כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]

שליחה דורך אדנירם »

[justify][center]פרק א':

פארווארט.[/center]

דער מהר"ל איז מסביר באריכות די ענין פון חג הפסח, אז דאס איז א יו"ט וואס סימבאליזירט די התהוות פונעם אידישן פאלק. ווייל ביז יציאת מצרים זענען די אידן געווען קנעכט, און קנעכט פארמאגן נישט קיין אידענטיטעט נאר זיי זענען אינגאנצן אונטערטעניגט אונטער א פרעמדער בעל הבית, און וועגן דעם ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים זענען די אידן פאראייניגט געווארן אלס פאלק: כלל ישראל.


דורכאויס די אידישע היסטאריע, זענען געווען אסאך מצבים אין כלל ישראל ווען עס האבן זיך פארמירט פארשידענע כיתות-סעקטעס אינערהאלב דאס אידישע פאלק. אסאך מאל האבן זיי געמאכט פראבלעמען פאר כלל ישראל וואס איז געפארן אין אן אלטן אויסגעטרעטענעם ריכטונג, און אסאך מאל האט גאר אויסגעזען ווי זיי זענען מצליח איבערצונעמען דאס פאלק. אבער עווענטועל האבן די אלע שיטות און נייע מהלכים אנגעהויבן פארלירן מאמענטום, ביזן זיך דערקייקלן אין טיפן אפגרונד פון וועלטס היסטאריע.

צומאל זענען פארבליבן רעשטלעך פון די סעקטעס, פשוט פאר א היסטארישע סטאטוס, צו זען וואס עס האט אמאל באדראעט דאס גאנצן אידישן אויסגעטרעטענעם וועג, און צום סוף האבן די חברה איינגענומען א שטיל שווייגעניש.

ווען מיר רעדן פון סעקטעס, זענען דא געוויסע סעקטעס וואס זענען פארבליבן עד ימינו אלה בגדר כת, למשל די דונמא, וואס באשטייט פון נאכפאלגער'ס פון שבתי צבי, אזוי אויך זענען נאך פארבליבן שומרונים, און קראים, וואס קענען אריינגיין אין דעם גדר, כאטש אויף א קלענערן פארמאט.

אבער צומאל זענען דא אנדערע וואס זענען שוין נישט קיין סעקטע, אפטמאל וויבאלד זיי זענען גרויס געווארן ויצאו מכלל סעקטע, למשל די נוצרים [מינים בלשון חז"ל], און להבדיל די חסידים וואס זענען מלכתחילה אנגערופן געווארן דורך די מתנגדים 'כת החסידים'. און צומאל זענען דא אנדערע וואס זענען שוין נישט קיין סעקטע, ווייל ס'איז שוין גארנישט פארבליבן פון זיי היינט צוטאגס, און אין דעם זענען נכלל די צדוקים, ביתוסים, איסיים, און נאך.

די צדוקים זענען ניטאמאל געווען קיין סעקטע, זיי זענען געווען חלק פונעם פאלק, מיט פארקרומטע דעות. צוויי ברידער האבן געקענט זיין אידעאלאגיש צוטיילט, איינער אלס צדוקי און איינער אלס 'פרושי' [נוהג כדעת חז"ל], אנדערש ווי דער געווענליכער אפטייטש פון א סעקטע וואס זענען געווענליך ארויס פונעם כלל, מרצונם או שלא ברצונם.


אין דעם גליון שיו"ל לכבוד פסח, וועלן מיר ארומרעדן פון די צדוקים, וויבאלד דער סאמער שפיץ פון די פילע מחלוקות צווישן די צדוקים און די חכמים והכלל שנהרו אחריהם, איז געווען בענין קצירת העומר וואס געפאלט אויס מוצאי יו"ט הראשון של חג הפסח [אין ארץ ישראל. אין חו"ל איז עס די צווייטע נאכט פסח].

אין פסוק שטייט: וספרתם לכם ממחרת השבת, מיום הביאכם את עומר התנופה וגו', וואס חז"ל האבן גע'דרשנ'ט אז די לשון 'שבת' גייט ארויף אויפן יו"ט פסח. אבער די צדוקים האבן געהאלטן אז שבת מיינט שבת [ווי מיר וועלן שפעטער מסביר זיין זייער מהלך אין פירוש הכתוב], און עס גייט ארויף אויפן ערשטן מוצאי שבת נאך חג הפסח.

האבן חז"ל מתקן געווען 'להוציא מלבן של צדוקים' [א שטארקע טעזע אין חז"ל, וואס צוליב דעם האבן זיי צומאל משנה געווען מנהגים און דינים, אלס כדי צו ווייזן פאר כלל ישראל אז די צדוקים זענען אויסגעשפיגן מקרב המחנה], אז מ'גייט דווקא מאכן דעם 'קצירת העומר' מיט גאר א גרויסע פאמפע, צו ווייזן אז די זמן דערפון איז ט"ז בניסן. דערציילט אונז די משנה אין מסכת מנחות, אז מ'פלעגט צאמזאמלען אלע אידן פון די שטעטלעך ארום דעם פלאץ פון וואו מ'האט געשניטן די עומר, און ס'איז געווען א גאנצע צערעמאניע ברבים, איבערפרעגנדיג אפאר מאל אויף יעדע זאך וואס מ'האט געטון, כדי משריש צו זיין דעם ענין אז מ'דארף דאס טון דוקא אויף 'מוצאי יו"ט' הראשון של חג, און נישט דער ערשטער 'מוצאי שבת' נאך יו"ט.

דער פראסק האט באזונדער'ס שטארק וויי געטון פאר די צדוקים, וויבאלד צומאל פאלט דאס אויס אויף שב"ק, און טראצדעם האט מען געשניטן די עומר, ווייל עס איז דוחה שבת, אבער לויט די צדוקים איז עס נישט נאר געווען סתם א צערעמאניע, נאר גאר א חילול שבת!


מיר וועלן זיך יעצט ארויסלאזן אויף א רייזע פון איבער צוויי טויזנט יאר צוריק, צו רעדן וועגן די כת הצדוקים ובייתוסים, וואו מיר וועלן אדורכטון זייער גרינדונג, זייערע מחלוקות אין שיטות והלכות מיט חז"ל, פארוואס זיי הייסן 'צדוקים' און די חכמים ותלמידיהם הייסן 'פרושים', וויאזוי מען האט ארויסגענומען די שליטה פון זייערע הענט, וואס איז געווען דער גורם צו זייער אונטערגאנג, אא"וו.
ליינט מיט הנאה:[/justify]

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר