קאויטש פאטעיטאוי האט געשריבן:וויל איך אייך צוריק נעמען צו די צייטן פון מחלוקת קורח ועדתו ווי מען האט געוואלט שלעפן און בן פלת, אובעער זיין ווייב ברוב צדקתה האט אויפגעדעקט איר האר כדי קרח'ס מענטשן זאלן זיך נישט דערנענטערן צו זייער געצעלט. זעהמיר אז שוין דעמאלס האבן פרויען צוגעדעקט זייער קאפ משום צנעה
אמאל ווען איך האב נאך געמיינט, אז שערן איז א חלק פון די זיין א כשר'ע פרוי. און אויב וויל מען א היתר דארף מען גיין צום רב. איז דעיס געווען מיין טענה.
צו וויפיל רבנים איך בין געגאנגען, אז איך וויל צוריק מיין האר, האט יעדער אן אויסנאם, זיך גענומען מעקענען, ווען איך האב דעיס געזאגט.
אשת חיל מי ימצא, ורחק מפנינים מכרה. בטח בה לב בעלה, ושלל לא יחסר.
קאויטש פאטעיטאוי האט געשריבן:וויל איך אייך צוריק נעמען צו די צייטן פון מחלוקת קורח ועדתו ווי מען האט געוואלט שלעפן און בן פלת, אובעער זיין ווייב ברוב צדקתה האט אויפגעדעקט איר האר כדי קרח'ס מענטשן זאלן זיך נישט דערנענטערן צו זייער געצעלט. זעהמיר אז שוין דעמאלס האבן פרויען צוגעדעקט זייער קאפ משום צנעה
אמאל ווען איך האב נאך געמיינט, אז שערן איז א חלק פון די זיין א כשר'ע פרוי. און אויב וויל מען א היתר דארף מען גיין צום רב. איז דעיס געווען מיין טענה.
צו וויפיל רבנים איך בין געגאנגען, אז איך וויל צוריק מיין האר, האט יעדער אן אויסנאם, זיך גענומען מעקענען, ווען איך האב דעיס געזאגט.
לויטן רא"ש איז אסור פאר א פרוי זיך צי שערן די האר אלץ לא תלבש, פאר א פרוי צי גיין מיט פרויערישע הויזן איז נישט קיין איסור בכלל, מילא זאג פארן דיין אז די ביסט גרייט צי שערן די האר בתנאי אז ער לאזט דיך גיין מיט הויזן, לאמער דעמאלט זעהן צו דער דיין וועט נאך זיין אזא מקיל און לא תלבש.
אנטשולדיגט פארן ברעכן דיין עקסייטמענט אבער פון דעם ווידעא קענסטו גארנישט ארויסהאבן, זילטש.
עס איז אבער נישט דיין שולד, מען האט פון אונז באהאלטן דעם פאקט אז רוב פון די זעקס מיליאן אידן וואס זענען אומגעקומען עקדה״ש ביים קריג, זענען ליידער נישט געווען פרום. אידישקייט איז געווען בשפל המצב, און ספעציעל אין פוילן וואו עס האבן זיך געיאוועט א ריזיגער מערהייט פון גענצליך פרייע אידן. און לגבי קאפ צודעק קענסטו פשוט אריבערפארן קיין רומעניע און זען, ווי די ארטיגע באבושקעס גייען נאך עד היום הזה אנגעטון מיט א קאפ צודעק, ווארשיינליך פון א קריסטליכער שטאנד.
איך פארשטיי נישט עכט דעם ציל פון די אשכול דא, פאר א חתונה געהאטע פרוי צו גיין מיט א בלויזע קאפ ברבים איז נישט קיין מנהג אדער ענין פון חסידות, עס איז א פשוטע דארייתא, די גמרא דרש'נט עס ארויס פון ופרע את ראש האישה. און די גמרא און שו"ע פסק'ענען אזוי.
איז וואס האסטו פון ווידיא אז אונזערע באבעס (נניח אז זיי זענען טאקע אונזערע פרומע באבעס) האבן נישט געטון ריכטיג? דאס טוישט נישט די הלכה. אז די וועסט למשל ברענגען ווידיא וואס קלארט אויס געוויסע מנהגים וכדומה פארשטיי איך, אבער וואס וועסטו למשל האבן פון דעם אז איך ברענג דיר א ווידיא פון ערליכע באבעס ווי זיי עסן חזיר פלייש, וועט עס דען ווערן מותר?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
נאכאמאל, וואס איז די אבסעסיע מיטן אלטער היים? אפשר זאל מען גיין אנגעטון ווי אין מצרים, אפשר ווי אין שפאניע, אפשר ווי אין בבל? מיר האָבן געהאַט אזויפיל היימען. קומט זיך דען נישט פאר די מעכטיגע שטעט ווי ניו יארק און פלארידע אביסל ריספעקט? דא איז נישט קיין היים?
וואס גייט מיר אן וויאזוי מיין עלטער מומע איז געגאנגען? אפשר פלאקערט זי אינעם פינסטערן גיהנום, אפשר נישט. וואס איז די אבסעסיע???
עטץ מיינטס אז אינדערהיים איז נישט געווען קיין סיסטעם? זיכער אז יא, אביסל אנדערש ווי היינט, מען האט אסאך זאכן גע'ירש'נט פון דערהיים. ווילט עטץ אז אונזערע אייניקלעך זאלן מיטנעמען אלע ב"ש פון היינט?
כ'האב עס נישט ארויס.
עני וועי, דריי פערטל פון די געשרייבעכצער דא זענען סייווי נאר טענה'רייען לשם טענה'רייען (אדער ענדערש אפצופרעגן די וואס האלטן זיך צו די נישט אמת'ע מיינונגען)
וועם גייט באמת אן צו מ'דארף גיין צוגעדעקט אדער מ'דארף גיין מיט א בארד, אלעס איז נאר לאפוקי מהני צדוקים וציונים וואס פארדרייען די קעפ מיט זייערע ליגנטס
בכל אופן, זענען מיר א געמיינדע וואס איז צאמגעשטעלט פון אסאך מענטשען, וואס רופען אן "אינדערהיים" אנדערע מקומות אין אייראפע. וואס צוליב דעם איז דא א גרויסע ספעקטרום פון חומרות ביז קוּלות, געבענדיג מיט דעם א פתחון פה צו טענה'ן אז אזוי אדער אזוי איז געווען די מנהג.
ס'וואלט געווען טאקע געווען אינטערסאנט נאכצוגיין ווי אזוי מען איז געגאנגן אנגעטאן אין די געגנטער און שטעטלעך, ביי די אנשים און נשים. עפעס זעהט מיר אויס, וואו זאכען האבן זיך דעמאלטס שנעלער גערוקט להקל אדער להחמיר וואו מיט די היינטיגע עפאכע.
אונטער חכם האט געשריבן:מען גייט אויפזוכן יוטוב פילמס ווען רוב אידישע פרויען דא אין ניו יארק גייען בגילוי בשר אינדרויסן.
איך מיין אז אין הונדערט יאר ארום וועט איינער אויפזוכן א בילד פון איוואנקע טראמפ צו ווייזן וויאזוי אונזערע באבעס זענען געגאנגען אנגעטוהן...
וואס איז די צוגלייך?
מען רעדט פון היימישע ערליכע פרויען וויאזוי זיי זענען געגאנגען, די גאנצע צודעקן די האר איז נישט מער ווי א מסורה, ווייזט מען בילדער אז די מסורה האט זיך שוין געענדיגט פאר א הונדרעט פופציג יאר צוריק, אפילו ביי ארטאדאקסישע נשים.
אדרבה שאל זקיניך ויאמרו לך, מען רעדט נישט פון קיין ריפארמער און נעאלאגן, מען האנדלט דא מיט די ארטהאדאקסן.
שמן למאור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט עכט דעם ציל פון די אשכול דא, פאר א חתונה געהאטע פרוי צו גיין מיט א בלויזע קאפ ברבים איז נישט קיין מנהג אדער ענין פון חסידות, עס איז א פשוטע דארייתא, די גמרא דרש'נט עס ארויס פון ופרע את ראש האישה. און די גמרא און שו"ע פסק'ענען אזוי.
איז וואס האסטו פון ווידיא אז אונזערע באבעס (נניח אז זיי זענען טאקע אונזערע פרומע באבעס) האבן נישט געטון ריכטיג? דאס טוישט נישט די הלכה. אז די וועסט למשל ברענגען ווידיא וואס קלארט אויס געוויסע מנהגים וכדומה פארשטיי איך, אבער וואס וועסטו למשל האבן פון דעם אז איך ברענג דיר א ווידיא פון ערליכע באבעס ווי זיי עסן חזיר פלייש, וועט עס דען ווערן מותר?
כיסוי ראש (אן קיין שום צודעק בכלל, מיט א עפעס א צודעק איז אסאך גרינגער) לויט די רמב"םַ איז א דרבנן וקרא אסמכתאַ בעלמא. מילא במקומות ווי די גוישע גאס גייט אן א צודעק יש מקום לדון בזה. די פאקט איז ס'איז געווען מקומות ווי מ'האט מקיל געווען און אסאך תשובה ספרים זענען פול מיט מוסר דערויף. אבער קיין חזיר איז עס נישט.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!