אינטערוויאו מיט'ן רוצח פון דה-האן, אברהם תהומי (1983/1984)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4222
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3602 מאל

אינטערוויאו מיט'ן רוצח פון דה-האן, אברהם תהומי (1983/1984)

שליחה דורך טאמבל סאס »

איך האב מיך אנגעשטאלפערט אין א אינטערוויאו אפגעראכטן מיט דער רוצח פון דה-האן, אברהם תהומי (איינע פון די רוצחים) און כ'האב עס געפינען גאר אינטרעסאנט. ובכן האב איך געטראכט כ'וועל עס טראנסלעיטן אין אידיש פאר די קוראי הפורום צו לייענען. קודם א שנעלע איבערזיכט אויף דר דה-האן.

דה האן, וועלכער איז ארגינעל געקומען פון האלאנד פון א משפחה פון 18 קינדער האט אין זיין יוגנט געלערנט אין א סעמינאר אוואו מען לערנט אויס צו זיין טיטשערס. (זיין טאטע איז געווען א חזן און א טיטשער) ער איז אבער דאס נישט געווארן; אנשטאט האט ער אוועקגעשטויסן אידישקייט און זיך אנגעשלאסן אין די סאשעל דעמאקראטישע מאוומענט אין האלאנד און געווארן איינע פון אירע ווארטזאגער. ער איז געווארן א מארקסיסט. שפעטער האט ער אויך געטוהן צייטונגס שרייבעריי, שירה און אפילו באקאנט געווארן אלס עורך דין. ער איז אויך געווען א הומוסאקסואל. מען געפינט שוין דאס אין זיינע כתבים דעמאלס (1904). אבער ער האט נאכאלס חתונה געהאט מיט א פרוי, א קריסטליכע, אין 1907, אינגער פון אים מיט 9 יאהר.

נאך די דרייסיג האט ער נאכאמאל געכאפט א קריזיס און ווידער געווארן פרום. אצינד האט ער זיך אינגעשלאסן די ציוניסטישע מאוומענט און און זיינע לימודים, זיך אנגעהויבן קאנצערטרירן אויף משפטים. ער איז דערפאר אריין אין אמסטערדאמער יוניווערסיטי. נאך די ערשטע וועלט קריג איז ער ארויף אויף א"י און פרובירט זיך משלב צוזיין צווישן די ציוניסטן פרובירנדיג צו פארשלאגן זיינע סערוויסעס צו די מוסדות אין יישוב החדש און צו די אוניברסיטה העברית אבער זיי האבן אים נישט געדארפט. די זעלבע אנטווארט האט ער באקומען פון די הולאנדישע קונסול אין ירושלים. האט ער אזוי ארום אפגעענדיגט אין יאר 1921, בראש פון די ספרדישע ת"ת דורש ציון.

זייענדיג גאר דיסאפוינטעטד האט ער מחליט געווען צו אפפערן זיינע סערוויסעס פאר די אגודה און די עדה החרדית, אונטער רב יוסף חיים זוננפלד, און זיי האבן גערן גענוצט זיינע טאלאנטן פאר פארשידנס. ווי טראנסלעישן זייערע סטעיטמענטס צו ענגליש און ייעוץ משפטי. שפעטער איז ער אויפגענומען געווארן פאר די אפיציעלע מנהל מדיני פון די אגודה. אין גאר א קורצע צייט איז ער באקאנט געווארן אלס די עקסטרעמסטע פערזאן פון צווישן די חדרים פון וועמענ'ס טאהטן די אגודה אליינס האט נישט אלעמאל גענאסן נחת.

ער האט געפירט א קאמף קעגן די שטייערן וואס דער נציב האט מאשר געווען פאר די וועד העיר פון ירושלים און האט לוחם געווען צו מבטל זיין די בריטישע מנדט אויף א"י. ער האט גערודפט רב קוק און ארויסגענומען תלונות און קאורט אפליקאציעס קעגן אים וואו ער האט נאר געקענט טרעפן עפעס אן עילה זיך ארויפצוכאפן אויף אים. ווי אויך האט ער פועל געווען צו פראוואקירן צווישן די יישוב היהודי און די אראבערס, למשל ער פלעגט מאכן פיינטליכע סטעיטמענטס קעגן די אראבערס, נאר כדי מעורר צו זיין זייער שנאה קעגן די אידישע יישוב; אפילו אויב ער האט דאס נישט באמת געמיינט. מאנכע האבן אפי' פארציילט שפעטער אז ער פלעגט שלאפן מיט אראבישע יוגענטליכע. אלענפאלס, דאס האט ווי עס זעהט אויס נישט געקימערט די עדה. די יוזפול, מעגן..

אין יוני 1923 דה-האן האט אראנזשירט א דעלעגאציע בראשות פון רב זוננפלד צו דער קעניג חוסיין און זיין זוהן, דער צוקונפטיגער קעניג פון ירדן, אלס א קאנטער משלחת צו די ציוניסטישע דעלעגאציע בראשות פון קולונל פרעדריק קיש -- וואס האט אויך דאן געשיקט א דעלעגאציע צו די זעלבע האשעמיית דינאסטיע, יענער צייט, כדי צו אפעלירן פאר שטיצע -- מיט א סטעיטמענט אויסדורוקענדיג א חרדישע התנגדות קעגן די ציוניסטן און א פארשלאג פאר א בונד צווישן די חרדים און די אראבער.

דה-האן פלעגט באשמוצן באופן קבוע דער ציונות און אירע מנהיגים מיט עקסטרימע אויסדרוקן - אפט גרעניצענדיג זיך מיט אנטיסעמיטיזם - אינקלודינג, רב קוק און די מנהיגי הדתית לאומית פון די מזרחיסטישע תנועה, וועלכע ער פלעגט באצייכענען אלס פושעים. ער האט אויך געמאכט קשרים מיט באקאנטע ענגלישע צייטונגען און אירע בעלי בתים ווי די דעילי מירער, די טיימס אף לאנדאן (וועמענ'ס באלעבוס האט דאן אנגעהויבן צוריקציען פון זיין ביז-דאמאלטיגע שטיצע צו הצהרת בלפור) און די דעילי עקספרעס; און דער לעצטער האט אים געגיבן א פלאטפארמע וואו אויסצולופטערן זיינע פיינטליכע אנטי-ציוניסטישע מאמרים.

די מארד
דה-האן האט געזאלט ארויספארן צו לאנדאן אין יולי 1924 מיט א משלחת מטעם אגודת ישראל כדי צו קאמפיינען קעגן די נאנט-פלאנירטע געזעץ וואס האט מאשר געווען און געגעבן מעמד צו די אידישע קהילות אין א"י; לדעתיהם פון די חרדים האט אזא געזעץ נאר בכוונה געהאט צו געבן אן עדווענטעידזש צו די ציוניסטישע יישוב. די שמועה איז געווען אז ער האט אויך בכוונה צו קאמפיינען פאר די ביטול פון הצהרת בלפור.

די היסטאריקער זענען ביי די מיינונג אז אברהם תהומי (איינע פון די רוצחים), א מיטגליד פון די הגנה און שפעטער פון די גרונדער פון אצ"ל, איז אויפגעקומען מיט דער געדאנק פאר דער אקט נאכדעם וואס דה-האן'ס פעולות האבן איבערגעצויגן דעם שטריקל. ער האט זיך געוואנדן צו זיין ממונה, זכריה (זכר) אוריאלי וועלכער האט אפראווד דער אטענטאט נאכ'ן נעמען אנווייזונגען פון העכערע פון אים, מאנכע זאגן יוסף הכט (פון די מייסדי הגנה, א חדר אינגל פון ביחאוו-מוהילב) אנדערע זאגן, יצחק בן צבי (פון די מייסדי השומר, פארגייער פון הגנה, און צוקונפטיגער נשיא. אויך א חדר אינגל פון פולטבה-אוקריינא און אייניקל פון סדר הדורות און פון רב אליהו חיים מייזל, רב פון לודז). תהומי האט געהאט א שותף מיט'ן נאמען אברהם גיורא.

דער דרייסיגסטער אין יוני 1924, איז דה-האן ארויס פון די שפיטאל שערי צדק, נאכ'ן דאווענען מנחה אין די ארטיגע בית כנסת, מיט'ן ציהל צו רחוב יפו אין ירושלים. נאך אפגיין א שטיקל וועג האבן אים די אנשי הגנה אפגעפטר'ט מיט דריי קוילן. ער איז געשטארבן אויפ'ן ארט. די רוצחים זענען אנטרינען און די משטרה האט זיי נישט געכאפט.

אפילו נאכדעם וואס תהומי איז שוין אלט געווען האט ער נאכאלס נישט געוואלט מודה זיין בפה מלא אז ער האט עס אדורכגעפירט נאר האט מודה געווען אין אן אחריות מסוימת און אין די פאקט אז די הגנה האט עס דורכגעפירט.

נאך די מארד

די מארד האט ווי פארשטענדליך אויפגעציטערט די יישוב. כאטש רוב ציבור האט פארשטאנען די מאטיוון פון די מארד און עס אפילו געדולדעט זענען אבער אין די צייטונגען ערשינען פארדאמונגען. משה ביילינסון פון תנועת העבודה האט געשריבן:

"דער דגל פון די תנועה טאר נישט פארפלעקט ווערן. נישט מיט ריינע בלוט, אויך נישט מיט שולדיגע בלוט – אנדערש וועט אונזער מאוומענט ווערן כולו שלעכט. ווייל בלוט ציהט נאך זיך נאך בלוט. די בלוט נעמט שטענדיג נקמה און אויב הייבט מען אן טרעטן אויף דעם וועג ווייסט מען מער נישט וואו עס וועט נעמען."

דאקעגן, ביי די חרידישע חוגים איז דה-האן נהפך געווארן צו א קדוש וואס איז געפאלן על קידוש השם. דאך, פון אגודת ישראל העולמי, פאר וועמען דה-האן אין די לעצטע צייט איז שוין אויך צו עקסטרים געווארן, האט מען, נאכוואס זיינע סאקסואלע מאמרים זענען מפורסם געווארן, אויך געלאזט הערן שטימען פון אפווייכעניש דא און דארט. ווי אויך האבן זיי זיך אפגעהאלטן פון מנצח זיין, זיין נאמען אויף ערטער און קאמפיינען.

אינטרעסאנט צוצוגעבן אז אין די לעצטע יארן האבן אים די LGBT קאמיוניטי גענומען פאר אן אייקאן אלס א משורר און איש רוח, מיט די טענה אז זיין בלוט איז לייכטער הפקר געוארן צוליב וואס ער איז געווען געי. (תהומי זעלבסט לייקנט סיי וועלכע שייכות מיט דער פאקט: "איך האב גארנישט געהערט און געוואוסט דערפון...וועמענ'ס ביזנעס איז עס וואס א מענטש טוט ביי זיך אינדערהיים?")

אן אינטערוויאו צווישן שלמה נקדימון ( א מחבר פון א ספר איבער דער מארד) און אברהם תהומי.


ש. ביסט געקומען קיין ירושלים א קורצע צייט נאך דיין עליה צו א"י. וואס האסטו געפונען צוטוהן פאר פרנסה?

ת. איך בין געווען א בוי-ארבעטער אין די קבוצות הגליל. צומארגנס נאכ'ן אנקומען קיין א"י האב איך שוין אנטייל גענומען אין די ארבעט פון אויספלאסטערן רחוב החלוץ בין בית כרם. קודם האב איך געוואוינט צוזאמען מיט אברהם גיורא מיין חבר אין בניין הרוס אין גבעת שאול. נאכדעם האבן מיר געוואוינט אין אוהלים. ביידע זענען מיר צוזאמען געווארן מיטגלידער אין די הגנה.

ש. איז די הגנה אין ירושלים שוין געווען אן אקטיווע ארגענאזאציע?

ת. אקטיוו. אבער מען קען נישט זאגן אז ס'איז געווען אן ארגענאזאציע. עס איז געווען א דזשאוק. אן התחלה.

ש. דו געדענקסט דיין ערשטע באגעגעניש מיט דער מפקד סניף ההגנה, זכריה – זכר – אוריאלי?

ת. איך געדענק נישט גענוי אונזער ערשטע באגעגעניש וויבאלד ער איז נישט געווען דער מדריך פון מיין קבודה. מיין מדריך איז געווען משה סבוראי. זכר איז זעכער געקומען באזוכן ביי איינע פון די שיעורים. איז דארט האב איך אים געזען צוערשט.

ש. איז איינע פון דיינע ערשטע שריט אין די אירגון געווען אויפצושטעלן וואס מען האט גערופן שפעטער פלוגת המרכז?

ת. ניין. אברהם גיורא און איך האבן געבעטן זיך צו טרעפן מיט די הויפט מפקד, זכר. מיר האבן אים אויפמערקזאם געמאכט צו די פאקט אז מיר אין מרכז האבן גארנישט. ווי אזוי קענען מיר זיך פארטיידיגן קעגן די אראבער אויב וועלן מיר אזוי ממשיך זיין? ער האט מסכים געווען און ארגאנאזירט די קבוצת הסגנים. אונז ביידע, גיורא און איך, זענען אריין אין די קבוצת הסגנים. אזוי האט זיך אנגעפאנגען מיין קאריערע: איך בין געווארן א מפקד פון א קבוצה, א מחלקה דערנאך א פלוגה ביז צום סוף, א הויפט מפקד.

ש. איך וועל דיר ווייזן אצינד א בילד. דו דערקענסט דעם מענטש?

ת. דאס איז דה-האן.

ש. די חדרים זענען דען געפירט געווארן דורך א דמות מיוחדת במינה, א מענטשן וועמען דו געדענקסט אוודאואי, רב יוסף חיים זוננפלד.

ת. איך האב אים נישט געזען אבער איך געדענק.

ש. ווען דה-האן האט זיך מצרף געווען צו אים, האט די מאבק וואס די ארטאדאקסן האבן געפירט באקומען א נייע צורה אזאנס וואס איז אריבער מעבר פון די חומות ירושלים. צווישן די עדה החרדית און די יישוב האט זיך דאן אנטוויקלט א שארפער פירוד וואס האט זיך נישט איינמאל געענדיגט מיט מכות וואס די חלוצים, די אינגען פון די נייע דור וואס זענען ארויף צום לאנד און דו ציילסט זיך איינער פון זיי, האבן אויסגעטיילט די אנשי עדה החרדית צו וועמען עס האבן זיך אויכעט געחברט, די אנשי אגודת ישראל אין ירושלים. ביסטו אמאל געווען פון די שלעגער? האסטו געשיקט אנדערע צו שלאגן?

ת. ניין, ווייל איך בין אפגעשטאנען פון פאליטיק. ווען איך בין געקומען צו ירושלים בין איך ערוועלט געווארן צו די מועצת פועלי ירושלים. כ'האב מיך תיכף אפגעזאגט ווייל איך האב געטראכט אז אלס מפקד אין די הגנה ברויך איך מיר נישט מישן אין פאליטיקס. איך האב מיך דערווייטערט דערפון.

ש. פארט איז געווען איין פאל ווען דו האסט א חלק גענומען...

ת. עס איז געווען איין פאל. די חרדים האבן געשטערט די בחירות צום וועד לאומי. איך האב געזען דערין א מעשה אנטי-לאומי. איך האב נאך דאן נישט געהערט פון דער נאמען דה-האן. עס איז געווען צוזאמשטויסעניש מיט זיי. זיי זענען אנטלאפן כמובן ווייל זיי האבן זיך נישט געקענט פארמעסטן מיט אונז. איך מיט א קבוצה מענטשן זענען געווען אין מאה שערים. דערנאך האבן מיר באקומען א נזיפה פון די ועד ההגנה. מען האט אונז געזאגט אז דאס איז נישט דער תפקיד פון די הגנה. (הגהת המתרגם: עס איז שוין איינמאל היינטיגע צייטן) איך האב געבעטן מחילה.

ש. ווי אזוי איז אנגעקומען צו דיר דער נאמען, דה-האן?

ת. איך האב געזעהן זיין נאמען אין די צייטונגען. די ערשטע מאל וואס ער האט געצויגן מיין אטענשאן איז געווען ווען איך האב געליינט אז ער איז געשטאנען בראש פון א חרדישע משלחת צוטרעפן זיך מיט חוסיין. איך האב דאן געפרעגט: ווער איז זוננפלד? איך האב דאן פארשטאנען אז דער זוננפלד פארשטייט בכלל נישט צו קיין פאליטיקס, און רעדט אויך נישט קיין ענגליש. דה-האן האט גערעדט דארט וועגן דעם אז חרדים זענען זיך מתנגד צו ציונות. מיין זעהל איז דערציטערט געווארן. פלוצלונג זענען פארהאן בוגדים בתוכינו, אין די אידישע יישוב. איך האבן גארנישט געוואוסט איבער דעם ביז דאן. די ערשטע מאל וואס א איד שטעלט זיך אויף און איז מארגן גרויסע אנטי ציוניסטישע פאליטישע אקטיוויטעטן. ער פירט משא ומתן מיט די שונאי היישוב. מיר האבן געמיינט מיר גייען משוגע. די גאנצע הגנה האט געקאכט. מיר האבן געפינען דאס מיר האבן פאררעטער צווישן אונז. מיר האבן דאס געזען ווי פארראט. אויב וואלט דער מעשה נישט געטוהן געווארן וואלט דאס גורם געווען שברון לב בתוך די הגנה אין ירושלים. עס איז געווען א הכרח דאס צוטוהן אויך מחמת אינערליכע סיבות, ווייל די חברי הגנה האבן נישט פארשטאנען ווי אזוי מען לאזט צו אזאנס זאל זיך אנטוויקלען.

ש. און דאן האסטו מחליט געווען אז מען קען דאס בעצם נישט איגנארירן אין די סדר היום?

ת. ניין. איך האב מחליט געווען אז מען דארף עפעס טוהן און כ'האב נאר נישט געוואוסט וואס. איך האב געוואוסט אז מען ברויך אפשטעלן די פעולות פון דה האן.

ש. און דאן, בינך לבין עצמך איז געבוירן געווארן דער געדאנק מען ברויך ערלעדיגן דעם פארשוין?

ת. עס זענען געווען מחשבות. דאס איז א פאליטישע עניין. און כ'האב געוואוסט אז קיינמאל וועל איך נישט קענען מחליט זיין אזא זאך אליינס.

ש. האסטו אים פיינט געהאט צוליב די זאכן?

ת. ניין. איך האב אים נישט געקענט. איך האב אים נישט געזען און איך האב אים נישט פיינט געהאט.

ש. די מעשה האט געמאכט דיין בלוט קאכן?

ת. עס איז שווער מתאר צו זיין וואס כ'האב געשפירט. דורכאויס גאנצע טעג בין איך ממש נישט געווען זיך. איך האב נישט געקענט טראכטן איבער גארנישט נאר דאס.

ש. וואס האסטו געטוהן? האסטיך באראטן מיט דיר אליינס אדער אויך גערעדט מיט אנדערע?

ת. צופעליג איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט עמיצן, פון קאווקאזן אפשטאם, איינער מיט די נאמען שבתאי

ש. ער איז געווען דיין חבר אין הגנה? ער האט געהערט צו די פלוגת המרכז?

ת. ניין. ער איז געווען א חבר אין די זעלבע קבוצת הגנה וואו איך האב געהערט.

ש. און דעמאלס האסטו אויסגעטוישט מיט אים געדאנקען איבער דער ענין?

ת. יא. ער האט אויך געזאגט אז מען דארף אים הרגענען.

ש. ער האט געזאגט אז מען דארף אים הרגענען. און דאן האסטו אים געזאגט: ביסט גערעכט?

ת. איך האב געזאגט: ביסט גערעכט, זיכער, ריכטיג. אבער ס'איז מיר נישט איינגעפאלן אז איך וועל זיין אריינגעמישט דערין.

ש. און דאן, וויאזוי האבן זיך זאכן ווייטער אנטוויקלט? לויט ווי איך ווייס, זענט עטס ביידע געגאנגען צו זכר, דער מפקד הסניף און עטס האטס אים געבעטן הסכמה עס אויסצופירן?

ת. נישט ממש אזוי. כ'געדענק נישט גענוי וויאזוי די קאנווערזעישן איז געשעהן. צו יענער צייט בין איך שוין געווען אליינס א מפקד איבער קבוצות אין מרכז, זיך קאנצערטרירענדיג אויף ספעשל אפעראציעס. איך מיין אז איך האב מיך געטראפן אליינס מיט זכר. ער האט אויפגעברענגט די שאלה, און איך האב אים געזאגט: דאס איז א פאליטישער ענין. אזוי האט זיך עס אנגעהויבן. נאכדעם האט ער מיר געזאגט אז עס איז באשטימט געווארן אים אפצורוימען, און ער האט מיך געגיבן די באפעהל צו ארגאנאזירן די זאך. איך האב עס ארגאנאזירט און עקסעקיוטעד.

ש. אויב מעג איך, לאמיך שטעלן אפאר בעקגראונד שאלות: איך באזיר מיך אויף א מכתב וואס די האסט געשיקט 12 אין אפריל 1957 צו אליהו בן גרא און דארט האסטו גערעדט וועגן א פרק איבער דער נושא וואס דו האסט אויסגעלאזט אין דיין ספר און נישט געדרוקט, א פרק וואס האט געדארפט צוהייסטן מגדל דוד. אין די כתב יד האסטו בכוונה אריינגעלייגט שיבושים אין די דעיטס און איווענטס און ס'איז געשריבן מער ווי א רומאן ווי איידער א פאקטישע און כראנאלאגישע געשיכטע. לויט ווי אזוי דו שרייבסט דארט, ביסטו און שבתאי געקומען צו זכר און אים געלאזט הערן ענקער הצעה וועגן מחסל זיין דה-האן. איר זענט 'סורפרייזד' געווארן – אזוי שרייבסטו – אז ער איז געווען פול מיט העזיטעישן; ער האט ענק געזאגט אז דער ענין איז צו אן ערנסטער און מען דארף עס אדורכטראכטן. דאס איז א ציטוט פון דיין בריוו.

ת. ייתכן. ס'איז גאר מעגליך אז ס'איז טאקע אזוי געווען. איך בין נישט...

ש. דער מחשבה האט דיך נישט צוריה געלאזט.

ת. יא. אוודאי אזוי.

ש. און דו ביסט נאכגעגאנגען דה-האן? פערזענליך, האסטו אים אנגעהויבן נאכצולאקערן?

ת. איך האב מיך אנגעהויבן פאראינטרעסירן אין אים.

ש. און ביסט אפילו אים געגאנגען באגעגענען פנים אל פנים...

ת. אין שוהל

ש. אין שערי צדיק. איך ווייז דיך א בילד פון די שוהל. געדענקסט דאס?

ת. איך טראכט אז דאס איז עס. אהנע ספק.

ש. ביסט געקומען דארט צו מנחה? מעריב?

ת. מנחה!

ש. האסט אים גענומען אין א זייט?

ת. ניין. איינער פון די חברי הגנה וואס איז געווען א חרדי האט מיך מסדר געווען א באגעגעניש מיט אים.

ש. וואס איז געווען די תוכן פון דער שמועס?

ת. איך האב אים געזאגט אז דער ציבור טראגט אסאך ביטערניש וועגן אים און אז מען פארשטייט נישט וואס ער טוהט. אונז זענען געקומען פון רוסלאנד, איך האב גערעדט וועגן מיר, נאך די פרעות אין אוקריינא. אסאך אידן זענען דארט אויסגעהארגעט געווארן, רוב פון זיי חרדים, און אונז זעמיר דא געקומען צו מציל זיין אונזער נפש און די נפש פון אלע אידן. קומט א איד ווי דיר און איז מהרס די לעצטע ארט וואו אונז קענען אנטלויפן זיך צו ראטעווען? וואס טוסטו צו אונז? האט ער מיך דאן אנגעהויבן שימפן. ער האט געזאגט אז איך בין א גוי און איך ווייס נישט וואס נאך. אפיקורס. כ'ווייס נישט. איך...

ש. האט זיך דער שמועס געפירט אויף הויכע טענער?

ת. ניין. ער האט אנגעהויבן זיך צו רעגן. איך האב געזען אז ס'איז נישטא פונוואס צורעדן און מיט דעם האט זיך די שמועס געענדיגט.

ש. אין דיין בריוו צו בן-גרא שרייבסטו אז זכר, דער מפקד הסניף, האט געהייסן אז די אטענטאט זאל אויסגעפירט ווערן מיט א מעסער.

ש. נישט גענוי. אז ס'זאל זיין א מעסער אין קעיס... מיר האבן דאך נישט געוואוסט ווי אזוי צו שיסן; אז ס'זאל דארט אויך זיין א מעסער צו די האנט.

ת. זכר האט אויך מציע געווען די באנוץ פון א מעסער אזוי אז מען זאל מיינען די אראבערס האבן עס געטוהן ווייל זיי פלעגן זיך באנוצן מיט מעסערס.

ת. ניין. ער האט געואוסט אז די הגנה קוקט נישט מיט א גוטע אויג אויף וואס ער טוהט. ער האט עס געוואוסט און דה-האן האט עס געוואוסט.

ש. דו און שבתאי האבן צווישן ענק איינגעטיילט ראלעס. דהיינו, ער זאל אויספירן דער אקט, אריינשטעקן די מעסער און דו וועסט זיין אין די סביבה, אנגעוואפנט מיט די רעוואלווער.

ת. דאס איז נישט ריכטיג. שבתאי האט זיך אפגעשאקלט פון דער עסק. א קורצע צייט נאך דער שמועס מיט זכר האט ער זיך אפגעפוצט. כ'ווייסט נישט פארוואס. מער האב איך נישט גערעדט מיט אים אדער אים געזען. נאר איינמאל יארן שפעטער האב איך אים געזען אין פאריז. כ'געדענק אפילו נישט זיין לעצטע נאמען. ער האט געזאגט: איך וויל נישט, איך קען נישט אנטייל נעמען. און דעמאלסט האט זכר ארויפגעלייגט אויף מיר, בתור מפקד קבוצות המרכז, אויסצופירן דער עניין.

ש. האט אייך זכר געגעבן עפעס אנווייזונגען אין קעיס איר ווערט געכאפט אינמיטן די אקט?

ת. היות פון דער שמועס האט זיך גארנישט אויסגעלאזט, געדענק איך נישט.

ש. ווען זכר האט דיך, בתור מפקד פלוגת המרכז, געגיבן דעם ארדענונג עס אויסצופירן, האט ער מסביר געווען דעם נושא?

ת. ער האט נישט געדארפט מסביר זיין. זכר האט זיך אויך נישט מטפל געווען מיט פוליטיק. אים האט אויפגעשאקלט און אויפגערעגט דער ענין פון דה-האן'ס ביקור ביים מלך חוסיין. ער איז געווען מוכן אים צו פארציקן איבער דעם. היות אויף קבוצת מרכז איז געליגן אויסצופירן די סארט ספעציעלע טעסקס, האט ער מיר געגעבן דעם ארדער, בתור מפקד, צו זעהן צו דעם.

ש. דער באפעהל, האט זכר געגעבן על דעת עצמו?

ת. ניין. איך האב אויך גערעדט מיט אים דערוועגן. איך האב אים געפרעגט אויב דאס איז א פקודת המרכז (פון די הגנה). ער האט מיר געענטפערט אז דאס קומט פון "מער הויך".

ש. האסט אים געפרעגט וואס הייסט דאס "מער הויך"?

ת. ניין, איך האב אים נישט געדארפט פרעגן. איך האב געוואוסט. ווייל דער ממונה אויף די פאליטישע ענינים אין די הגנה אין ירושלים איז אלעמאל געווען, ביז די לעצטע טאג מיינע, ביז די צעטיילונג אין די אירגון, יצחק בן צבי. אהן אים איז קיין שום פאליטישע פעולה נישט ארויס לפועל.

פארזעצונג אפשר..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר