צוזאמגעדרייט האט געשריבן:ווער געט א דעממן וואס מען האט געטון אינדערהיים???
יעצט איז נ''י די נייע היים. איין טאג אי"ה וועט עס זיין פאר אונזערע איר אייניקלעך דער אלטע היים נ"י. זיי וועלן שוין מן הסתם זיין אביסל קלוגער און נישט זיין פארנומען צו נאך-טאנצן אלט מאדישע מנהגים. זיי וועלן זיך מאכן נייע באקוועמע מנהגים. צום האפן, אפשר נישט.
נאכאמאל, וואס איז די אבסעסיע מיטן אלטער היים? אפשר זאל מען גיין אנגעטון ווי אין מצרים, אפשר ווי אין שפאניע, אפשר ווי אין בבל? מיר האָבן געהאַט אזויפיל היימען. קומט זיך דען נישט פאר די מעכטיגע שטעט ווי ניו יארק און פלארידע אביסל ריספעקט? דא איז נישט קיין היים?
וואס גייט מיר אן וויאזוי מיין עלטער מומע איז געגאנגען? אפשר פלאקערט זי אינעם פינסטערן גיהנום, אפשר נישט. וואס איז די אבסעסיע???
עטץ מיינטס אז אינדערהיים איז נישט געווען קיין סיסטעם? זיכער אז יא, אביסל אנדערש ווי היינט, מען האט אסאך זאכן גע'ירש'נט פון דערהיים. ווילט עטץ אז אונזערע אייניקלעך זאלן מיטנעמען אלע ב"ש פון היינט?
כ'האב עס נישט ארויס.
עני וועי, דריי פערטל פון די געשרייבעכצער דא זענען סייווי נאר טענה'רייען לשם טענה'רייען (אדער ענדערש אפצופרעגן די וואס האלטן זיך צו די נישט אמת'ע מיינונגען)
וועם גייט באמת אן צו מ'דארף גיין צוגעדעקט אדער מ'דארף גיין מיט א בארד, אלעס איז נאר לאפוקי מהני צדוקים וציונים וואס פארדרייען די קעפ מיט זייערע ליגנטס
דער וואָס איז גרייט אויפצוגעבן זיין לעבנסוויכטיגע פרייהייט צו באַקומען אַ ביסל צייטווייליגע סעיפטי, פאַרדינט נישט קיין פרייהייט און נישט קיין סעיפטי. - בנימין פרענקלין