בלאט 1 פון 1

דאס שווערע/געשמאקע לעבן פון אמאל...

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 7:24 pm
דורך דולה ומשקה
ווארעם וואסער
דער שיין פון עלעקטרי האט נאכנישט אריינגעדרונגען אין די פארשטופטע דערפלעך און די רעדער פונעם אויטאמאביל האבן זיך נאכנישט געדרייט איבער זייערע אומאויסגעפלאסטערטער געסלעך פון די אמאליגע קליינע שטעטלעך. אזעלעכע ווילדער איינפאלן זענען אפילו אין די זיסטע חלומות נאכנישט געקומען; די פשוט'ע דארפס-אידן האבן געקענט בלויז האפן אז דאס הינדל ביים שוחט זאל ארויסקומען כשר און די שפאלטנס פון הויז זאלן נישט אריינלאזן קיין גרויזאמע ווינטן. די השגות זענען אלע געוועהן קליינע און די סטאנדארטן נידריגע; נאר אויף אזא אופן איז דאס פרידליכע לעבן אין די שטעטעלעך און דערפלעך אנגעגאנגען מיט די מינימאלסטע באקוועמליכקייטן און פארגרינגערונגס מיטלן.

פריע פארטאגס שעה האט געטראפען די אידינע שטיין ביים אויוון, אריינלייגענדיג האלץ אנצואווארעמען דאס הויז. די דיקע קלעצער האבן זיך נישט אנגעצונדן פון א קליין שוועבעלע; אויף אויפצופלאקערן דעם פייער האט מען געדארפט אויסשפרייטן אויף די העלצער קליינע, דינע שפענדלעך, זעג-אפפאל, וואס כאפן זיך גרינג אן אין פייער, און דאס האט מען אנגעצונדן. כדי די פייער זאל ווייטער גיין צו די קלעצער איידער די שפענדלעך ווערן גענצליך אויסגעברענט האט מען נאכאנאנד געבלאזען מיטן מויל, ביז דער פייער האט זיך פונדאנדערגעשפרייט און איז אנגעקומען צו אלע עקן פונעם הויפן האלץ. אויב די שפענדלעך און די קלעצער זענען געוועהן גענוג טרוקן האט געקענט געלונגען עס זאל אויפנעמען ווייניגער פון צוואנציג מינוט פונעם אנהויב טאג.

ווען דער אויוון איז שוין געוועהן אנגעהיצט האט די פרוי געשטעלט א טשייניק צום קאכן פון אויבן, העכערן פלאם. דאס ווארעם וואסער האט געדארפט זיין גרייט פאר א טיי, און אפצואוואשן די קינדער'ס פנימ'לעך ווען זיי וועלן אויפשטיין.

וואסער פון ברונעם
א פארטאגס קעלט האט נאך געהערשט אינדרויסן ווען די פרוי איז ארויס צום ברונעם, די אויפגייענדע זון באלייכטנדיג איר וועג מיט א בלאסער פרימארגן שיין. א דריי אויפן קריצנדיגן הענטל, און דער אמפער האט זיך אראפגעלאזט אינעם טיפן לאך, דער קלאנג פון מעטאל אפהילכנדיג ווייט אינעם פארשלאפענעם דארף.

דאס וואסער האט געדארפט קלעקן אויפן גאנצן טאג צום טרינקען און קאכן; אויף נעגל וואסער, נטילת ידים, וואשן דאס געשיר און וועש האט מען זיך באנוצט מיטן נאנטן טייך.

ארייכאפנדיג די פאר מינוט וואס די קינדער זענען נאך געשלאפען האט די פרוי געמאלקן די קו, לאזענדיג דאס פרישע, ווייסע מילך אריינרינען אין א בלעכענע קאנע. דער ווארעמער געטראנק איז נאכנישט גרייט געוועהן צו טרינקען; צוערשט האט מען עס געדארפט אויפקאכן, צו באפרייען פון באצילן.

ווי נאר די קינדערלעך האבן אנגעהויבן זי דערוועקן איינער נאכן אנדערן האט די מאמע זיי גענומען ביי דער האנט, און ארויסגעפירט אין הויף צום בית הכסא. דאס האלצערנע שטיבל, ענדליך צו א קאמער, האט פארמאגט נישט מער ווי א טיפער לאך אין דער ערד, און מען האט דעראיבער נישט געקענט לאזן דאס קליינווארג אריינגיין אן א באגלייטער.

מיטן פריש אנגעשעפטן וואסער האט מען אפגעוואשן די קליינע הענטעלעך און פנימ'ער, און די קינדער זענען אריין אין הויז עסן.

אויף פרישטיג האט די מאמע אפגעשניטן א פאר רעפטלעך פונעם גרויסן מלייענעם ברויט וואס מען האט דעם פארגאנגענעם פרייטאג אפגעבאקן, און באשמירט מיט לעקוואר אדער פוטער. צומאל האט די מאמע געשטעלט די רעפטלעך אויפן פייער, און מהנה געוועהן די קינדער מיט פרישע פעניץ. צום ברויט האבן די קינדער צוגעגעסן אביסל גרינצייג, אמאל אן אפגעקאכטע איי, און צו אלעם האט מען צוגעטרונקען א גלעזל פון דער אויפגעקאכטער מילך.

המשך יבא