א בליק אויף א האלבע יאר-הונדערט צוריק

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

א בליק אויף א האלבע יאר-הונדערט צוריק

הודעהדורך קהל'ס נער » מאנטאג מערץ 13, 2023 1:53 am

איך האב געוואטשט היינט א חתונה פון 48 יאר צוריק (למספרם תשל"ה) און צו מיר איז עס געוועהן זייער אינטערסאנט וויל איך שערן מיטן עולם ,
ובעיקר איז אינטערסאנט וויפיל ס'האט זיך געטוישט אין 48 יאר.
רייכערן אין האלל א נערמאלע זאך.
מצווה טאנץ אנע גארטל נאר א נעפקין.
קיין בדחן נאר מצווה טאנץ אינמיטן חתונה.
קיין איין פרוי מיט א שייטל קאווערינג, און מען האנדלט מיט חאניאקישע מענער אלע שטריימל בעקיטשע יודן, געוויסע האבן זיך אפילו באדעקט דעם פנים פארן פאטאגראפער.
פרויען דרייען זיך אין מענער אפטיילונג אן קיין פראבלעם.
מלאך המות טאנץ (צי וויאזוי ס'הייסט נאר די טאנץ ווי איינער מאכט זיך ווי ער שטארבט) די אמאליגע ווערסיע פון די באמס וואס טאנצן DJ.
שטריימל יודן טאנצן פרייליך טאנץ, מגולחים טאנצן הארא.
דער עולם זינגט, נישטא קיין אפציעלע זינגער.
מיידלעך מיט צעפ.
איינער זאגט א דרשה ביי די חתונה.
סה"כ פערציג קאפלס.
מען זעהט נישט קיין וועיטערס ( איך ווייס נישט צי דאס מיינט אז ס'איז נישט געוועהן קיין וועיטערס צו דאס מיינט אז די ווידיאוגראפער האט עס נישט געזעהן אלץ אפכאפ'ווערד'לעך).
מען זינגט צווה ביי א חתונה, (פרוביר היינט זינגען צווה ביי א חתונה.......

@בערל קים אריין מיט אביסל זכרונות אינז וויל מיר הערן נאך וואס געדענקסטו פון פופציג יאר צוריק ווס. יעצט מיט א יודישע בליק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קהל'ס נער אום מאנטאג מערץ 13, 2023 10:46 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Ironically, there is no scientific proof that the scientific method of proof is the most valid method of proof.
@זאל_זיין
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1606
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 4697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3361 מאל

מעלדונג

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות. זיך צו רעגיסטרירן, דרוקט דא.



גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט