א וויינגארטן אין יבנה, פה סח II

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1354 מאל

א וויינגארטן אין יבנה, פה סח II

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

די המשכה פון אידישקייט א דאנק די תורה-פעסטונג פון רבן יוחנן בן זכאי
יאסל ראקאווער


רבי יוחנן און זיין געוואגטע קאפיטולאציע
נאכדעם וואס רבי יוחנן בן זכאי האט זיך ארויסגעכאפט פון צווישן די רעבעלן פארשטעלט ווי א מת אין אן ארון, האט ער געמאכט זיין וועג צום רוימישער גענעראל אספסיאנוס. רבי יוחנן איז קיין נאר נישט געווען, אבער ער האט נישט ארויסגעהאט וואס עס האט געמיינט פאר אספסיאנוס אז ער, רבי יוחנן, האט זיך אונטערגעגעבן, און נאך דערצו אונטער אזעלכע פארצווייפלטע אומשטענדן – באהאלטן אין א טלית און געפירט ווי א מת מיט א גאנצער לויה.
זיי, די רוימישער מלוכה-לייט, האבן טאקע געוואלט מער ווי אלעם ברענגען א סוף צו די אויפשטענדלער, אבער ס'איז זיי פונקט אזוי וויכטיג געווען צו מאכן שלום מיט די אידן און אהיימצוקומען פון דער מלחמה מיט א שטיקל אפמאך, אפילו אויב ס'זאל נאר זיין א פארעווע שלום.
ארץ ישראל, פונקט ווי היינט, איז געווען א סטראטעגישע פונקט אין מיטל-מזרח. די רוימער האבן זיך ארומגעאמפערט אויף אלע זייטן מיט די שכנים אין דעם ראיאן. די פארטישער אימפעריע מיט די פארשידענע שבטים פון אראביע, ארמעניע און מעסאפאטאמיע. ווידער די אידן זענען געווען צעזייט און צעשפרייט איבער דער גאנצער רוימישער מלוכה. לאנגע רייסענישן מיט די אידן האט געקענט ברענגען ערנסטע קאנסעקווענצן פאר די רוימער. קיינער האט נישט געקענט פאראויסשאצן אזא ריזיקע. די אידישע רעבעלן האבן טאקע זיך פארלאזט אויף אט דעם חשבון. "די גאנצע רוימישער מיטל-מזרח אימפעריע," שרייבט יוסיפון, "ליגט אין באלאנץ."
א שטייגער ווי דער היינטיגער אמעריקע וואס זוכט אלץ אז אראבער זאלן זיך געפונען אין זייער קאאליציע, איז פאר רוים געווען קריטיש וויכטיג אהיימצוגיין פון יהודה ושומרון מיט א פארשטענדעניש, און איבערלאזן די אונטערטעניגטע אידן מיט א געפיל פון געטריישאפט.
אזא דאפלטע אגענדע איז נישט גרינג געווען פאר אספסיאנוס. קומט דא רבי יוחנן און דעליווערט עס אויף א גאלדענעם טאץ! א קלייניגקייט, דא קען ער זיך טרעפן מיט דעם אלטן צדיק און ארויסווייזן אן ערנסטן רעספעקט פאר די רעליגיעזע אידן; אין דער צייט וואס ער האקט שטיקער פון די ווילדע רעבעלן. די צוויי-זייטיגע אגענדע ערקלערט טיטוס'נס חשבון מיט'ן לאזן אנגיין מיט די קרבנות אין דעם בית המקדש, און זיין דאגה צו פארזיכערן אז דער בית המקדש בלייבט שטיין ווען ירושלים וועט פאלן צו זיינע הענט (יוסיפון).
דאס איז געווען ממש א גאלדענע געלעגנהייט צו האבן די אפענע שטיצע פון אזא ברייט-באקאנטן פירער ווי רבי יוחנן בן זכאי! ווי פאראכטעט רבי יוחנן איז געווען ביי אספסיאנוס האט ער זיך נישט געקענט ערלויבן ארויסצולאזן פון דער האנט אזא פיש. קיין נאר איז אספסיאנוס אויך נישט געווען, ער האט געמוזט וויסן גענוג וועגן דעם הלוך-ילך ביי די אידן. ער האט גוט ארויסגעהאט דעם חילוק צווישן אגריפס מיט זיין פארטעמפטער רוימישער געטריישאפט, צו דעם אפארטוניסטישן יוסיפון און אידעאליסטישן רבי יוחנן; ער האט גאנץ גוט געכאפט אז צווישן די דריי אידישע פירער האט רבי יוחנן די שטערקסטע און מערסט-פארשפרייטע השפעה.
מיט זיין תמימות, נישט וויסנדיג די וויכטיגע ראלע וואס ער שפילט אריין אין די הענט פון די רוימער, האט רבי יוחנן זיך נישט געוואגט צו בעטן צו סך פון דעם מאכטפולן רוימישער קאמאנדיר וואס האט געהאלטן אינמיטן באזיגן די אידן. ווען רבי יוחנן האט אים געענטפערט וואס ער וויל איז אספסיאנוס ווארשיינליך געווען שאקירט. דער אלטער רב האט זיך איינגעשטעלט דאס לעבן און איז אריבער די גאנצע דראמע מיט זיינע תלמידים, פארוואס? זיך איינצובעטן רשות אויף צו שטעלן א ישיבה, א בית מדרש גבוה! און אספסיאנוס האט אוודאי נישט געהאט קיין פראבלעם נאכצוגעבן די קלייניגקייט אויפ'ן פלאץ...

יבנה: א סטראטעגישער תורה-ישוב
רבי יוחנן האט זיך מיישב געווען מייסד צו זיין די ישיבה אין יבנה. א שטאט אויף דעם מיטללענדישן ים-ברעג וואס אספסיאנוס האט שוין אין דער צייט אנגעהויבן באזעצן מיט דעזערטירער פון די אידישע ראנגען. קיינמאל פארדעם האט רבי יוחנן זיך נישט באוויזן אלס אזא דורכגעטראכטער שטאטסמאן ווי ווען ער האט געמאכט דעם אויסוואל צו מייסד זיין די ישיבה דווקא אין יבנה.
די שטאט איז באשטאנען פון צוויי חלקים: א פארט און א אינלאנדישן באוואוינטן געגנט. די שטאט איז געווען א וויכטיגער קאמערציאלער צענטער. אבער וויכטיגער נאך, איז עס געווען דער רייכסטער געגנט פון יהודה ושומרון – דער דיסטריקט וואו אסאך פליטים פון ירושלים זענען אנטלאפן ווען זייער שטאט איז חרוב געווארן. זיי האבן נישט געקענט ערווארטן צו סך הילף פון די פארמער אויף די בערג וואס האבן קוים געהאט גענוג צו עקזיסטירן אליין. א חלק פון די אידן זענען טאקע אנטלאפן צו פרעמדע לענדער, א שטייגער ווי מצרים אדער בבל און צו די גליל-בערג, אבער רוב פון זיי וועלן שפעטער זוכן עפעס נענטער צו דערהיים ביים ברעג.
נישט ווייט פון יבנה איז געווען די שטאט לוד, וואו פילע וועלן טרעפן דזשאבס און ארבעט-געבער; נאכדעם זענען געווען די נאנטע דערפער און שטעטלעך ווי גמזו, בני ברק און אמאוס וואו די פליטים האבן געקענט טרעפן א דאך איבער'ן קאפ. פאר רבי יוחנן איז געווען קלאר ווי דער טאג אז דער דיסטריקט גייט אט זיין א ריזיגער אידישקייט-צענטער אין יהודה ושומרון.

א תורה-פעסטונג אין וויינגארטן
אין דעם ווארעמען שיינעם געגנט ביים ברעג פון ים האט מען נישט געדארפט בויען א בנין צו גרינדן די ישיבה – רבי יוחנן האט אדער געקויפט אדער פארשאפט א וויינגארטן אלס א פלאץ זיך צו טרעפן. די וויינגארטן וואס איז באקאנט געווארן ווי "כרם ביבנה". צוויי יאר שפעטער ווען ירושלים איז געפאלן צו די באלאגערער, איז די ישיבה אין יבנה געווען גרייט אריינצונעמען די פליטים – תלמידים, מלמדים און מגידי שיעור. רבי יוחננ'ס פארבינדונגען מיט די רוימישער גענעראלן האט פארזיכערט אז זיין ישיבה איז געווען א זיכערער פלאץ; ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט א פלאן און פלאץ מיט וואס מ'האט געקענט גיין צום טיש. נישט נאר דאס, צייט האט געברענגט בארעכטיגונג פאר זיינע שיטות און אים ארויסגעשטעלט אלס דער צדיק און קדוש. און דעם לעצטן יאר פון דער באלאגערונג איז רבי שמעון בן גמליאל געשטארבן. מיט זיין פטירה זענען אסאך תלמידי בית שמאי פארשוואונדן געווארן פון דער סצענע. טייל פון זיי זענען האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם בית הלל און אנהענגער פון דעם אלטן רבי יוחנן בן זכאי, דער נייער גדול הדור.
רבי יוחנן איז יעצט געווארן גרייט פאר א מער געוואגטע שריט. ער האט דעקלערט די פארזאמלונג פון זיין ישיבה אין "כרם ביבנה" אלס דער נייער אמת'דיגער סנהדרין פון גאנץ ארץ ישראל, די ריכטיגע אויטאריטעט וואס האט פאר הונדערטער יארן זיך געטראפן אלס די "סנהדרין" אין דער "לשכת הגזית". פאסיג פאר זיין כאראקטאר, האט רבי יוחנן געמאכט די גאר וויכטיגע מעלדונג נישט דורכפירנדיג א פארמאלן געזעץ אדער גזירה, נאר אלס א פסק אין צוזאמענהאנג מיט א פראקטישער הלכה-שאלה. די געלעגנהייט איז געווען ראש השנה שחל בשבת, און די שאלה איז געווען צי מ'זאל בלאזן שופר.
רבי יוחנן האט שוין לאנג געווארט אויף א געלעגנהייט אוועקצושטעלען די אויטאריטעט און פרעסטיזש פון זיין כרם ביבנה אויף עפעס א דראמאטישן אופן, אז ס'זאל אפקלינגען איבעראל. ווען ראש השנה איז געפאלן אום שבת, האט זיך רבי יוחנן צוגעכאפט דערצו. אויב וועט ער בלאזן שופר דעם ראש השנה ביים דאווענען אזויווי אין ירושלים, וועט עס זיין א פארמאלע דעקלעראציע אז יבנה, זיין מקום תורה, האט איבערגענומען ירושלים אלס דער גרעסטער תורה-צענטער אין דער אידישער וועלט. ער האט געמאכט אלע הכנות דערפאר, אן קיינע פלפולים צווישן די ישיבה-ווענט, און מ'האט זיך געשטעלט דאווענען גרייט צו בלאזן שופר פונקט ווי אין ירושלים. פארשטייט זיך אז די נעבעכדיגע בני בתירה, פארטריבענע כהנים, האבן אנגעהויבן פארפירן אז מ'זאל דן זיין די הלכה. אבער רבי יוחנן לאזט נישט זיך טענה'ן - נתקע ואחר כך נדון, מ'וועט בלאזן און דעבאטירן שפעטער. ווען די בני בתירה האבן געוואלט דן זיין דערויף שפעטער האט זיי רבי יוחנן שיינערהייט באזייטיגט, "יעצט איז צו שפעט" - כבר נשמעה קרן ביבנה ואין משיבין לאחר מעשה.
טאקע א כיטרער שטיקל, אבער ס'איז באמת נישט געווען קיין צייט פאר הלכה-פלפולים. די צוקונפט פון אידישקייט הענגט אויף א האר, און מ'דארף פארזיכערן אז די חכמים בלייבן מיט זייער אויטאריטעט. קיין בעסערע דעמאנסטראציע פאר דער אנערקענונג פון יבנה ווי דער נייער תורה-צענטער איז נישטא. יבנה טוט וואס מ'האט געטון אין בית המקדש ביי די סנהדרין. צום סוף האבן נישט די חכמה'לעך פון רבי יוחנן אוועקגעשטעלט די יסודי הדת, נאר רבי יוחננ'ס געוואלדיגע ברייט-פארשפרייטע גייסטיגע מאכט.
די וויינגארטן אין יבנה, כרם ביבנה, וואו די חכמים פלעגן זיך טרעפן, איז געווארן אזוי וויכטיג און בארימט ווי די סנהדרין אין לשכת הגזיז. כאטש ס'איז נישט געווען באשערט פאר די חכמים זיך צו טרעפען און לערנען אין יבנה פאר לענגער ווי זעכציג יאר, בשעת אנדערע תורה-צענטערן און ישיבות זענען אנגעגאנגען פאר הונדערטער יארן, איז עס אבער יבנה וואס טראגט א פאראייביגטע פלאץ אין אידישער היסטאריע וואס קיין אנדערער מקום תורה קען זיך נישט פארגלייכן. ווייל ס'איז דארט, אין דעם דירעקטן קריזיס, וואו אידישקייט איז געראטעוועט געווארן און אוועקגעשטעלט געווארן אויף דעם פארמאט וואס ס'איז היינט.
כאטש רבי יוחנן בן זכאי האט אפגעזאגט פון זיך רופן נשיא, און נאר געוואלט דעם טיטל "אב בית דין", האט ער אבער פאקטיש איבערגענומען די פאזיציע פון רבן גמליאל – דעם מיטל אן דעם טיטל. אבער פונקט ווי רבן גמליאל, האט ער אויך געהאט דעם טיטל "רבן".
רבי יוחנן האט געפירט די אידן דורך דער שווערער צייט פון איבערבויען אידישקייט אין א דראמאטישן איבערגאנג.ער האט פארהאנדלט מיט רוים, און אנגעהאלטן דעם אחדות פון דעם צעזייעטן און צעשפרייטן עם ישראל. אונטער זיין הנהגה, ווי אין דער צייט פון אגריפס און די מכבים, איז מחלוקת צווישן אידן ווי פארשוואונדן. נאר אנדערש ווי אין יענע צייטן, איז עס ליידער נישט געווען מתוך שפע וברכה, נאר א פאראייניגונג געברענגט דורך צרות יגון ואנחה.

חזקיהו המלך איז מחזק א שטערבליכן רבי יוחנן
פאקטיש איז עס די משמעות פון חז"ל אז רבי יוחנן איז געווען אומצופרידן פון זיינע דערגרייכונגען. אזויווי אנדערע שעפערישע אינטעלעקטואלע פערזענליכקייטן, האט ער נישט געהאלטן זיינע פראקטישע מעשים פאר א סוקסעס. ער האט נישט איינגעזען די גרויסקייט און ווייטגרייכנדן עפעקט פון דער ישיבה וואס ער האט אויפגעשטעלט, זיך ווייט נישט פארשטעלנדיג ווי זיין ישיבה און אינסטיטוציע וועט בלייבן פאראייביגט אין גרויסקייט, אין געוויסע אספעקטן אפילו מער ווי דעם בית המקדש אליין. ווען א תלמיד זיינעם האט אים געפרעגט וויאזוי כלל ישראל קען באקומען מחילה סליחה וכפרה יעצט אז זיי האבן פארלוירן דעם בית המקדש, איז דער ענטפער מער נישט געווען "תורה, תורה"; אמר לו, "יש לנו כפרה אחת שהיא כמותה, ואיזה? זה גמילות חסדים," ווי עס שטייט אין פסוק, "כי חסד חפצתי ולא זבח." די לימודים פון כרם ביבנה האבן אוועקגעשטעלט די נייע אידישקייט פון נאכ'ן חורבן בית המקדש.
ווען רבי יוחנן איז אלט געווארן ניינציג יאר, האט ער זיך דערזען אין א פאזיציע וואס אט אט וועט ער דארפן געבן דין וחשבון פאר'ן באשעפער פאר זיינע יארן. האט ער פארפילט זיין מיסיע אויף דער וועלט? איינמאל און נאכאמאל האט ער זיך געוואונדערט צו זיך צי ער האט געטון גענוג אפצושטעלן די רעבעלן, אדער צי מער פלייסיגע און דרינגנדע פארהאנדלונגען מיט אספסיאנוס דורכאויס דער מלחמה וואלט נישט אפשר געראטעוועט דעם לאנד מיט דעם בית המקדש. מיט ביטערע שולד-געפילן האט ער געטראכט פון דעם מערקווירדיגן דיפערענץ ביי חזקיהו המלך און ישעיה הנביא, אין וועמענס צייט ירושלים איז געראטעוועט געווארן פון מלך אשור און זיין ארמיי. 'פארוואס האב איך מיט מיינע חברים, די אנדערע גדולי ישראל, נישט זוכה געווען צו טאן דאס זעלבע פאר כלל ישראל און זיי ראטעווען פון די רוימער?' האט רבן יוחנן בן זכאי געטראכט. 'בין איך ווייניגער ערליך פון חזקיהו? האב איך אפשר געדאוונט מיט ווייניגער כוונה? בין איך נישט אזוי קלוג ווי זיי אדער האט איך פשוט נישט פארארבעט אזוינע פיבערהאפטיגע מעשים?'
ווען רבי יוחנן האט שוין געהאלטען ביים גיין פון דער וועלט, זענען די פיינפולע מחשבות ארויף אין קאפ, און טרערן האבן אנגעפאנגען רינען פון זיינע פארשלאפטע אויגן. זיינע תלמידים האבן דאס געזען האבן זיי אויסגעשריגן, "נר ישראל עמוד הימיני פטיש החזק, מפני מה אתה בוכה?" האט רבי יוחנן געענטפערט מיט צעבראכנקייט: "וויי צו מיר, אילו לפני מלך בשר ודם היו מוליכין אותי שהיום כאן ומחר בקבר, שאם כועס עלי אין כעסו כעס עולם ואם אוסרני אין איסורו איסור עולם ואם ממיתני אין מיתתו מיתת עולם, ואני יכול לפייסו בדברים ולשחדו בממון, אעפ"כ הייתי בוכה, ועכשיו שמוליכים אותי לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה, שהוא חי וקיים לעולם ולעולמי עולמים, שאם כועס עלי כעסו כעס עולם ואם אוסרני איסורו איסור עולם ואם ממיתני מיתתו מיתת עולם, ואיני יכול לפייסו בדברים ולא לשחדו בממון, ולא עוד אלא שיש לפני שני דרכים אחת של גן עדן ואחת של גיהנם, ואיני יודע באיזו מוליכים אותי, ולא אבכה?"
אבער פלוצלינג איז א הערליכער גלאנץ ארויף אויף זיין פנים. די טרערן האבן זיך אויפגעהערט און ער האט זיך שיין צעשמייכלט. אלעס איז גוט, זיין ארבייט אויף דער וועלט איז יא באוויליגט. פארנט פון רבי יוחנן איז געשטאנען מיט זיין גאנצער מאיעסטעטישקייט דער גרויסער קעניג חזקיהו המלך אליין! דער מענטש נאך וועמען רבי יוחנן האט יארן לאנג אזוי געלעכצט מיט קנאה, 'הלוואי וואלט איך געהאט דעם זכות צו זיין ווי חזקיהו המלך!' פאר רבי יוחנן האט נישט געקענט זיין קיין גרעסערע באווייז אז זיינע מעשים זענען באוויליגט. 'וואספארא באשטעטיגונג!' האט רבי יוחנן געטראכט מיט שמחה. די מענטשן וואס זענען געשטאנען ארום אים האבן מסתם געמיינט אז זיינע מחשבות וואנדערן אוועק, אבער זיי זענען נישט געווען גערעכט. זיין מוח איז געווען אזוי קלאר ווי דער טאג. ער האט רואיגערהייט זיך צוגעגרייט צו זיין סוף. "בשעת פטירתו אמר להם פנו כלים מפני הטומאה," און דאן מיט דעם זעלבן קלארן טאן האט ער געזאגט: "והכינו כסא לחזקיהו מלך יהודה שבא."
א קורצע צייט שפעטער איז רבי עקיבא אנגעקומען צו דעם כרם ביבנה זוכנדיג צו לערנען תורה פון די גרויסע חכמים אין דער ישיבה... און אידישקייט האט זיך ווייטער געצויגן דורך דער תורה-פעסטונג וואס רבן יוחנן בן זכאי האט אויפגעשטעלט.
*

רבי עקיבא: א פרישער גדול וואקסט אין וויינגארטן
ווען רבי עקיבא איז אנגעקומען קיין יבנה, איז דאס בענקל פון רבי יוחנן נאך געווען ליידיג. פונדעסטוועגן איז די ישיבה אנגעגאנגען מיט א שטארקייט אן קיין איבערייס אין אירע אקטיוועטעטן אדער א פארמינערונג און דער ישיבה'ס ברייטבאקאנטן געשעצטן נאמען. פארקערט, די פאזיציע פון דער ישיבה שטייט יעצט, אין א וועג, העכער ווי סיי וועלכן בית-דין ביז דאן אדער בדורות הבאים. סוף כל סוף איז דער סנהדרינ'ס השפעה בזמן הבית געשטאנען אין שאטן פון דעם איינפלוס און ווירטשאפט פון דעם בית המקדש און די כהנים. דער חורבן בית המקדש מיט אלע אירע איבערבלייבענישן פון א סיסטעם מיט כהנים, א פירערשאפט וואס גייט בירושה, האט ערמעגליכט די געלערנטע און תלמידי חכמים. לערנען און שטייגן האט בנוסף צו קרן קימת לעולם הבא, יעצט אויך געמיינט אוכל פירותיהם בעולם הזה מער ווי קיינמאל פריער; תורה האט געברענגט איינפלוס, השפעה און כבוד. די חכמים אין יבנה האבן זיך דערזען מיט א געפאר, הלמאי די יונגע קומען טאקע אין די מאסן אבער נישט לשמה. האבן זיי גע'דרש'נט: לאהבה את ה' אלקיכם. שמא תאמר, הרי למדתי תורה בשביל שאהיה עשיר, ובשביל שאקרא רבי, ובשביל שאקבל שכר? ת"ל "לאהבה את ה' אלקיכם". כל מה שאתם עושים - לא תעשו אלא מאהבה.
קען זיין אז די ווארענונג איז געווען נוגע פאר די יונגע תלמידים, אבער ס'האט אינגאנצן נישט אויסגעפעלט פאר די ראשי ישיבה און די רבי'ס. מ'טרעפט אין ערגעץ נישט אזא מסירת נפש פאר אהבת השם און די תורה ווי צווישן די חכמים פון כרם ביבנה. נישט קיין עולם הזה און נישט קיין עולם הבא קען זיי ריקן פון דעם אויסגעטראטענעם וועג וואס זיי האבן אויף זיך גענומען: לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא מיט זייער גאנצן לייב און לעבן. און א געוויסן זין האט יבנה צוזאמענגעברענגט א גרופע פון רעספעקטירטע און בריליאנטע לומדים, אזעלכע וואס אידן האבן נאך דעמאלט נישט און וועלן מער נישט זען. די גרופע פון לומדים האבן זיך פארמירט צו א געזעץ-געבנדיגן סענאט ווייט איבערשטייגנדיג מיט זיין ערליכקייט די מעכטיגע רוימישער לעגיסלאטור. אידישקייט, וואס שמעון הצדיק האט איבערגעמאכט פון אן אריסטאקראטישן סיסטעם צו סיסטעמאטישן געזעץ האט זיך פארמירט אין יבנה צו א רעגירונג געפירט דורך די גדולים. דער יבנה אידישקייט-סיסטעם וועט אנהאלטן פאר טויזענטער יאר.
ס'איז געווען גרינג פאר סיי וועמען אריינצוגיין אין דעם וויינגארטן וואו די חכמים זענען געזעסן און זיך מפלפל געווען אין לערנען. ס'נישטא קיין שומר ביים טיר; די שיעורים ווערן געגעבן עפנטליך; מ'איז זיך מפלפל אפן. מאכט זיך ביי איינצעלע געלעגנהייטן ווען גאר וויכטיגע שאלות קומען אפיר אז די חכמים פון דער ישיבה קומען זיך צוזאם אין א פאלאץ פון איינער פון די רייכע אנשי הקהלה וואו זיי האבן אביסל פריוואטקייט און דער ציבור דרייט זיך נישט אונטער די פיס. אבער דאס איז ממש געציילטע מאל; געווענליך זיצן די עלטערע חכמים מיט די עמך אידן און צורבי דרבנן מיט צוטרוי. חלוקי דיעות ווערט געמאלדן און איינגע'חזר'ט; פארשידנארטיגע סברות ווערן געזאגט, איבערגעשמועסט און אויסגע'טענה'ט. דער טאן פון די דיסקוסיעס זענען שיין שטיל און רואיג. די מגידי שיעור און מורה הוראה רעדן בניחותה, און געווענליך איז טאקע דא איינער וואס איז געשטעלט איבערצוזאגן די תורה הויך פאר'ן גאנצן עולם, אז יעדער זאל קענען הערן. מאכט זיך אבער אמאל וואס די חכמים פארגעסן זיך, די דעבאטע ווערט צעקאכט, ס'גייט קולות, און ווערט אפילו פערזענליך. ספעציעל געשעט עס ווען רייכע תלמידים, צוגעוואוינט צו גראדע פאלגזאמקייט אינדערהיים, טרעפן זיך אינדערמיט צו באשיצן זייערע שיטות קעגן די מער אייגעהאלטענע און דרך ארצ'דיגע ארימע פראסטע תלמידים.

אין ישיבה מיט די לייבן פון דור
מ'קען זיך פארשטעלן די געוואלדיגע התרוממת הנפש און הארץ-קלאפענדיגער פחד מיט וואס רבי עקיבא האט זיך דאס ערשטע מאל דערנענטערט צו דעם צוים וואס הינטער אים איז געזעסן די ישיבה. א וועג פון א פאר שעה אוועק זיצן נאך זיינע חברים, פאסטוכער, און היטן זייערע סטאדעס מיט שעפעלעך. און אט אט גייט ער זיי איבערלאזן פאר אייביג און אריינטרעטן אין א נייעם אומבאקאנטן לעבן; א לעבן וואס קוים עטליכע יאר צוריק האט ער ביטער פיינט געהאט.
מ'קען זיך פארשטעלן די ענווה און צעטומלניש וואס עס האט אים ארומגענומען ווען ער איז אריינגעטראטן אין דער ישיבה און זיך אומגעקוקט אויף דער וואונדערליכער סצענע וואס האט זיך אנטפלעקט פאר אים. מיט זייער רוקן צו אים זיצן שורות און שורות פון תלמידי הישיבה, על פי רוב אסאך יונגער פון אים, און הערן זיך צו מיט ערנסטקייט צו יעדן פלפול און יעדער מסקנה, פרובירנדיג צו געדענקן יעדעס ווארט. מער פארנט, אין א ברייטער חצי לבנה מיט'ן פנים צום עולם און צו אים אליין, זיצן די עלטערע חכמים, די מנהיגי ישראל מיט דעם שליסל צו די ווערטער פון השם יתברך. ער דערקענט נישט קיין פנימ'ער, די חכמים זעען אים אלע אויס ווי איין גרויסן ציבור. וואס ער זעט איז נאר א סעריע פון אינטעליגענטע פנימ'ער; טייל מגולחים און א טייל מיט בערד, מער גרויע און אויך שווארצע. איבער די שטערן העכער יעדענ'ס קאפ זיצט א גרויסן שווארצן קעסטל וואס גלאנצט און שפיגלט די ברענעדיגע שטראלן פון דער שטארקער טראפישער זון פון יבנה און גיט אלע ישיבה-לייט א מלאכישע צורה. די חכמים זיצן אנגעטון ארומגענומען אין זייערע ספעציעלע קליידער, די רבנישע "גולתא", א ברייטע געשטרייפטע וואלענע ארבע כנפות טלית וואס הענגט איבער זייערע אקסלען און אראפ ביז די פיס מיט בלויע חלזון-ציצית צעשטרויבלט אויף אלע פיר זייטן.
ווען רבי עקיבא איז געשטאנען און געקוקט אויף די מענטשן מיט וואונדער און רעספעקט האבן זיי געמוזט אויסזען ווייניגער ווי בשר ודמ'ס און מער ווי מלאכים, הייליגע אנשי מעלה – א שטיק תורה. אבער נאכ'ן זיך אומקוקן א מינוט האט ער געקענט זען דעם גרויסן קאנטראסט און די חילוקים אינערהאלב דער קליינער וועלט פון די בני הישיבה.
עס זיצן דא פאר אים אלע סארטן: רייכע פארמער און פארהונגערטע פאכלייט, אידן מיט אמביציע פאר קאריערעס, און פרושים, פארברענטע פאטריאטן און אינטערנאציאנאלע דעמאקראטן, מגושמ'דיגע פויערן און בעסערע שטאטסלייט. צווישן זיי זיצט:
רבי טרפון, א גביר, א פרייליכע הומאניטארישע פיגור, א הייליגער כהן וואס האט אמאל מקדש געווען ג' מאות נשים להאכילן בתרומה, שהיו שני בצורת;
שמואל הקטן שראוי שתשרה עליו שכינה אלא שאין דורו זכאי לכך, ער האט געקענט זיין א נביא;
רבי יוסף הכהן מיט עקסטרעמער פרומקייט (ברוך השם אז זיינע חברים האבן מנצח געווען) שמתה לו אשתו בערב הפסח ולא רצה ליטמא (ער וועט נישט קענען ברענגען קיין קרבן פסח בטומאה) ונמנו אחיו הכהנים וטימאוהו בעל כרחו;
רבי צדוק דער רייכער פרוש וואס יתיב ארבעין שנין בתעניתא דלא ליחרב ירושלים, און כאטש ער איז פון בית שמאי פירט ער זיך נאך מיט די חומרי בית הלל;
נחום איש גם-זו, ארעם ווי דער נאכט און פרייליך ווי א ברעסלאווער אין די שווערסטע אומשטענדן;
פפוס בן יהודה, אן אינטערעסאנטע קאמישע וועלטליכע פערזענליכקייט און אן איש פשוט אין דער זעלבער צייט. אין זיינע אנטראפאמארפיזישע געדאנקען האט רבי עקיבא משמץ געווען "אמר לו ר' עקיבא: דייך פפוס!" ווייטער דער זעלבער פפוס האט זיך אויסגע'טענה'ט מיט רבי עקיבא ווען די רוימער האבן פארבאטן צו לערנען תורה, פעם אחת גזרה מלכות הרשעה שלא יעסקו ישראל בתורה, בא פפוס בן יהודה ומצאו לרבי עקיבא שהיה מקהיל קהלות ברבים ועוסק בתורה, אמר ליה עקיבא אי אתה מתירא מפני מלכות;
יהודה בן בבא, א קראנקער נעבעך, אפשר מיט טובערקולאסיס, און ער איז געווען א גרויסער צדיק. אמרו על רבי יהודה בן בבא שהיו כל מעשיו לשם שמים אלא שגידל בהמה דקה וכך היה מעשה. פעם אחת חלה ונכנסו הרופאים אצלו לבקרו אמרו לו אין לך רפואה אלא חלב רותח. שהיה גונח. מה עשה לקח עז וקשרה לכרעי מיטתו והיה יונק ממנה חלב רותח. בשעה שהיה גונח. וכשביקשו חכמים להיכנס אצלו אמרו היאך אנו יכולין להיכנס והליסטים עמו בבית. ובשעת מיתתו אמר אין בידי עון אלא זה שעברתי על דברי חביריי. וכשמת דיקדקו חכמים על כל מעשיו ולא מצאו בידו אלא עון אותה העז בלבד.

עס זענען געווען דארט נאך תלמידים, ווייניגער באקאנט אבער גארנישט קלענער ווי די אנדערע, אזוינע ווי חוצפית המתורגמן און ישבב הסופר. ס'איז שייך אז אין דער ישיבה זענען געזעסן עטליכע פון די רבנים פון גליל, ווי חנינא בן תרדיון און חלפתא, דער טאטע פון דעם מער באקאנטן יוסי בן חלפתא, וואס אפילו ער האט געוואוינט ווייט אוועק, איז ער גאנץ זיכער געקומען צו פארן מיטצוהאלטן די מער וויכטיגע זיצונגען אין דער ישיבה.
נאך אומבאקאנט אין יענער צייט, אבער צווישן זיי אלע האט מען געקענט אויפזוכן גמליאל, דער זון פון דעם שפעטערדיגן שמעון בן גמליאל, וועמען די חכמים אין יבנה האבן געוואלט אויפנעמען אלס נשיא, און זיין שוואגער שמעון בן נתנאל דער עם-הארץ, וואס האט ענדליך מסכים געווען צו גיין לערנען אין די יבנה-וויינגארטן אלס רעספעקט פאר זיין משפחה. צוויי יונגע תנאים וואס וועלן שפעטער שפילן א גרויסע ראלע אין רבי עקיבא'ס לעבן זענען נאך יעצט געווען צווישן די יונגע תלמידים: אלעזר בן עזריה, דער בא'חנ'טער אויסגעשלייפטער אריסטאקראט וואס האט געצויגן זיין יחוס צו עזרא הסופר, און אלישע בן אבויה, א שטארקער תלמיד חכם וואס וועט שפעטער ווערן אן אפיקורס און א פאררעטער.
אין דער צענטער פון דער הערליכער גרופע זענען געזעסן די צוויי מענטשן וואס האבן געהאלפן רבי יוחנן בן זכאי אויפשטעלן די ישיבה: אליעזר בן הורקנס און יהושע בן חנניה. גארנישט קען נישט מער דראמאטיש אילוסטרירן די אינטערעסאנטע צוזאמשטעל פון די סנהדרין ביי די פרושים ווי דער פארגלייך און קאנטראסט פון די צוויי פירער. זיי זענען געווען גלייך אין זייער בקיאות און ערליכקייט, אבער גאר אנדערש אין גשמיות און אין רחניות אויף טריט און שריט. אליעזר דער עושה מעשה נערות, אן אויסגעפיצטער רייכער בעל קרקעות וואס איז אויפגעצויגן געווארן אלס עם-הארץ און איז אנטלאפן פון זיין טאטנ'ס הויז צו גיין לערנען תורה און איז אויסגעשטיגן צו אזא תלמיד חכם אז רבי יוחנן האט אים צוגעגליכן צו א בור סיד שאינו מאבד טיפה; צו יהושע בן חנניה, וועלכער איז נישט קיין שיינער פנים אדער געשטעל, אבער וויציג און שפיציג און זינגט הערליך. ער פלעגט זינגען אין בית המקדש, און נאכ'ן חורבן איז ער געווארן א נאדל-מאכער, ארעם ווי דער גלות, געוואוינט אין א כאטקע פון אש און ליים, געלערנט און געלערנט און זיך דערלערנט נישט נאר כל חכמת התורה נאר אויך מאטעמאטיק און אסטראנאמיע.

שיכטן ביים פאלק, און ביי די גדולי ישראל
די לעצטע געשעענישן ביי כלל ישראל האט צוזאם געברעגט די פארשידענע נטיות און תכונת הנפש און כל ערליי מצב רוח. ס'הערשט טאקע אן אחדות, אבער אין דער זעלבער צייט דארף ווייטער אנגיין די פארשידנארטיגקייט צווישן די פשוט'ע-ארעמע און די רייכע וואס איז געווען שארף אנגעצייכנט אין ירושלים פאר'ן חורבן. ביים ליינען קריאת שמע של ערבית, האבן אליעזר בן עזריה און רבי טרפון זיך אנגעלענט, אבער זייערע חברים נישט. אליעזר בן הורקנס האט זיך גע'עקשנ'ט ביי א ברית מילה שחל בשבת אנצוגרייטן די כלים אום שבת; יהושע בן חנניה האט געהאלטן אז מ'דארף עס אנגרייטן ערב שבת. רבי גמליאל שיקט נישט זיינע קליידער צו א גוי'שן רייניגער פון מיטוואך פאר שבת, אלס א חשש אז דער גוי וועט רייניגן זיינע בגדים אום שבת; די חכמים האבן נישט מסכים געווען מיט אים. די מחלוקות זעען אפשר אויס ווי דברים של מה בכך, אבער אז מ'איז זיך נישט מתעלם זעט מען די געזעלשאפטליכע דיפערענצן פון וואנעט די פסקים שטאמען. רייכערע חכמים וואס האבן מתיר געווען להביא כלי מילה בשבת זענען על פי רוב געווען פון דער פירערשאפט אין בית המקדש, און האבן געברענגט מיט זיך די געוואוינהייט פון זייער מנהג אין בית המקדש. זיך אראפלייגן אין בעט צו ליינען קריאת שמע קומט פון דער נאטירליכער דארפישער געוואוינהייט זיך צו לייגן פרי. רייכע לאנד-אייגענטומער האבן דעם הרגל געברענגט מיט זיך אין ישיבה. דער זעלבער לאגיק איז נוגע כלפי זמן קריאת שמע של ערבית, וואו דער רייכער רבי אליעזר האט געהאלטן אז ס'איז נאר עד אשמורה ראשונה, ווידער דער ארעמער רבי עקיבא האט געהאלטן אז מ'קען ליינען א גאנצע נאכט.
און דער פארבלענדטער מהומה פון א פארזאמלונג אין יבנה האט זיך רבי עקיבא צום ערשטן מאל געקערט צו אליעזר בן הורקנס. מסתם ווייל פונקט ווי אים, האט ער אויך אנגעפאנגען לערנען תורה ערשט אויף די עלטערע יארן. אבער טאמער איז דאס טאקע געווען די סיבה דערפאר, האט רבי עקיבא געמאכט א נעבעכדיגן טעות. ווייל דעמאלס, פונקט ווי היינט, איז געווען א מחלוקה צווישן די גדולים וואספארא גייסטיגע פריוויליגיעס ס'קומט זיך פאר ארעמע כולל-יונגעלייט. די בית שמאי, צו וועמען רבי אליעזר האט באלאנגט, האט געהאלטן ס'איז ממש נישט אויסגעהאלטן צו לערנען תורה מיט אן ארימאן. בכל אופן זעען מיר, רבי אליעזר אומר לא נתנה תורה לדרוש אלא לאוכלי המן. תורה איז א ספעציעלע זכות פאר די בעל בתישע תלמידים וואס האבן נישט קיין עקאנאמישע דאגות זיי צו באלעסטיגן. דער יונגערמאן וועמען רבי אליעזר האט מדחה געווען האט באקומען א הערצליכן ברוכים הבאים פון רבי יהושע בן חנניה. רבי יהושע האט אבער נישט געהאט די צייט זיך אפצוגעבן מיט דעם פרישן תלמיד רבי עקיבא וועלכער האט קוים געקענט לערנען, האט ער אים געשיקט צו רבי טרפון וואס איז געווען זיין יארגאנג, און רבי טרפון איז געווארן רבי עקיבא'ס נאנטסטער חבר.

_______________
פרייע איבערזעצונג פון אן אויסצוג פון דעם בוך "עקיבא: חכם, צדיק און קדוש", פון דעם גרויסן ראש ישיבה, הגאון אליעזר אריה (לואיס) פינקלשטיין ז"ל.
https://www.amazon.com/Akiba-Scholar-Ma ... inkelstein
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר