערע אידן באנוצן זיך דערמיט'' אדער '' ס'אלץ פוסטע און הוילע נארישקייטן'' איך גלויב זיי וואלטן גלייך משוכנע געווארן און צוריקגעצויגן פון זייערע טעאריעס.

אנטשולדיגט פארן זיין סארקאסטיש אבער עס איז נישט דער ערשטע מאל וואס איר קומט דא מיט הוילע לאזונגען, אדרבא אז איר האט א ספעציפישע טענה זענט איר מכובד עס אראפצולייגן בטוב טעם ודעת


למעשה טענה'ן די סייענטיסטן אז פסיכאלאגיע איז הוילע בלאף, ניין?
אזוי טענה'ט מען אין די ביהעוויערעל לאגער.

כ'ווייס נישט פארוואס @טאמבי האט זיך אזוי צילאזט אבער ער האט א ריכטיגע טענה.
"אין א וועלט פון משוגע, דארף מען זיין גיט משוגע, נישט צי וועלן זיין משוגע"
ישראלי גרין
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 3363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2327 מאל

הודעהדורך שאלתיאל » זונטאג יולי 31, 2022 7:30 pm

קהל'ס נער האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:@טאמבל סאס פסיכאנאליז איז א ריזיגע ברייטפארצווייגטע פעלד וועלכע האלט זיך און איין פארברייטערן און באקומט לעצטנס אסאך שטיצע פון דער סייענטיסטישע וועלט. סייקא אנאליסיס אלץ א טעראפי מיטל ווערט אלץ מער און מער אויפגעוויסן עמפיריש אלץ אן ווירקזאמע מיטל בעיקר אין פארשידענע סיטואציעס. און בכלל, פילע איינפלוסרייכע און סייענטיסטישע טעאריעס אין פסיכאלאגיע וועלכע געפינען זיך היינט אין קאנצענזוס זענען געבויעט אויף פרויד'ס ''נארישע'' טעאריעס. ווי צום ביישפיל, Erikson's stages of psychosocial development פון אריק אריקסון אדער דער מעכטיגע Developmental stage theories פון דזשאן פיאדזשע אדער דער ברייט באקאנטע Self psychology פון היינץ קאהאט.
איך מיין מען וואלט מען זיי געדארפט אויפקלערן אז דער וועלט בארימטע פסיכאלאג און סייענטיסט פראפ' @טאמבל סאס קריגט זיך אויף פרויד און ברענגט ארויף מערקווערדיגע מוח-שטורעמנדע טענות ווי למשל ''נאר פאנאטישע מוסלעמענער און סאטמערע אידן באנוצן זיך דערמיט'' אדער '' ס'אלץ פוסטע און הוילע נארישקייטן'' איך גלויב זיי וואלטן גלייך משוכנע געווארן און צוריקגעצויגן פון זייערע טעאריעס.

אנטשולדיגט פארן זיין סארקאסטיש אבער עס איז נישט דער ערשטע מאל וואס איר קומט דא מיט הוילע לאזונגען, אדרבא אז איר האט א ספעציפישע טענה זענט איר מכובד עס אראפצולייגן בטוב טעם ודעת


למעשה טענה'ן די סייענטיסטן אז פסיכאלאגיע איז הוילע בלאף, ניין?
אזוי טענה'ט מען אין די ביהעוויערעל לאגער.

כ'ווייס נישט פארוואס @טאמבי האט זיך אזוי צילאזט אבער ער האט א ריכטיגע טענה.

פסיכאלאגיע איז א גרויס וועלט מיט אסאך לאגערן וועלכע געפינען זיך אויפן continuum צווישן פילאסאפיע ביז הארטע סייענס ווי נאטור סייענסù מוח סייענס און ביאלאגיע. רוב פון זיי זענען פלאצירט אויפן קעסטל פון ווייעכע סייענס אין ראם פון סאושעל סייענס. נאר די ראדיקאלע ביהעוויוריסטן האלטן אז פסיכאלאגיע דארף פאקוסען בלויז אויף דער אויסערליכע אויפירונג פון דער מענטש און זיין סביבה, און נאר אזוי קען פסיכאלאגיע ווערן אנגערופן אלץ סייענס. עס אינטערסירט זיי נישט וואס טוט זיף אפ אינעווייניג אין דער מענטש. (דערפאר זענען זיי נישט קיין 'פסיכאלאגן' וויבאלד זיי האנדלען נישט מיט דער 'פסיכא'.)
אבער זיי זענען די איינציגסטע וואס האלטן אזוי. אין פאקט איז דא אסאך אנדערע וועגן וויאזוי מען קען ריסורטשן אינערליכע זאכן אויף אן סייענטיסטישע וועג און אזוי קען מען אויפווייזן רוב טעאריעס.
אנבאלאנגט פסיכאנאליז, נישט אלעס קען מען אויפווייזן. אבער אסאך חלקים דערפון יא און אסאך טעאריעס וועלכע בויען זיך אויף פרויד'ס טעאריע ווי אויך פסיכאנאליז אלץ טעראפי מיטל.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט