דער סטראוק פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

דער סטראוק פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל

הודעהדורך ארכיוויסט » דינסטאג פעברואר 23, 2016 3:18 pm

דער סטראוק פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל


שמועסן מיט אידן וואס האָבן בייגעוואוינט די שרעקליכע מאָמענטן בעפאָר און נאָכן סטראָוק - ערב שבת קודש פרשת משפטים-שקלים תשכ"ח



...זיין הייליגע געזיכט איז געווען ווייס ווי קאלך, זיינע פאות פייכט, און פון זיינע הייליגע אויגן שפריצן פונקען פייער, ומראהו כמלאך אלקים, א פחד איז דאן געווען צו קוקן אויף דער פארכטיגער צורה.

הונדערטער פּאָר אויגן זענען געצילט צום אריינגאנג פונעם בית המדרש, ווי דאס טיר האט זיך ברייט געעפענט און די רעבעצין קומט אריין מיט איילענדע טריט און א בלאסן געזיכט, דאס האט נישט געזאגט קיין גוטס פארן עולם. זי איז צוגעלאפן צום ארון קודש און מיט יאמערליכע בכיות געשריגן "דו ווייסט דאך [רבונו של עולם], אז ווען נישט ער וואלט דיר קיינער נישט געקוקט אין פּנים אריין אין דעם דור. ער האט מפרסם געווען דיין נאמען אויף דער וועלט, און פארשפּרייט די אמונה אין תורה און אין ביאת המשיח."

*


עס איז יעצט 48 יאר זינט יענעם שרעקליכן און היסטארישן טאג, ערב שבת קודש פרשת משפטים תשכ"ח, ווען דער רבן של ישראל מרן הגאון הקדוש מסטאמאר זצוק"ל איז אוועקגעפאלן מיט א מסוכנ'דיגע סטראוק און דאס מצב האט דאן אויסגעזען גאר שווארץ, איז נישט מער ווי פאסיג צו באשרייבן יענע שרעקעוודיגע און פארכטיגע מאמענטן און יארן, איבערהויפט פאר די יונגערע ליינער וואס האבן נישט בייגעוואוינט, און האבן נישט מיטגעלעבט יענע צייטן וועט זיכער זיין אינטערעסאנט צו וויסן וואס עס האט זיך דאן אפגעשפילט. ווי אויך וועט די דאזיגע באשרייבונג זיין אינטערעסאנט פאר די אידן וואס האבן עס יא בייגעוואוינט צוליב די נייע אינפארמאציע וואס מיר האבן נאכגעזוכט דורך אינטערוויוען די אידן וואס זענען געווען נאנט צום רבי'ן אין יענע מאמענטן און יארן; עס איז אונז געלונגען בעז"ה צו שאפן אויסשליסליכע אינפארמאציע וואס מיר וועלן מיטטיילן מיט אונזערע חשוב'ע ליינער.


מיטוואָך – דאָנערשטאָג פּ' משפּטים תשכ"ח
מיטוואך פארנאכטס פרשת משפטים האט זיך דער רבי צוריקגעקערט פון פלארידא וואו ער האט געוויילט פאר פיר וואכן, און ער האט זיך גלייך גענומען צו זיין שווערע ארבייט פון הנהגת הכלל, די קהילה, ישיבה, און אלע פּראבלעמען פון כלל ישראל. שוין אין די קאר, פארנדיג אהיים פון די באן צו זיין הויז אין וויליאמסבורג, האט דער רבי שוין געהאט ביי זיך מענטשן מיט וועמען ער האט איבערגעשמועסט די אקטועלע פּראבלעמען.

די לעצטע געשעענישן זינט דער מלחמה אין ארץ ישראל שנת תשכ"ז האבן אינגאנצן רואינירט דעם רבי'נס געזונט. דער חילול כבוד שמים און התגברות המינות האט דעם רבי'ן אויסערגעווענליך וויי געטאן עד דכדוכה של נפש, ווי דער רבי דריקט זיך אויס אין דער הקדמה פון ספר "על הגאולה ועל התמורה" ווי ווייט די דאזיגע ענינים קאכן אים אויף און ער איז מתפּלל צו השי"ת אז עס זאל אים נישט שאטן צום געזונט, ואת אשר יירא בא, פון וואס דער רבי האט מורא געהאט איז טאקע געשען, דער חילול כבוד שמים האט אים ליידער צוגעטרעטן צום געזונט. אויב איז דאס נישט גענוג געווען, איז צוגעקומען דער פארערגערטער מצב הדת אין ארץ ישראל, די שרעקליכע גזירה פון ניתוחי מתים וואס האט זיך דעמאלס פארשטארקט אין ארץ ישראל, ועל כולם די עלי' פון די מאראקאנער קינדער, וועמען די ציונים האבן געפירט קיין א"י און זיי דארטן געפירט צו שמד רח"ל. דאס האט דעם רבי'ן שרעקליך וויי געטאן, און ער האט איבער דעם מרעיש עולמות געווען.

יענעם לעצטן דאנערשטאג נאכט פאר זיין סטראוק האט דער רבי אנגעפירט מיט עטליכע אסיפות הרבנים ועסקנים איבער פארשידענע ענינים. ער האט ארויסגעגעבן א קול קורא איבער דער מערכה פון ניתוחי מתים און איבער די מאראקאנער קינדער. די גאנצע צייט איז געווען קענטיג אויפ'ן רבינ'ס פּנים ווי דער רבי איז אינגאנצן צעקאכט און פארווייטאגט צוליב'ן חילול כבוד שמים און צערן של ישראל.

וואונדער איבער וואונדער מיט די אלע דאגות הכלל האט דער רבי נישט אויפגעגעבן דאס פארהערן די בחורים יענעם דאנערשטאג ביינאכט, ווי זיין שטייגער איז געווען. עס איז שווער צו פארשטיין ווי אזוי דער רבי האט דאס אלעס געקענט פארנעמען. איינער פון די בחורים וואס איז דאן געווען ביים פארהער איז געווען הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו, אין א שמועס האט ר' מענדל דערציילט איבער וואס ער האט געזען און געהערט ביים פארהער, און ווי אויך האט ר' מענדל בייגעוואוינט דעם קומענדיגן טאג א דראמאטישע סצענע.

ר' מענדל דערציילט: זייענדיג א יונג בחור'ל פלעג איך כסדר נאכצוקוקן די התנהגות פונעם רבי'ן וויסנדיג דאס יעדע תנועה אדער אויפפירונג פון דעם צדיק אמת האט א טיפן באדייט. עס ליגט מיר פאר מיינע אויגן יענעם דאנערשטאג ביינאכט, ווען איך בין געשטאנען אין דער שורה ווארטענדיג ווען עס וועט קומען מיין רייע ווען דער רבי וועט מיר פארהערן. דער פחד וואס עס האט געהערשט ביים פארהערן איז אוממעגליך פאר די פענע עס צו באשרייבן, און פארן מויל עס צו פארציילן, דאס האט מען געדארפט מיטלעבן לעבעדיג. אויף אזוי ווייט איז געווען דאס פחד דאס מען האט ממנה געווען א ספעציעלן אונטערזאגער וועלכער איז געשטאנען אונטערן רבי'ן, אז אויב א בחור איז פארלוירן געווארן פון שרעק, האט דער אונטערזאגער אים געגעבן א דערמאן די תשובה.

אט אין יענער תקופה איז הגאון רבי געציל בערקאוויטש שליט"א, דומ"ץ קרית יואל, געווען דער אונטערזאגער, און מען האט דאן – אין די ראמען פון דעם רבי'נס פלאן צו ענדיגן די דריי בבות – געלערנט מס' בבא מציעא דף קט"ו. דער רבי האט געפרעגט איינער פון די בחורים "נו, וואזשע טייטש נא?" האט דער בחור געענטפערט 'האלב געבראטן', דער רבי האט זיך דאן אויסגעדרייט צו רבי געציל'ן און מיט זיין באקאנטן תורה ניגון געזאגט "נא, האלב געבראטן, די מדינה איז האלב געבראטן מען האט עס גענומען פאר דער צייט" (זע אין ספר הקדוש ויואל משה). רבי געציל האט מחמת יראת הכבוד נישט רעאגירט צו די ווערטער. דער רבי, זעענדיג דאס רבי געציל רעאגירט נישט, האט ער נאכאמאל איבערגעזאגט, "'נא' האלב געבראטן," וכו', מחמת יראת הכבוד האט רבי געציל נאך אלס נישט רעאגירט, האט עס דער רבי איבערגעזאגט א דריטן מאל, האט רבי געציל פארשטאנען אז דער רבי ווארט אויף זיין רעאקציע, האט ער צוגעשאקלט מיטן קאפ. אט דאס איז געליגן אויפן רבי'נס מח, אט דאס האט אים באנג געטון, און עס איז קיין ספק נישט דאס די ווייטאג פון נעמען די מדינה פאר די צייט האט צוגעהאלפן צום סטראוק.


ערב שבת קודש
עס איז געווען שבת קודש נאכן זמן, הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער מיט זיין פאטער הרה"ח ר' ישראל אלימלך שליט"א און די אנדערע קינדער הרה"ח ר' חיים שלמה, הרה"ח ר' יעקב הערש, הרה"ח ר' מאיר און הרה"ח ר' משה יוסף, זענען צוזאמען געגאנגען צום רבי'נס בית המדרש אויף בעדפארד עוו., און ווי יעדע וואך האבן זיי די וואך אויך באגעגענט דעם רבי'ן צוריקקערנדיג זיך פון דער מקוה מיט דער באגלייטונג פונעם הויז בחור. אבער די וואך איז עפעס גאר דראמאטיש פארגעקומען, ווען ר' מענדל איז אדורך געגאנגען דעם רבי'ן האט אים דער הויז בחור – ר' יעקב הערש ברייער – געגעבן א שלעפ צו און געפרעגט, "דו ווייסט וואו ר' יוסל (אשכנזי) וואוינט? גיי זאג אים אז דער רבי רופט אים!" בשעת'ן זאגן די ווערטער האט ר' מענדל באטראכט דעם רבי'ן, דער רבי האט אים געקוקט דירעקט און פנים אריין ווי צו זאגן 'טו וואס דער הויז בחור הייסט', און זיין הייליג געזיכט איז געווען ווייס ווי קאלך, זיינע פיאות פייכט פון דער מקוה, און פון זיינע הייליגע אויגן שפריצן פונקן פייער, ומראהו כמלאך אלקים, א פחד איז דאן געווען צו קוקן אויף דער פארכטיגער צורה. ר' מענדל איז תיכף געלאפן רופן ר' יוסל'ן ער האט געזען דאס עפעס ערנסט קומט דא פאר.

ווי הרה"ח ר' ישראל אלימלך שליט"א דערציילט איז נאכדעם וואס זיין זון מענדל איז געלאפן רופן ר' יוסל, האט זיך דער רבי אנגערופען "אבער שוין גיין!"

ר' מענדל האט געטראפן ר' יוסל'ן ביים טיר ווי זיין רעבעצין יבלחט"א האט אים באגלייט, מיט א פארסאפטן אטעם האט אים ר' מענדל איינגעמאלדן דאס ער קומט יעצט פון רבי'ן און ער האט געהייסן דאס איר זאלט שוין קומען, ר' יוסל האט זיך נישט געזוימט נאר תיכף אראפגעגאנגען די טרעפ צוזאמען מיט ר' מענדל, אזוי גייענדיג מיט איילענדע טריט צום רבי'נס הויז, האט ר' מענדל געפרעגט ר' יוסל, צי איז דאס מיינט עפעס אויסטערליש? ניין, איז געווען זיין אנטווארט. אבער ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט איז יא עפעס אויסטערליש פארגעקומען ביים רבי'ן אין שטוב.


פרייטאג צו נאכט אין בית המדרש
אזוי ווי עס איז געווען שבת שקלים, איז דאס אלטע בית המדרש אויף פינף הונדערט פופציג בעדפארד עוו. געווען פילער ווי געווענליך, עטליכע הונדערט אידן זענען געשטאנען און געווארט דאס דער רבי זאל אריינקומען צו מנחה, מען ווארט און מען ווארט אבער דער רבי קומט נישט.


ביים רבי'ן אין שטוב
מיט איילענדיגע טריט איז ר' יוסל אריינגעקומען צום רבי'ן אין שטוב, דאס אויסזען פונעם רבי'ן האט נישט געזאגט קיין גוט'ס פאר דעם געטרייען משמש, דער רבי האט זיך געשפירט זייער שוואך, א קורצע צייט דערויף ווען דער רבי האט זיך געגרייט אנצוטאן דעם טלית צו תפילת מנחה, האט ער באקומען א שטערבליכן בלוט שטורץ ל"ע אין מח, פון וואס ער איז צוזאמענגעפאלן אינגאנצן באוואוסטלאז ל"ע.

מ'האט גלייך אלארמירט די גרעסטע דאקטוירים, אין שפּיץ פון דעם באקאנטן מח נוראלאג דר. בענדער, וועלכער האט באטראכט דעם רבי'ן און באשטעטיגט אז ס'איז א מסוכנ'דיגער סטראוק. ער האט געגעבן גאר שוואכע האפענונגען. לויט זיין היסטאריע, האט נאך קיין מענטש אין אזא הויכן עלטער פון 81 יאר ווי דער רבי איז דאן געווען, איבערגעלעבט אזא שווערן סטראוק.


צוריק אין בית המדרש
פאר די וואס געדענקען יענע שווערע טעג, שטייט פאר די אויגן ווי אזוי אלעס האט זיך אפּגעשטעלט. פרייטאג צו נאכטס, ווען דער רבי איז נישט אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום דאווענען, האט מען בלויז געהערט אז דער רבי האט זיך עפּעס נישט גוט געשפּירט. דער עולם האט נישט געוואוסט די ערנסטקייט פונעם מצב, ווייל ווארשיינליך האט מען נאך ביים רבינ'ס שטוב אויך נישט געוואוסט גענוי ווי געפערליך עס איז. ערשט ווען מ'איז צוריקגעקומען צום טיש, האט מען געהערט די ביטערע בשורה אז מ'דארף איינרייסן אויף רחמי שמים, און באלד האט מען זיך אנגעשלאסן אינעם תהלים זאגן וואס איז געווען אין גרויסן ביהמ"ד, און אויך אין די אנדערע פּלעצער וואו מ'האט געדאווענט. (די בחורים פלעגן האבן א מנין אויבן, אין זאל פון דער ישיבה. אויך פלעגט זיין נאך א מנין פאר בעלי בתים וואס האט זיך געשטעלט דאווענען 9:30, פאר די וואס האבן נישט מיטגעהאלטן מיט'ן רבי'נס תפילות יעדע וואך.)

דאס איז אזוי אנגעגאנגען א גאנצע נאכט, און משמורות תהלים האבן זיך געהאלטן אין איין איבער'חזר'ן, וואס ווען מענטשן זענען שוין געווען דערשעפּט און זענען אהיימגעגאנגען אויף א פּאר שעה, זענען אבער געקומען פרישע מענטשן אין ביהמ"ד וועלכע האבן נאכנישט געוואוסט פון די נייעס, און זיי האבן באלד אנגעהויבן תהלים זאגן. די בשורה האט זיך אויך גיך פארשפּרייט אין אנדערע געגענטער, און אויך קיין אויסלאנד, און איבעראל האט מען אנגעהויבן מתפּלל זיין און תהלים זאגן.


שבת קודש אינדערפרי – מען באגרייפט די ערנסטקייט פונעם מצב
שבת קודש אינדערפרי, ווען דער עולם אין גרויסן ביהמ"ד האט געהאלטן אינמיטן דאווענען, מ'האט דאן צוגעשיקט אלס שליח ציבור צו שחרית דעם באקאנטן בעל תפילה הרה"ח ר' משה יוסף שווארץ ז"ל, ווען ער האט פּונקט געהאט געזאגט ברכו און אנגעהויבן ברכת יוצר, הונדערטער פאר אויגן זענען דאן געווען געצילט צום אריינגאנג פונעם בית המדרש, ווי דאס טיר האט זיך ברייט געעפענט און דער רעבעצין קומט אריין מיט איילענדע טריט און א בלאסן געזוכט, דאס האט נישט געזאגט קיין גוט'ס פארן עולם. זי איז ארויף די טרעפ צום ארון הקודש, וואס דאס איז געווען אן אלטער מנהג אין פּוילן אז בעת צרה זענען נשים צדקניות געקומען אין ביהמ"ד און געעפענט דעם ארון הקודש און דארט איינגעריסן מיט תפילות פאר השי"ת. וויסנדיג מער ווי אלע, אין וואס פארא שרעקליכער סכנה דער רבי געפינט זיך, האט די רביצין גענוצט די סגולה, זי האט אויפגעמאכט די טירן פון ארון הקודש, אריינגעווארפן איר קאפּ צווישן די ספרי תורה, און זיך גענומען שרייען און וויינען מיט יאמערליכע קולות, וואס דאס האט אויסערגעווענליך מעורר געווען די פארזאמלטע חסידים אין דעם איבערגעפילטן ביהמ"ד, מער האט נישט אויסגעפעלט – היא בוכה והם בוכים, דער עולם הערנדיג די ביטערע געוויין פונעם רעבעצין האבן זיי אנגעפאנגען מיטצואוויינען מיט בכיות נוראות, הערשט יעצט האט מען אנגעפאנגען צו באגרייפן ווי ערנסט דער מצב איז. די פענע איז צו ארים איבערצוגעבן די סצענע וואס האט זיך דאן אנטוויקלט אינעם בית המדרש, קינד און קייט יונג און אלט האבן געוויינט און פארגאסן טייכן טרערן און הייס מתפלל געווען, און געבעטן דעם בורא כל עולמים דאס זייער פאטער און לערער דער יחיד הדור און זיין שיצער, דער צדיק אמת, זאל האבן א גאנצע רפואה ועוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים.

די וואס זענען געשטאנען נעבן די רביצין האבן געהערט די טענות און מליצות וואס זי האט זיך אויסגע'טענה'ט מיט'ן רבש"ע. צווישן אנדערן האט זי געזאגט, "רבש"ע, דו ווייסט דאך אז ווען נישט ער וואלט דיר קיינער נישט געקוקט אין פּנים אריין אין דעם דור, ער האט מפרסם געווען דיין נאמען אויף דער וועלט, און פארשפּרייט די אמונה אין תורה און ביאת המשיח." די און נאך ענליכע ווערטער האט זי געשריגן מיט הארצרייסענדע בכיות וואס האבן געלעכערט יעדנ'ס הארץ. די רביצין איז אזוי געשטאנען א לאנגע צייט און מיט יאמערליכע בכיות מרעיש עולמות געווען ביים אפענעם ארון הקודש. עס איז געווען זייער א רירענד בילד, וואס די אלע וואס האבן עס בייגעוואוינט קענען דאס קיינמאל נישט פארגעסן.


די ערנסקייט פונעם מצב
צוריק צום רבין אין שטוב, דר. בענדער האט געזאגט דאס ביז צוויי און זיבעציג שעה וועט מען געוואויר ווערן צו דער רבי וועט עס איבערלעבן, ווייל די ערשטע צוויי און זיבעציג שעה פון א סטראוק איז פון די קריטיסטישע מאמענטן.

ווען די רביצין האט געבעטן דר. בענדער אז ער זאל צוריקקומען מוצאי שבת און באטראכטן דעם רבינ'ס מצב, האט ער אפּגעענטפערט אז ער האט נישט וואס צוריקצוקומען, ווייל עס איז סיי ווי לויט אים לאחר יאוש רח"ל, ער האט דא נישט וואס צו טאן. די רביצין האט אים אבער געענטפערט, אז ער קען נישט אויסרעכענען דעם באשעפער'ס וועגן, דער באשעפער קען אייביג העלפן. זי האט שטארק געבעטן דר. בענדער ער זאל יא צוריקקומען, ביז זי האט גע'פּועל'ט.

א מערקווירדיגע באמערקונג איז דא כדי צוצולייגן איבער דער געטריישאפט פון דער רעבעצין, און ווי אזוי זי האט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און זיך נישט פארלוירן, זי האט אינזין געהאט אז מ'דארף שיקן א מתנה פאר דער בענדער פאמיליע, און מ'האט געבעטן הרה"ח ר' משה אייזנבערג נ"י, וועלכער איז לאנגע יארן געווען א וויכטיגער עסקן און איז טעטיג געווען אין דער ישיבה ווירטשאפט, אריבערצופארן צום הויז פון דר. בענדער, אין לאנג איילאנד, איבערצוגעבן די מתנה. מיט ר' משה איז מיטגעפארן איינער פון די קרובי המשפּחה פון דער רביצין, ארויסצוהעלפן אין די שליחות, אז דער דאקטאר זאל זען אז די רביצין האט געשיקט א גאנצע דעלעגאציע איבערצוגעבן די מתנה.

דער דר. בענדער איז געווען פון די פּראמינענטסטע דאקטוירים אין אמעריקע, און ווען מ'איז אנגעקומען צו די רייכע געגענט אין לאנג איילאנד וואו עס איז געווען די בענדער אדרעסע, איז מען אנגעקומען צו א בערגל, און מ'האט נישט געזען קיין קלארע אנצייכענונג וואו די אדרעסע איז. אויפ'ן שפּיץ בארג איז געווען א גרויסער בנין, האט מען געטראכט אז פילייכט איז דארט עפּעס א האטעל, און ס'איז שווער צו גלויבן אז אזא רייכער דאקטאר וואוינט גאר אין א האטעל. דעריבער איז מען צוגעפארן צו א קלענערע הייזקע וואס איז געווען ביים וועג, ארויפפארנדיג אויפ'ן בארג, און מ'האט דארט אריינגעקלאפּט, איבערצוגעבן די מתנה פאר די בענדערס. עמיצער איז געקומען צו די טיר, און האט אנגעוויזן אז די בענדערס וואוינען דארט אויבן, אויפ'ן בארג. דאס קלענערע הויז איז געווען די וואוינונג פון די משרתים...

מ'איז ארויפגעפארן צום הויז פון דאקטאר, משרתים האבן אריינגעלאזט די חשוב'ע געסט פון דער סאטמארער רביצין, באלד איז אראפּגעקומען די פרוי פונעם דאקטאר, און ווען זי האט געזען די הערליכע מתנה וואס די סאטמארער רביצין האט אינזין געהאט צו שיקן אין אזא שווערע צייט, האט עס איבערגעלאזט אזא איינדרוק, אז זי האט נישט געקענט אויסדריקן גענוג דאנק ווערטער פאר דער הערליכער מתנה, און פאר נעמען זיך די טרחה דאס פּערזענליך צו ברענגען. און פארשטייט זיך, מער איז שוין נישט געווען קיין פּראבלעם מיט דר. בענדער'ס קומען צום רבי'ן...


זונטאג פר' תרומה
זונטאג פר' תרומה וויבאלד עס איז נאך געווען אין די ערשטע צוויי און זיבעציג שעה וואס איז זייער קריטיש, איז דער עולם געווען זייער באזארגט, מען האט נישט געהאט קיין געדולד צו די פּריוואטע געשעפטן. מ'איז געווען שטארק אראפּגעקלאפּט, דערשלאגן, מ'האט זיך געשפּירט הילפלאז און מ'האט געציטערט אז מ'זאל נישט פאר'יתומ'ט ווערן, ווייל דער רבי איז דאך געווען ווי א טאטע פאר די שארית הפּליטה אידן, און אוודאי פאר'ן יונגערן דור וואס זענען אויפגעוואקסן אונטער די הדרכות פון רבי'ן. דעריבער האט מען נישט געקענט טראכטן פון גארנישט, אויסער מתפּלל זיין, איינרייסן און בעטן ביי השי"ת פאר'ן רבינ'ס גאנצע רפואה בקרוב. מ'האט זיך פּשוט נישט געקענט פארשטעלן ווי אזוי עס קען אויסזען אנדערש, אן דעם רבי'ן ח"ו.


מאנטאג פר' תרומה - מען איז גוזר תענית
מאנטאג פּ' תרומה האט די סאטמארער קהילה גוזר תענית געווען, און דער גאנצער עולם איז זיך צוזאמענגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד זאגן תהלים. ווי שוין געזאגט, האט דאן געהאלטן ביי א קריזיס צושטאנד ביים רבי'ן, און אויך אין אנדערע בתי מדרשים, און אין אנדערע חדרים, האט מען תהלים געזאגט. דאן איז די רביצין נאכאמאל אריינגעקומען אינמיטן תהלים אין ביהמ"ד, זי האט אויפגעריסן דעם ארון הקודש, און ווייטער מרעיש עולמות געווען מיט תפילות און תחנונים, און דער גאנצער עולם איז מיטגעריסן געווארן מיט אירע בקשות און בכיות.


מיטוואך פר' תרומה
מיטוואך, ער"ח אדר, אין טאג פון דעם יארצייט פון הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע, האט דער "התאחדות הרבנים" פּראקלאמירט א תענית ציבור און א יום תפילה אז אלע מענער פון 18 יאר און העכער זאלן פאסטן און זאגן יו"כ קטן, און אבינו מלכינו און תהלים בציבור, און די וואס קענען נישט פאסטן זאלן אויסלייזן דעם תענית מיט צדקה נישט ווייניגער ווי 2$.

יענעם נאכמיטאג איז פארגעקומען א ריזיגע עצרת תפילה אין גרויסן ביהמ"ד, וואו דער עולם צוזאמען מיט די תשב"ר האבן איינגעריסן רחמי שמים. דאן איז די רביצין ע"ה צום דריטן מאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד און געעפענט דעם ארון הקודש. עס האט זיך איבערגע'חזר'ט נאכאמאל דאס זעלבע בילד פון אירע געשרייען און געוויינען מיט'ן גאנצן ציבור, וואס האט זיכער געשפּאלטן הימלען און איז אנגעקומען צום כסא הכבוד.

די רביצין האט דאן אויסגעצאלט א נסיעה פאר עטליכע אידן צו פארן קיין סיגוט צום ציון פון רבינ'ס פאטער, הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע אין זיין יומא דהילולא ער"ח אדר, אז זיי זאלן דארט מעורר זיין רחמי שמים. צווישן די חסידים וואס זענען דאן געפארן קיין סיגוט איז געווען הרה"ח ר' הערש פריעדמאן (סופר) ז"ל און יבלחט"א הרה"ג ר' ישעי' יעקב שטויבער שליט"א, וועלכע זענען געפארן קיין סיגוט פון אנטווערפּן מעורר רחמים צו זיין ביים ציון.

אין דעם טאג פון דעם יארצייט פונעם קדיו"ט האבן חסידים ספּעציעל געציטערט. הרה"ק רבי יחזקאל'ע מערץ זצ"ל האט דאן דערמאנט וואס דער רבי האט דערציילט בשם הקדיו"ט, אז ווען ער איז געווען קראנק פאר ער איז נסתלק געווארן האט ער געהאלטן אין איין זאגן אז מ'זאל מעורר רחמים זיין ער זאל איבערלעבן דעם חודש שבט און אריין אין חודש אדר, ווייל דאן האט ער א האפענונג צוריק געזונט צו ווערן, ווייל דער חודש שבט איז געווען ספּעציעל א שווערער חודש אין רבינ'ס משפּחה.

(דער קדיו"ט איז נסתלק געווארן כ"ט שבט, דעם רבינ'ס ברודער הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע איז אויך נסתלק געווארן ו' שבט. אויך דעם רבינ'ס ערשטע רביצין, הרבנית הצדקנית מרת חוה ע"ה, איז נסתלק געווארן ה' שבט.)

הרה"ק רבי יחזקאל'ע איז דאן געווען פון די גרופּע איינרייסערס פאר'ן רבי'נס רפואה. ער האט געפאסט יעדן טאג, און אויסגעזאגט תהלים מיט אלע מנינים וואס האבן זיך געהאלטן אין איין טוישן. צוזאמען מיט א מנין רבנים זקנים האט ער אויך געמאכט א "פּדיון נפש" און מרעיש עולמות געווען פאר'ן רבינ'ס רפואה.

טאקע יענעם מיטוואך האט זיך השי"ת מרחם געווען, מען האט אנגעהויבן צו זען א שטראל פון א ישועה פון הימל. דער רבי האט אנגעהויבן צו קומען צו זיך און האט גערעדט געציילטע ווערטער צו זיין משב"ק, הרב ר' יוסף אשכנזי ז"ל. די דאקטוירים האבן געשטוינט פון דעם וואס זייערע אויגן האבן געזען אז דער רבי הויבט זיך אן ערהוילן, וואס אזעלכעס האבן זיי נישט געהאט לויט זייער היסטאריע. אין יענע יארן איז די מעדיצינישע טעכנאלאגיע נאכנישט געווען אזוי פארגעשריטן. מ'האט נאכנישט געהאט די מאשינען אזוי ווי קעט-סקענס וואס זאל ווייזן א מער גענוי בילד וואס עס טוט זיך אפּ אינעווייניג אין קערפּער, אדער ביי די אדערן, האט מען געמוזט לייגן מער געוויכט אויף דער ערפארונג פון די דאקטוירים, און מ'איז טאקע זייער אפּגעשוואכט געווארן ווען מ'האט געהערט פּעסימיסטישע שאצונגען אויפ'ן רבי'ן, כאטש מ'איז קיינמאל נישט אריינגעפאלן אין קיין יאוש, וויסנדיג אז דער רבוש"ע האט זיך זיינע וועגן צו שיקן די ישועה.

דר. בענדער האט דאן מודה געווען אז ער האט דא גארנישט געטאן מעדיציניש, ער מוז מודה זיין אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, און אז דאס איז נאר דער כח פון אידישע תפילות וואס האבן צוריקגעברענגט דעם רבי'ן פון יענע וועלט. עס איז געווען א בחינה פון עליונים מבקשים את רבי ותחתונים מבקשים את רבי, ונצחו תחתונים את העליונים.

דר. בענדער האט אמאל געזאגט פאר'ן רבי'ן, אז ער האט דעמאלט אנגעהויבן גלויבן אין באשעפער. פריער איז ער נישט געווען קיין גלויביגער (ל"ע), אבער דעם רבינ'ס רפואה האט אים געברענגט צו אמונה. דער רבי פלעגט דאס איבערזאגן בשמו.

זעענדיג ווי דער כח התפילה פון אידן האט געהאלפן ערוועקן רחמי שמים, האט זיך די רביצין ע"ה נאך מער משתדל געווען מעורר צו זיין דעם ציבור נישט אויפצוהערן מתפּלל זיין. ספּעציעל האט זי פארלאנגט מ'זאל נישט אויפהערן מתפּלל זיין אין די חדרים ביי די תשב"ר, און ביי די מיידלעך אין בית חינוך לבנות, און אין דער מתיבתא ביי די בחורים, כידוע אז דער כח פון תפילות פון יונגע אידישע קינדער שפּאלטן הימלען און איז מבטל גזירות רעות.

די רביצין האט דאן געלאזט דרוקן טויזענטער עקזעמפּלארן פון א ספּעציעלן תהלימ'ל מיט די פּסוקים פון רבינ'ס נאמען, ביי תמניא אפּי (קאפּיטל קי"ט), לויט די אותיות "יואל בן חנה", און זי האט עס פארטיילט אין אלע מוסדות החינוך, די קינדער זאלן יעדן טאג זאגן דערין תהלים, און בעטן השי"ת פאר'ן רבינ'ס רפואה. אזוי איז טאקע געווארן איינגעפירט אין די מוסדות החינוך, ספּעציעל ביי די קליינע קינדערלעך וועלכע האבן טאג טעגליך געבעטן השי"ת ער זאל שיקן א רפואה שלימה פאר רבינו יואל בן חנה. די תפילות פון הבל פּיהם של תשב"ר האט זיכער גע'פּועל'ט אין הימל צו פארלענגערן דעם רבינ'ס יארן.

דעם גרעסטן כח התפילה האט מען דאן געזען ביי די רביצין. די רביצין פלעגט זינט יענעם טאג, גאנצע 12 יאר, ביז'ן רבינ'ס הסתלקות, אויפשטיין יעדן טאג גאר פרי פארטאגס און אויסזאגן גאנץ תהלים מיט בכיות און צעקות איומות וואס האבן געקענט לעכערן א הארץ. די גאנצע 12 יאר איז די רביצין משבת לשבת געשלאפן ביינאכט אין אירע קליידער אלס א סיגוף, און אויך כדי זי זאל קענען שטענדיג זיין גרייט. זי האט אויך נישט געגעסן יענע 12 יאר קיין פלייש אלס א סיגוף (אויסער ווען ס'איז א מצוה צו עסן. זי האט אמאל א פרעג געטאן ביי איינעם פון די שטוב מענטשן, צי שושן פּורים איז אויך א "סעודת מצוה", נישט ארויסזאגענדיג דעם אמת'ן באדייט פון איר שאלה).

עס האט דערציילט דער משב"ק הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל, וועלכער האט דאן באדינט דעם רבי'ן יומם ולילה, אז דר. בענדער האט געהייסן מ'זאל פאר'ן רבי'ן אוועקלייגן ספרים א.ד.ג. אויסצופּרובירן ווי אזוי זיין מח ארבייט. אין די ערשטע וואך נאכ'ן סטראוק האט ער אראפּגעלייגט פאר'ן רבי'ן דעם ספר ויואל משה, און ער האט געפרעגט דעם רבי'ן, צי דער רבי ווייסט ווער עס האט מחבר געווען דעם ספר? האט דער רבי אנגעוויזן אויף זיך, "דעם ספר האב איך געשריבן, אבער אויף יעדן ענין האב איך אנגעוויזן א ראי' פון א מאמר חז"ל. איך זאג נישט קיין זאך פון מיר אליין, אלעס איז גענומען פון דברי חז"ל." ער דערציילט ווי דער רבי האט עס ארויסגעזאגט מיט שוועריקייטן, און עס האט געוויזן ווי ווייט זיין מח איז פארנומען מיט די ענינים.

ווען דר. בענדער האט געבעטן אז דער רבי זאל אפּשרייבן בכתב אויף צעטעלעך זאכן וואס ליגן אים אויף דער מחשבה, האט דער רבי דאס ערשטע מאל געשריבן, שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד, אדער אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח במהרה אמן, און נאך ענליכע דברים נפלאים, וואס האבן געוויזן וואס עס ליגט אין זיין הייליגן מח.


די מאָראָקאַנער קינדער
יענעם מיטוואך ווען דעם רבינ'ס פּלימעניק, דער שפעטערדיגער סאטמארער רבי בעל ברך משה זי"ע, איז אריינגעקומען צום רבי'ן, און דער רבי האט מיט שוועריקייטן געקענט רעדן, איז דעם רבי'נס ערשטע פראגע צו אים געווען, וואס הערט זיך מיט די קינדער? ער האט קודם נישט פארשטאנען וועלכע קינדער דער רבי מיינט, ביז דער רבי האט מסביר געווען אז ער מיינט די מאראקאנער קינדער, וואס אין דער פּרשה האט דער רבי עוסק געווען איידער ער איז צוזאמענגעפאלן, מ'האט זיי אראפּגעפירט אין א"י צו שמד רח"ל, און דער רבי איז איבער דעם געווען אויסערגעווענליך אויפגעברויזט און עס האט אים געשאדט צום געזונט. נאכדעם ווי דער רבי האט זיך אויפגעכאפּט איז דער דאזיגער ענין ווייטער געווען אויף זיינע הייליגע געדאנקען, דער צער פון העברה על הדת פון די מאראקאנער קינדער. דער רבי האט דאן געגרינדעט ביי די התאחדות הרבנים א "ועד להצלת ילדי צפון אפריקא", וועלכע האבן זיך באשעפטיגט מיט דער הצלה פון די מאראקאנער קינדער, און דער סיגעטער רב, דער שפעטערדיגער סאטמארער רבי, איז דאן באשטימט געווארן אלס יושב ראש פון דעם ועד.

זונטאג פר' ויקרא תשכ"ח איז פארגעקומען א ריזיגע אסיפת מחאה אין וויליאמסבורג (פּיער 16), און דער סיגעטער רב האט אין זיין דרשה דערמאנט דעם ביטערן אומגליק פון ספר תורה שרוי בצער, דער רבי איז קראנק געווארן, און ער האט דערציילט אז דאס ערשטע מאל וואס ער האט באזוכט דעם רבי'ן נאכדעם וואס ער האט זיך אויפגעכאפּט, האט דער רבי דאס ערשטע זיך אינטערעסירט וועגן די מאראקאנער קינדער. דאן האבן אויך גע'דרש'נט הגה"צ מוואוידיסלאוו זצ"ל, הגה"צ מפּאפּא זצ"ל, און הגה"צ ר"מ ביק זצ"ל, און עס איז דורכגעפירט געווארן א ספּעציעלע אקציע צו שאפן א פערטל מיליאן דאלאר.

טראץ זיין שוואכקייט האט דער רבי נישט מסיח דעת געווען דערפון במשך די גאנצע צייט. א וואך נאך פּורים האט דער רבי געלאזט רופן הרה"ח ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה און הרה"ח ר' סענדער דייטש ע"ה, און ער האט זיי געזאגט אז די פּרשה פון די מאראקאנער קינדער גיט אים נישט קיין מנוחה, און אז נאך א סאך טראכטן איז ער געקומען צו דער מסקנה אז מ'דארף שיקן שלוחים קיין פראנקרייך וואס אהין ברענגט מען די מאראקאנער קינדער, און דארט אויפ'ן ארט דארף מען זיך אינטערעסירן וואס מ'קען טאן פאר זייער הצלה.

דער רבי האט געבעטן די צוויי שלוחים צו פארן אהין, כאטש ער ווייסט אז עס איז א שווערע ארבייט, ספּעציעל צו שיקן מענטשן וואס זענען פארנומען מיט זייערע אייגענע געשעפטן, און כאטש עס איז געווען נאנט צו פּסח זענען זיי דאן ארומגעפארן אין פראנקרייך, זיך אינטערעסירט איבער די דארטיגע מוסדות און אויסגעארבייט פארשידענע הצלה מעגליכקייטן, וואס דאס האט געראטעוועט פילע פון די מאראקאנער פּליטים (עי' באריכות בספר בוצינא קדישא ח"ב סי' קפ"ה-קפ"ו).

ביי די ענינים האט מען געזען דאס אויסערגעווענליכע מסירות נפש פון רבי'ן, וואס טראץ זיין אויסערגעווענליכע חולשה האט ער נישט מסיח דעת געווען פון זיין עבודה און שליחות אויף דער וועלט, לוחם צו זיין קעגן ציונות און פאר די הצלה פון אידישע קינדער פון שמד רח"ל.


די נאָך-סטראוק עפּאָכע

דער רבי אין 'בעל האַרבאָר' קווינס


נאך פּסח האט דער רבי זיך ארויסגעצויגן פון זיין דירה אין וויליאמסבורג אויף 500 בעדפארד עוו., לויט די אנווייזונגען פונעם דאקטאר אז דער רבי זאל זיך ארויסציען אויסער דער שטאט אין א שטילע רואיגע געגענט נעבן די וואסער, וואו ער וועט זיך בעסער קענען ערהוילן פון זיין סטראוק. מען האט געזוכט א פאסיגן ארט, און מען האט געפונען א רואיגן געגענט נישט צו ווייט פון וויליאמסבורג (בערך א האלבע שעה) 'בעל הארבאר'. די רביצין ע"ה איז אהינגעפארן זוכן א פּאסיגע דירה פאר'ן רבי'ן, וואס זאל זיין געאייגענט לויט זיינע געברויכן.

נאכ'ן עס ערלעדיגן האט זיך דער רבי אריבערגעצויגן צו דער הערליכער און רואיגער שטעטעלע בעל הארבאר (אין קווינס, ניו יארק) וואס געפינט זיך נעבן די וואסער. אין די ערשטע צייט איז דער רבי איינגעשטאנען אין בעל הארבאר אין הויז פון מר. קרוסמאן אויף 173'טע עוועניו (ראקעוועי ביטש עוו.) וועלכער האט איבערגעגעבן זיין הויז פאר'ן רבי'ן. די בעלת הבית איז געווען א טאכטער פון הרה"ח ר' משה יצחק פיש ע"ה. זיי האבן מיט געטריישאפט איבערגעגעבן זייער דירה פאר'ן רבי'ן.

נאך עטליכע חדשים האט מען געקויפט א הויז פאר'ן רבי'ן אין בעל הארבאר, 310 בעי 142 סטריט, וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן 6 יאר, פון ווינטער שנת תשכ"ט ביז ענדע זומער שנת תשל"ד, ווען דער רבי האט זיך אריבערגעצויגן קיין קרית יואל.

די רביצין האט מיט גרויס געטריישאפט דארט איינגערישט די דירה פאר די באקוועמליכקייט פון רבי'ן, לויט ווי עס האט אויסגעפעלט פאר'ן רבי'ן אין יענע אומשטענדן אין די שוואכע צייטן. דארט האט זיך דער רבי געקענט לייכטער ערהוילן. אין בעל הארבאר פלעגט דער רבי גיין מער שפּאצירן אויף די פרישע לופט לויט די אנווייזונגען פון דאקטאר, און דאס האט אים ברוך השם געהאלפן צוריקקומען צו די כוחות.

וועלנדיג הערן ערשטהאנטיגע און קראנטע אינפערמאציע איבער די הלך ילך פונעם רבי'ן אין בעל הארבאר, דאס פלאץ ווי דער רבי האט געוויילט בערך זעקס יאר, זענען מיר פערזענליך אראפגעפארן צו ר' יוסף וואסנער ז"ל, און ער האט אונז דערציילט גאר אינטערעסאנטע עפיזאדן פונעם רבי'ן אין בעל הארבאר.

ר' יוסף וואסנער איז געווען א ביאנער חסיד ווי אויך דער נשיא העולמי פון מוסדות באיאן, דאס ערשטע מאל וואס ער האט געזען דעם רבי'ן איז געווען ווען דער רבי איז אנגעקומען קיין שווייץ מיט'ן ארומגעבינדענעם בארד, וואו ר' יוסף האט דאן געלערענט ביי הגאון ר' יונתן שטייף זצ"ל. שפעטער האט ער זיך נאכאמאל באגעגענט מיט'ן רבי'ן ווען דער ניייפעסטער רב האט חתונה געמאכט, דאן האט זיך דער רבי אנידערגעזעצט נעבן אים, און זיי זענען פארגאנגען און א פריינטליכן שמועס. ר' יוסף האט נאך דאן נישט געוואוסט דאס ער וועט נאך אמאל זיין א בן בית ביים רבי'ן.

אום יו"ט שבועות עטליכע וואכן נאכן אנקום פונעם רבי'ן אין בעל הארבאר איז ר' יוסף געגאנגען צום רבינ'ס הויז דאווענען, אנקומענדיג איז דער שטוב געווען טונקל און ער האט געהערט ווי איינער זאגט די ברכות (ברכת השחר) מיט א גרויסן נעימות הויך אויפן קול, ער האט נישט געוואוסט ווער דאס איז, ווען עס איז ליכטיג געווארן אין שטוב האט ער געזען דאס דער מברך איז נישט קיין אנדערער ווי דער רבי בכבודו ובעצמו, ער האט נישט געקענט גלייבן דאס א איד אין זיינע אכציגער יארן און ער האלט עטליכע וואכן נאכן ליידן א מסוכנ'דיגע סטראוק, זאל דאווענען מיט אזא נעימות [הערה: אפילו דער דיבור פונעם רבי'ן איז שוואך געווארן, האט עס אבער נישט עפעקטירט דאס לשון הקודש].


מען בויעט אַ מקוה אין בעל האַרבאָר
איין טאג, א מאנטאג, ר' יוסף איז געזעסן ביי זיך אינדערהיים און געלערנט מיט זיין חברותא מס' מגילה, נאכן ענדיגן דעם שיעור, איז א דעלעגאציע פון רבי'נס שטוב אריבערגעקומען צו אים, זיי האבן אים געזאגט דאס דער רבי האט זיי געהייסן גיין צום אים נאך זיין שיעור אים נישט צו שטערן. זייער בקשה איז געווען דאס ער זאל לאזן בויען ביי זיך אין שטוב א מקוה פארן רבי'ן, זיי האבן צוגעלייגט דאס דער רבי קען נישט בויען ביי זיך אין שטוב זייענדיג א אייניקל פון רבי יהודה החסיד, און ווי זיין צוואה לויטעט פאר זיינע אייניקלעך דאס מען זאל נישט בויען א מקוה אין שטוב.

ווי א ריכטיגער חסיד האט ער מסכים געווען, און נאכן זיך דורכשמועסן מיט זיין אשת חיל האט ער געגעבן זיין צושטימונג דערצו. א מומחה אין מקואות רב פריעדמאן איז אראפגעקומען צו ר' יוסף אין שטוב צו טון די נוטיגע באדערפענישן צו קענען בויען די מקוה. עס איז געבליבן דאס די מקוה וועט געבויט ווערן אויף איין זייט פונעם קאר גאראדזש. די מקוה איז געבויט געווארן מיט אלע חומרות ווי א בור על גבי בור אד"ג צו דער צופרידנהייט פונעם רבי'ן.

דער רבי האט דעם געבעטן דעם אחוזה'ער רב, הרה"צ ר' יודא יחיאל אייזיקסאן זצ"ל, חתן העצי חיים זי"ע, וועלכער איז פּונקט דאן געווען צוגאסט אין ניו יארק, און האט באזוכט ביים רבי'ן, אז ער זאל פּערזענליך אויפפּאסן אויפ'ן בוי פון דער מקוה, און דער אחוזה'ער רב האט פארלענגערט זיין בלייבן אין ניו יארק מיט עטליכע טעג, לעשות רצון צדיק.

נאכדעם וואס די מקוה איז געענדיגט געווארן, האט מען לויט דעם חשבון געדארפט ווארטן צוויי דריי וואכן ביז דער בור פון די מי גשמים וועט זיך אנפילן. אבער עפעס וואונדערליך איז געשען, יענעם זונטאג ווען די מקוה איז פארטיג געווארן האבן שווערע וואלקענעס באדעקט דאס שיין פונעם זון אינמיטן העלן טאג און עס איז ממש טונקל געווארן, און א גרויסע שלאקס רעגן האט זיך אראגעלאזט – עמערס וואסער האט זיך געגאסן פון אויבן, און ביז בלויז פיר שעה איז דאס בור איבערגעפילט געווארן מיט מי גשמים! מיט גרויס פרייד איז ר' יוסף געלאפן צום רבי'נס שטוב אים מבשר צו זיין די בשורה טובה. ווען ר' יוסף איז אנגעקומען צום רבי'ן אין שטוב האט ער געזען ווי דער רבי שטייט ביים פענסטער ווען זיינע הייליגע אויגן קוקן ארויף אויפן הימל, ווי עס זעט אויס זאגט ר' יוסף האט דער רבי ערלעדיגט דאס רעגן אז ער זאל נישט פארפעלן קיין מקוה! וכך הוה דעם נעקסטן טאג איז שוין דער רבי געגאנגען אין דער מקוה.


והוי זהיר בגחלתן
די געגענט פון בעל הארבאר איז געווען באזעצט בעיקר מיט מאדערנע דייטשישע אידן. עס זענען דארט כמעט נישט געווען קיין חסיד'ישע אידן, צוליב דעם פלעגט דער רבי אפט באצייכענען בדרך צחות בעל הארבאר, מיט'ן נאמען "דייטשלאנד", ווייל די דארטיגע אידן זענען דייטשישע אידן.

פאר געוויסע איינוואוינער פון בעל הארבאר האט נישט געשמעקט אז א חסיד'ישער רבי, ווי דער סאטמארער רבי, האט זיך דארטן באזעצט, ווידער אנדערע אידן האבן אנגעהויבן ארויפקוקן אויפ'ן רבי'ן מיט גרויס רעספּעקט. זיי זענען באאיינדרוקט געווארן זעענדיג זיין הייליגע צורה, און האבן אנגעהויבן אריינצוקומען זיך פּראווען ביים רבי'ן.

עם כל זה זענען נאך אלס געווען איינצעלנע שכנים מזרע ישראל וואס עס האט זיי נישט געשמעקט די אנוועזנהייט פונעם רבי'ן, און נאכמער האט זיי געשטערט דער באס מיט חסידים וואס פלעגט קומען יעדע נאכט אום זיבן אזייגער. אויב וואלט זיך עס ווען געהאנדעלט פון א שיינעם "קאוטש באס" וואלטן זיי עס אפשר נאך געקענט פארשווייגן, אבער וויבאלד עס האט זיך געהאנדעלט פון אן אלטן געלן שולע באס, וואס אויף איר האבן זיך געפונען חסיד'ישע אידן, דאס האט זיי זייער געשטערט, זיי האבן אנגעפאנגען צו פארפירן דאס די געגענט איז א זאאנונג, און עס איז נישט געאייניגט פאר קיין פובליק טראנספארטאציע אד"ג.

זיי האבן געלאזט וויסן פאר די שטוב-מענטשן דאס זיי ווילן זיך טרעפן מיט'ן רבין פערזענליך און פאר אים פארלייגן זייערע טענות. דער גבאי ר' יוסל אשכנזי מיט אנדערע שטוב מענטשן האבן זיך געוואנדן צו ר' יוסף וואסנער און געבעטן דאס ער זאל זיין ביי דער באגעגעניש און זיין דער פארשטייער פונעם רבי'נס צד. בעפאר מען האט זיי אריינגעלאזט האט מען זיי געבעטן דאס זיי זאלן זיך אנטון יארמיקלעך אויף זייער בלויזן קאפ, אלס כבוד פונעם רבי'ן, מיט פרעכהייט האבן זיי אפגעשלאגן די פארלאנג, און מיט בלויזע קעפ האבן זיי זיך געטראפן מיטן רבי'ן. זיי האבן פארגעלייגט זייערע טענות דאס די גאנצע ווירטשאפט שטערט זיי וכו'. צום סוף האט מען זיך אויסגעגראדט מיט זיי, און מען איז מער נישט געקומען מיט קיין באס, נאר מיט אפאר קארס און נאך קלייניגקייטן.

פארן רבי'ן האט זייער וויי געטון דאס די מענטשן לאזן אים נישט במנוחה, זיי לאזן נישט זיינע מענטשן קומען צו אים. דערציילט ר' יוסף, "חז"ל זאגן אונז "והוי זהיר בגחלתן", בעיני ראיתי מיט מיין אייגענע אויגן האב איך געזען ווי די פארשוינען האבן טייער באצאלט דערפאר עטליכע חדשים שפעטער, די דריי אנפירער פון די וואס האבן גערודערט האבן אלע געהאט א פערזענליכע פארלוסט, איינער פון זיי א פלאריסט איז פלוצים געשטארבן ל"ע." ר' יוסף האט געהערט ווי צוויי דאקטוירים שמועסן צווישן זיך איבער יענעם פארשוין, "אינטערעסאנט, פאר צוויי וואכן צוריק איז ער געווען ביי מיר פאר א רוטינע אונטערזיכונג, עס האט אים גארנישט געפעלט" – דער צווייטער האט אויך טייער באצאלט, זיין טאכטער איז אומגעקומען אין א טראגישן עקסידענט ל"ע אויף די בעלט פארקוועי – דער דריטער האט געליטן א מאסיוון סטראוק ל"ע זייענדיג אין זיינע פערציגער יארן. דאס וועל איך קיינמאל נישט פארגעסן האט ר' יוסף פארענדיגט.


מערקווירדיגע עפּיזאָדן און אינטערעסאַנטע שמועסן
אין די זעקס יאר וואס דער רבי זצ"ל האט זיך אויפגעהאלטן אין בעל הארבאר, פלעגט ר' יוסף אסאך שפאצירן מיטן רבי'ן, און דערביי האט ער אסאך אינטערעסאנטע פונקטן געהערט פונעם רבי'ן.

בשעת דער רבי האט געוויילט אין בעל הארבאר האט די גאנצע וועלט גערודערט מיט די נייעס דאס די רוסן זענען אנגעקומען אויף דער לבנה. יענע וואך שבת נאכמיטאג איז ר' יוסף אריבערגעקומען צום רבי'ן, און בתוך הדברים האט ער זיך אויסגעדריקט פארן רבי'ן דאס איבער צען טויזענט מענטשן האבן געארבעט דאס דער איינער רוס זאל קענען אנקומען צו דער לבנה, עס איז א מוסר השכל ווי 10,000 מענטשן ארבעטן פאר איינעמ'ס מסירות נפש. דער רבי האט געהאלטן אן עפעלע אין זיין האנט, און אפגעשיילט די שאלעכץ אויף איינמאל אלס די הלכה (תמימות), ער האט אויפגעהויבן זיינע הייליגע אויגן צו ר' יוסף און מיט א שמייכל געזאגט 'נישט פאר מסירות נפש האט ער דאס געטון, נאר פאר כבוד,' האט זיך ר' יוסף זיך אנגערופן מיט א שמייכל יעצט פארשטייט ער דעם מאמר חז"ל דאס 'כבוד' איז איינע פון די זאכן וואס 'מוציאין את האדם מן העולם'...

איין טאג ווען ר' יוסף האט שפאצירט מיטן רבי'ן האט ער געשמועסט איבערן דעמאלטסדיגן פרעזידענט 'ניקסאן'. צווישן אנדערע האט ער געזאגט פארן רבי'ן דאס ניקסאן שיקט כלי מלחמה פאר מדינת ישראל, דער רבי האט זיך אנגערופן דאס 'ער (ניקסאן) איז א טיפש', און איך האב א גרעסערן פרעזידענט פון ניקסאן דער "מלך המשיח". ר' יוסף דערציילט, די ווערטער פונעם רבי'ן איז מיר געווען אומפארשטענדליך, ניקסאן האט דאן געהייסן א קלוגער פרעזידענט. דריי וואכן שפעטער ביי די וואטערגעיט סקאנדאל האט מען איינגעזען דאס דער רבי איז גערעכט געווען דאס ניקסאן איז א טיפש.

אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט ר' יוסף בייגעוואוינט, געווען איז דאס ווען הרב החסיד ר' ליפא פריעדמאן ע"ה איז נפטר געווארן אום שבת קודש, די שטוב מענטשן זענען געוואויר געווארן דערפון אין שבת דורך די פאליציי. מען האט עס נישט דערציילט פארן רבי'ן נישט וועלענדיג אים גורם זיין קיין צער. מוצאי שבת בשעת הבדלה האט דער רבי זייער געקאכט, נאך הבדלה האט זיך דער רבי געגעבן א דריי אויס צום משב"ק הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל און געפרעגט "ווען גייט זיין די לוי'?!" קיינער האט פארן רבי'ן נישט דערציילט דאס ר' ליפא איז אוועק, אבער דער צדיק האט עס מרגיש געווען.

ר' יוסף האט זיך אויסגעדריקט דאס ער איז מער נתפעל געווארן פון די אויסערגעווענליכע מדות פונעם רבי'ן, מער ווי פון די מופתים. א ביישפיל האט ער אונז דערציילט איבער דער מדה פון 'הכרת הטוב'. ווען ר' יוסף האט אמאל חתונה געמאכט א קינד. פאר דער חתונה איז ער געקומען צום רבי'ן, און ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן אז ער וואלט געוואלט לאדענען דעם רבי'ן צו דער חתונה, אזוי ווי ער ווייסט אבער אז דער רבי איז נישט בכח, בעט ער אז דער רבי זאל שיקן ר' עזריאל, אלס שלוחו של אדם כמותו, ער זאל זיך באטייליגן אין זיין שמחה.

דער רבי האט אים אויפ'ן ארט גארנישט געענטפערט, נאר אנגעוואונטשן א ברכה צו דער חתונה, אבער אין טאג פון דער חתונה האט דער רבי געשיקט די רביצין ע"ה מיט די משמשים בק' הרב ר' יוסף אשכנזי און ר' עזריאל גליק, זיי זאלן אלע גיין זיך באטייליגן ביי דער חתונה פונעם קינד פון ר' יוסף וואסנער. דער רבי האט זיי אנגעזאגט אז זיי זאלן אנקומען גאנץ פרי, נאך ביים אנהויב פון דער חתונה, כדי ארויסצואווייזן דאנקבארקייט פאר די טובות וואס ער האט געטאן אלס שכן טוב, און ספּעציעל די טובה פון בויען די מקוה פאר'ן רבי'ן אין בעל הארבאר.

ווי פארשטענדליך, זענען זיי גלייך געפארן, און ווען זיי זענען אנגעקומען צום חתונה זאל, איז דער מחותן ר' יוסף וואסנער נאכנישט געווען דארטן. ווי איבערראשט איז ער געווארן ווען ער איז אנגעקומען צו דער חתונה און האט שוין דארט געטראפן די רביצין מיט די משמשים בק', וועלכע זענען געקומען אין שליחות פון רבי'ן ארויסצואווייזן הכרת הטוב פאר ר' יוספ'ס געטריישאפט פאר'ן רבי'ן.



עפילאג: במשך דעם זומער איז דעם רבינ'ס מצב עטליכע מאל ליידער פארערגערט געווארן. דער רבי איז דורכגעגאנגען זייער שווערע צייטן מיט גרויסע חולשות און צעבראכנקייט. די רביצין און די מקורבים האבן זייער שווער געארבייט צו מוטיגן דעם רבי'ן, און ווייטער מעורר געווען רחמי שמים אן אויפהער. דער רבי האט געהאלטן אין איין זאגן אז ער האפט נאך היי יאר תשכ"ח זוכה צו זיין בתוך כלל ישראל צו א ישועה אין דעם שנת פּקודה לגאולה שנת תשכ"ח.

לויט ווי עס האט דערציילט דער משב"ק, הרה"ח ר' עזריאל גליק ז"ל, איז געווען גאר א רירענדער מעמד יענעם ערב תשעה באב תשכ"ח פארנאכט. דער רבי איז געלעגן אין זיין בעט און זיך מתמרמר געווען מיט בכיות עצומות אויף אריכת הגלות, און אויף זיין מצב און אויפ'ן מצב הדור, און בדמעות שליש האט ער געזאגט, עס איז נישט צו פארשטיין וואס מ'ווארט נאך פון הימל מיט דער גאולה שלימה, ווען מ'קוקט אן די מנהיגים ווי זיי זעען אויס, און ווי אזוי זעען אויס זייערע שטיבער. עס איז שוין די העכסטע צייט מ'זאל שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות. אזוי האט דער רבי א לענגערע צייט זיך מתמרמר געווען מיט בכיות עצומות, וואס האט געמאכט יעדנ'ס הארץ צוגיין.

די כח התפלה פון דער רעבעצין, די תינוקת של בית רבן, די סאטמארער קהלה, און די גאנצע אידישע וועלט האבן געטון זייער'ס, מען האט אויסגע'פועל'ט דעם צדיק אויף נאך צוועלף יאר. וואס רבינו הקדוש האט אויפגעטון אין זיינע לעצטע צוועלף יאר איז באוואוסט פאר יעדן. אבער צו דער שנת פקודה האבן מיר נאך נישט זוכה געווען, מיר האפן דערויף יעדן טאג, ובנה ירושלים עיר הקודש במהרה בימינו.



די ערשטע דברי תורה פונעם רבי'ן נאָכ'ן סטראָוק

די ערשטע דברי תורה וואס דער רבי האט דאן געזאגט איז געווען פיר וואכן נאכ'ן סטראוק, פרייטאג פר' ויקהל-פקודי, ווען דער משב"ק הרב ר' יוסף אשכנזי ז"ל האט פארגעזאגט פאר'ן רבי'ן פון ספר הק' נועם אלימלך (פר' פּקודי), וואו ער טייטשט אויס דעם פּסוק ויאמר ה' אל משה פסל לך, וואס די חז"ל דרש'ענען הפסולת יהא שלך, אז די כוונה איז, וואס איז נוגע צו דיר, פאר דיין אייגענער פּרנסה און הצטרכות, זאל זיין אזוי ווי פּסולת פון א מאכל וואס ווערט אוועקגעשטויסן פונעם גוף, דו זאלסט זיך נישט אומקוקן אויף דעם וואס איז נוגע צו דיר, מכאן נתעשר משה, משה רבינו האט געטאן אזוי ווי דער אויבערשטער האט אים געהייסן, זיין כוונה איז נאר געווען אז אידן זאלן זיין זאט פון אלעם גוטן, דאס איז געווען זיין עשירות, ווען ער האט געזען די עשירות און טובה פון אידישע קינדער, ווייל די צדיקים האבן נאר אינזינען משפּיע צו זיין פאר אידן, גארנישט פאר זיך.

ווען דער רבי האט געהערט די ווערטער פון נועם אלימלך, האט דער רבי געזאגט אז מיט דעם איז אים בייגעפאלן פּשט אין מדרש, ושמחת בכל הטוב, אין טוב אלא תורה, לפיכך משה מזהיר את ישראל עשר בשביל שתתעשר. אז א צדיק פאר זיך זוכט נישט קיין גוטס נאר תורה, ער פרייט זיך נאר מיט דער תורה, פאר זיך דארף ער גארנישט. זיין גאנצע כוונה איז נאר משפּיע צו זיין פאר אנדערע אידן אלעס גוטס, אז אנדערע אידן זאלן זוכה זיין צו עשירות. לפיכך משה מזהיר את ישראל עשר בשביל שתתעשר, ווייל פאר זיך אליין האט ער נישט געברויכט גארנישט.

ר' יוסל איז דערנאך ארויסגעקומען אין קארידאר וואו ער האט געטראפן 2 בחורים תלמידים פון רבי'ן. מיט שמחה האט ער איבערגעזאגט די ערשטע ד"ת וואס דער רבי האט איצט געזאגט. ער האט מיט התרגשות געזאגט, אט די דברי תורה האט אפּגעשפּיגלט דעם רבינ'ס אייגענע מהות. זיין גאנצער ציל און שאיפה איז נאר געווען משפּיע צו זיין רוחניות און גשמיות פאר כלל ישראל. פאר זיך אליין האט ער קיינמאל גארנישט געברויכט, ווי די בחינה מיט וואס דער רבי ר' אלימלך שילדערט די צדיקי אמת.
די ארטיקלען וועלכע ווערן ארויפגעשטעלט קומען פון אויסגאבעס וועלכע עקזיסטירן מער נישט, און ווערן צוגעשטעלט ספעציעל פאר "קאווע שטיבל". יעדער ארטיקל ווערט מוגה פאר'ן ארויפגעשטעלט ווערן, און טאר נישט גענוצט ווערן ערגעץ אנדערש אן רשות.
ארכיוויסט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:22 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 23, 2016 5:21 pm

לאמיך אייך מגלה זיין א פרט וואס איהר ווייסט נישט.

ווען דער רבי איז געווען אין פלארידא יענע וואך משפטים האט איהם אן אונגארישער רב איבערגעזאגט א געשמאקע כאפ פונעם הפלאה.

ס'שטייט אין פסוק ואיש כי יכה כל נפש אדם מות יומת, איז רש"י אין משפטים מסביר אז 'ואיש כי יכה' איז מגלה אז נאר א גדול שהרג איז חייב, אבער א קטן איז פטור, און 'כל נפש אדם' איז מרבה אפילו מען הרג'עט א קטן איז מען אויך חייב.

פרעגט דער הפלאה [פנ"י על אתר] פארוואס דארף מען 'כל נפש' מרבה צו זיין אז א הורג את הקטן איז חייב, אויב וואלט א הורג את הקטן געווען פטור וואלט מען נישט געדארפט 'ואיש כי יכה' ממעט צו זיין אז א קטן שהרג איז פטור, ער וואלט סיי ווי געווען פטור, ווייל די עדים וועלכע קומען מעיד זיין אויף איהם וועלן זיין עדות שאי אתה יכול להזימה, ווייל אויב ביסטו איהם מזים וועט ער זיין פטור ווייל ער האט בסך הכל געוואלט הרג'ענען א קטן דורך זיין עדות און מ'שמועסט דאך יעצט אז א הורג את הקטן איז פטור.

[גאט איט?...]

דער רבי ז"ל האט גאר שטארק הנאה געהאט פון די שיינע קשיא [מסתמא האט זיין פנים אויפגעלאכטן וכו'], און האט געזאגט דעם רב אז ער גרייט זיך אויף א לאנגע נסיעה מיט'ן באן קיין ניו יארק, וועט ער עס איבערטראכטן אויפן וועג.

דערנאך האט דער רבי געכאפט דעם סטראוק [אדער די אדער וועי אראונד...], ווען ער איז געקומען צו זיך האט ער געזאגט אז ער געדענקט אז אויפן וועג האט ער מחדש געווען א געשמאקן תירוץ און ער געדענקט עס נישט.

[א"ה: אין א בריסקע מינוט קען מען אודאי זאגן אז זוממי קטן זענען חייב אפילו א הורג את הקטן איז פטור, ולא דמי כלל לזוממי טריפה וואס זענען פטור ווייל דארט האבן זיי איהם בכלל נישט געוואלט 'הרג'ענען', ופשוט.

אולי כיוון לזה הפנ"י בסוף דבריו.]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3555
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6888 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג פעברואר 23, 2016 9:35 pm

עס איז אינטערעסאנט צו ציטירן וואס @שמערל האט געשריבן במקום אחר:

שמערל האט געשריבן:2. די קאנטרווערסיאלע הנהגה פון סאטמאר רבי נאך זיין סטראוק.

דאס איז אפשר ווייניגער באוואוסט, אבער דער פאקט איז אז נאכדעם וואס דער רבי האט באקומען דעם סטראוק, האט ער כמעט גענצליך רעזיגנירט פון זיין רעבעשאפט, פאר די ערשטע צוויי יאר נאכן סטראוק איז ער ממש נישט ערשינען אין פאבליק, ער האט זיך ארויסגעצויגן פון וויליאמסבורג צו א גאר מאדערנע געגנט בעל הארבער, ווי ער האט פארוויילט מיט נאר א געקליבענע צאל שטוב מענטשן, חסידים האבן נישט געקענט אריין גיין נאר מיט גאר גרויס פראטעקציע און מיט לאנגע אפוינטמענטס, הגם מען קען טענה'ן אז ער האט מער נישט געהאט קיין כח צו געזעגענען מענטשן, פארענטפערט עס נישט זיין זיך גענצליך אוועקצוען פון וויליאמסבורג, ער האט ווען נאכאלטס געקענט פירן טיש ברבים און טיילן שריים, אזאך וואס ער האט גענצליך אויפגעהערט נאכן סטראוק.

נאכמער, נאך אפאר יאר נאכן סטראוק האט ער צוביסלעך צוריק אנגעהויבן צו ערשיינען ברבים ווי דאווענען פארן עמוד יום טוב, און פארשטייט זיך די ריזיגע כא כסליו סעודות, ווי ער פלעגט אפילו רעדן דברי תורה. דער גרעסטער צוזאמקום ביי חסידי סאטמאר איז געווען ביים מעמד קרן הצלה תשלח שוין איין יאר פאר זיין הסתלקות.
עס איז אינטרעסאנט אז ווי עלטער און שוואכער ער איז געווארן איז ער צוביסלעך מער און מער ערשינען ברבים.
אבער אפילו שוין אין קרית יואל ווי עס האט זיך שוין געטוען א פארקער, און מענטשן זענען כסדר געקומען זיך געזעגענען, מאכן ברית'ן, וכדומה, פלעגט זיך כסדר מאכן אזעלכע מאד סווינגס ווי ער פלעגט זיך אויפרעגן פארוואס מ'קומט אזויפיל, און עס פלעגן זיין צייטן וואס ער האט נישט געוואלט בכלל אויפנעמען קיין מענטשן.

זיין מאדנער התנהגות פון זיך גענצליך אפזאגן פון זיינע פליכטן נאכן סטראוק דערמאנט מיר אביסל פון א קינד וואס ווען זיינע לעגאו בנין צופאטשקעט זיך אביסל, נעמט ער זיך קאפענען און צושטויסן דעם גאנצן בנין. עס קומט מיר פאר אז דער רבי, וואס דער סטראוק האט אים פיזיש באגרעניצט פון גרינג ארומגיין און בעיקר זיין רעדן, האט אנשטאט זיך אנשטרענגען און פראבירן צו ווייטער פירן קהלה ווי ווייט מעגליך האט אנשטאט זיך באליידיגט און זיך גענצליך צוריקגעצויגן פון זיין א מנהיג ישראל ווען עס קומט אן שווער.

נאר שפעטער ווען ער איז עלטער געווארן, און זיין עקשנות און כח המעצר איז שוואכער געווארן, האבן זיינע שטוב מענטשן געקענט אביסל פועל'ן אז ער זאל מער ארויסקומען ברבים, און בעיקר ביי די ריזיגע צוזאמקומען ווי עס זענען געווען טויזענטער מענטשן האט ער געקענט באשטיין צו קומען א בחינה פון אנקומען צו שלחן עורך, און שעפן נחת פון זיינע חסידים.

דער זעלבער התנהגות פון אויפגעבן ווען עס גייט אביסל שווער קען צוגעשטעלט ווערן אויך פאר די מלחמה, ווען יעדעס מאל וואס עס איז געווארן צרות, האט ער זיך אפגעטראגן פון סאטמאר, און אנשטאט זיך מיטשענען צוזאמען מיט זיין קהילה, איז עם ענדערש געווען אונגאנצן אויפצוגעבן און אוועקפארן אינדערפרעמד.

הכלל, קענסט מיך שוין נישט באשולדיגן אין סאטמערע איינזייטיגקייט, אבער אויב שוין יא קריטיקירן, פארוואס זיך באציען צו אזעלכע פארנעפלטע פאקטן, וואס זענען בלויז א הי סעד שי סעד, בעת וואס די זאכן וואס איך לייג פאר, זענען אפענע דברים ידועים לכל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2373
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2919 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9222 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 11:12 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:א"ה: אין א בריסקע מינוט קען מען אודאי זאגן אז זוממי קטן זענען חייב אפילו א הורג את הקטן איז פטור, ולא דמי כלל לזוממי טריפה וואס זענען פטור ווייל דארט האבן זיי איהם בכלל נישט געוואלט 'הרג'ענען', ופשוט.

כ'האב איבערגעזאגט מיין תי' פאר איינעם וקלסי', ער טענה'עט אז ס'איז זיכער אז דאס איז די תי' וואס דער רבי האט מחדש געווען אויפן באן.

האביך זיך דערמאנט: ווען דער רבי האט געשריבן וועגן שמיטה אין ארץ ישראל האט איהם איינער צוגעוויזן א שטיקל אין ר' חיימ'ס ספר, דער רבי האט מעיין געווען און האט נישט אנגעהויבן צו פארשטיין וואס ר"ח וויל, האט דער רבי אריבערגערופן דעם אלטן נייפעסטער רב, א ת"ח מופלג, און צוויי אונגארישע רבנים האבן זיך געמוטשעט אויף א שטיקל ר"ח ללא הועיל.

ווען דער רבי האט פארמאכט דעם ספר זעהט ער אויפן שער בלאט 'הגאון החסיד', האט ער זיך אנגערופן: זעהט אויס אז ער איז געווען מער חסיד ווי גאון...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3555
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7058 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6888 מאל

Re: דער סטראוק פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג פעברואר 26, 2016 1:36 am

נישט אז עס פעלט אויס, יעדער קען אליין זען אז שמערל'ס תגובה איז מלא שטותים והבלים, הנחות און פשטים שלא שמעתן אוזן מעולם און עס קלעבט ווי ארבעס צו די וואנט, אבער דאך אז עס רעדט זיך פון זיין א מלעיב במלאכי אלוקים ומספר אחר מיטתן של ת"ח, מיט אטאקעס וואס זענען בכלל נישט בארעכטיגט און נישט אין פלאץ, פעלט זיך אויס עס ארויס צו שרייבן.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1723 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » פרייטאג פעברואר 26, 2016 2:52 am

שמערלס ווערטער איז ניטאמאל ווערט אויסצושפייען, מען דארף זיין שלמה המלך וואס ויחכם אפילו מן השוטים צו קענען אפווענדן אזעלכע טפשות'דיגע ווערטער וואס קלעבט נישט איין ווארט מיט די אנדערע, זיך אפגעזאגט אהערגעזאגט אהינגעזאגט.

איך מיין אז שמערל דארף מאכן די תגובה אנדערש כדלהלן:
די קאנטריווערסיאלע הנהגה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע נאך כ"ו אב תשל"ט

דער רבי האט זיך אפגעזאגט פון די רבי'סטעווע, נישט אריינגעקומען מער צו די הקפות וכו' וכו' וכו'
אינטערסאנטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך ראובן » פרייטאג פעברואר 26, 2016 11:24 am

הגם שמערל פירט אויס זיינע באשולדיגונגען אז זיי זענען באזירט אויף פאקטן וועלכע זענען "אפענע דברים ידועים לכל", קען מען אבער אוודאי נישט זאגן אז די אויסטייטשונגען פון די פאקטן זענען ברייט אנגענומען. אויף דערווייל זע איך נישט קיין סיבה אנצונעמען שמערל'ס אויסטייטשונג מער ווי דעם אנגענומענעם הסבר אז ער האט פשוט נישט געהאט קיין כוח צו פירן טיש, אבער חזקה על חבר אז ער האט עפעס מער פארצושטעלן, און כ'וואלט הנאה געהאט צו הערן מער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2373
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2919 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9222 מאל

Re: דער סטראוק פון הרה"ק מסאטמאר זצ"ל

הודעהדורך שמערל » פרייטאג פעברואר 26, 2016 11:28 am

וזאת למודעי. מיין תגובה איז נאר א פתיחה צי א לאנגע שקלא וטריא פון די היגע אריות שבחבורה (נאך פון די אלטע גווארדיע), ווי יעדער איז דן בכובד ראש זה בונה וזה סותר איבער מיין אנאליז. ווען איך האב אפגעשריבן מיין אנאליז האב איך נישט געהאלטן אז ס'איז תורה מסיני, כ'האב פראבירט ארויסצוברענגן א א נייעם דערהער אין סאטמארער רב וואס פארשטייט זיך אז ס'איז בכלל נישט מוכרח, און אדרבה ווער עס האט עפעס מוסיף צו זיין דערויף, איז מכובד אהינצוגיין דורכליינען דעם גאנצן אשכול, און אריינווארפן זיינע צוויי צענט.

די אלע הסברים פארוואס מדארף "נישט" ענטפערן קען מען יא דא לאזן.

נאר א קורצע הוספה אז מ'רעדט שוין. פאר עטליכע חדשים צוריק איז נתפרסם געווארן צום ערשטע מאל א הערליכע ווידיאוי פונעם רבי'ן אין אריזאנע פון די נישט געזינטע יארן. סאאמערע חסידים זענען ערשטוינט געווארן ווי מען זעהט אים געזונט אין פריש, אויף זיין גיין איז כמעט נישט ניכר אז דער מענטש האט סימנים פון א סטראוק, (ער האט אייביג געשלעפט א פיס אפילו פארן סטראוק). און אין די זעלבע צייט פלעגט פארקומען אין בית מדרש משמורת תהילים פאר זיין געזונט, און רוב סאאמערע חסידים האבן אים נישט געהאט די מעגליכקייט אים צו זעהן מער ווי געציילטע מאל א יאר.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1031
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1210 מאל

הודעהדורך בן אדם » פרייטאג פעברואר 26, 2016 12:58 pm

איך האב גראדע געהערט (פון א גרויס'ן סאטמערע חסיד) אז די רבי האט זיך פשוט נישט געפילט באקוועם צו זיין אין פובליק נאכ'ן סטראוק. איז ממילא שמערל'ס דיבורים האט שוין איינמאל געמאכט סענס פאר מיר.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1417 מאל

הודעהדורך outspoken » פרייטאג פעברואר 26, 2016 1:10 pm

די ערשטע פראבלעם איז, אז מ'האט אינז איינגערעדט 'טשאדעלע באבעלע מעשות' אז די רבי האט זיך אויפגעוועקט געזינט און שטארק (נאר די תירוץ אויפן הפלאה'ס קשיא האט ער פארגעסען) די צדיק האט באקומען אזא סטרוק וואס א נארמאלע מח וואלט קיינמאל צירוק געקומען, ער מיט ניסי ניסים האט דאס גענומען זייער לאנג.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 797 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 26, 2016 1:26 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:א"ה: אין א בריסקע מינוט קען מען אודאי זאגן אז זוממי קטן זענען חייב אפילו א הורג את הקטן איז פטור, ולא דמי כלל לזוממי טריפה וואס זענען פטור ווייל דארט האבן זיי איהם בכלל נישט געוואלט 'הרג'ענען', ופשוט.

כ'האב איבערגעזאגט מיין תי' פאר איינעם וקלסי', ער טענה'עט אז ס'איז זיכער אז דאס איז די תי' וואס דער רבי האט מחדש געווען אויפן באן.

האביך זיך דערמאנט: ווען דער רבי האט געשריבן וועגן שמיטה אין ארץ ישראל האט איהם איינער צוגעוויזן א שטיקל אין ר' חיימ'ס ספר, דער רבי האט מעיין געווען און האט נישט אנגעהויבן צו פארשטיין וואס ר"ח וויל, האט דער רבי אריבערגערופן דעם אלטן נייפעסטער רב, א ת"ח מופלג, און צוויי אונגארישע רבנים האבן זיך געמוטשעט אויף א שטיקל ר"ח ללא הועיל.

ווען דער רבי האט פארמאכט דעם ספר זעהט ער אויפן שער בלאט 'הגאון החסיד', האט ער זיך אנגערופן: זעהט אויס אז ער איז געווען מער חסיד ווי גאון...


אין דער עולם הישיבות זאגט מען אזא ווערטעל אז דער סאטמאר רבי'ן האט געזאגט "אזא חידוש! זיין טאטע איז געווען אזא גלאטער!"

סתם אזוי איז אינטרעסאנט. אלע וואס פארגינען נישט בית בריסק האבען ליעב צו פארציילען צוויי זאכען. אדער אז אלס שטייט שוין אין חידושי הרי"ם, אדער פארקערט אז ס'איז אומפארשטענדליך און קרום. איך בין נייגעריג וואס פאסירט ווען די צוויי חדרים טרעפען זיך. ט'זאגט דער צווייטער פאר'ן ערשטע אז ער חידושי הרי"ם איז אויך קרום?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8376
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7844 מאל

הודעהדורך יואליש » מוצ"ש פעברואר 27, 2016 11:22 pm

כ'בין קנאפע ידען אויפן רבין'ס מצב נאכן סטראוק. כ'האב געהערט אז ער האט געהאט וויינען אויסבראכן און געווען אין א דיפרעסיע. כ'האב געהערט ר' עזריאל דאס פארציילן מיט א רבישע ספין אז דער רבי פלעגט זיך פאר'עקשן אז ער וויל נישט אויפנעמען (מיט מענטשן ווארטן אינדרויסן) און האט געשפירט אז ער האט גארנישט אויפגעטוהן אויף דער וועלט (און נישט זוכה געווען צו זש"ק). ר' עזריאל פלעגט פארציילן אז ער האט מחזק געווען דעם רבין אז ער איז א סיגוט'ע בנש"ק מיט הייליגע עלטערן, אז ער האט אפגעראטעוועט כלל ישראל, אויפגעשטעלט א דור מיט אידן וואס ברויכן אים יעצט.

דער אמת איז אז דיפרעסיע און אומקאטראלירבארע וויינען זענען געווענליכע נאכפאלגן פון סטראוקס.

אינעם שיינעם ארטיקל האב איך נישט געזעהן דערמאנט אז מ'האט דעם רבין אריינגעפירט אין שפיטאל, אויב יא, ווען? ס'איז משמע אז ער איז נאך געווען אינדערהיים מוצ"ש משפטים. שווער צו גלייבן.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3801 מאל

הודעהדורך כעלעם'ר מגיד » זונטאג פעברואר 28, 2016 12:33 pm

יואליש האט געשריבן:
אינעם שיינעם ארטיקל האב איך נישט געזעהן דערמאנט אז מ'האט דעם רבין אריינגעפירט אין שפיטאל, אויב יא, ווען? ס'איז משמע אז ער איז נאך געווען אינדערהיים מוצ"ש משפטים. שווער צו גלייבן.

מ'האט דעם סטאמאר'ן רבין בכלל נישט אריינגעפירט אין שפיטאל נאכן סטראוק, מ'האט אים באהאנדלט אין שטוב. די אייננציגסטע צוויי מאל וואס ער איז געווען אין שפיטאל איז געווען איין מאל פאר א בראך אפערעישן, אריין און ארויס די זעלבע טאג, א פרייטאג איז עס געווען. און דאס צווייטע מאל איז געווען די מוצאי שבת וואס ער איז אוועק.
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:36 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1181 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג פעברואר 28, 2016 12:59 pm

יישר כוח פאר די אינפארמאציע.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3801 מאל

הודעהדורך Buddy » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:10 pm

ביטע ארויפשטעלן אויך די לעצטע דרשה וואס די רבי האט געגעבן פאר די סטראוק, וואס דאס שפיגלט אפ די גאנצע מעבר פון די הייליגע צו שמייליגע.

נ.ב. סיי די צענזורירטע און סיי די גאנצע...
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

הודעהדורך Buddy » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:12 pm

Buddy האט געשריבן:ביטע ארויפשטעלן אויך די לעצטע דרשה וואס די רבי האט געגעבן פאר די סטראוק, וואס דאס שפיגלט אפ די גאנצע מעבר פון די הייליגע צו שמייליגע.

נ.ב. סיי די צענזורירטע און סיי די גאנצע...

קאן איינער ארויפלייגן די לעצטע דרשה?
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 6:37 pm

שאר! גיב מיר בלויז א מינוטקעלע....יעך קום שוין צוריק מיט ביידע...
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1518
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1573 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:25 pm

דא איז א אויסצוג פון די דרשה:
מורי ורבותי, ביז יעצט איז געווען די געזונטע יארען פון היינט און ווייטער הייבט זיך אן די נישט געזונטע יארען.
(שומעים בטעיפ שגעו כל העם הבעיה)
פרעג מיך אפ.
גדליה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1252 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט