היסטאריע קרישקעלעך

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

היסטאריע קרישקעלעך

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך שרייב כסדר צו מיינע פריינד דא און דארט עפעס א שטיקל היסטאריע איבער פארשידנס, האב איך געקלערט זיי צוזאמענצוקלויבן און זיי אהער ברענגען:

בורגאנדיע איז געווען אן אלטער דייטשע מלוכה, וואס איז שפעטער נתהפך געווארן צו נעדערלאנס. שארל האט בורגאנדיע געמאכט פאר די שטערקסטע מדינה אין אייראפע, אבער עס האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, און אינאיינעם מיט זיין מעכטיגקייט איז די גאנצער לאנד געפאלן.

אבער די סוחרים פונעם לאנד זענען נישט געפאלן, און הונדערט יאר שפעטער האבן זיך די 17 פראווינצן פונעם אמאליגן בורגאנדיע צוזאמענגעשטעלט און געבויט דארט די גרעסטע ביזנעס אימפעריע אין די ביז דעמאלסדיגע היסטאריע, וואס דאס איז דער האלאנדישער רעפאבליק וואס האט אנטהאלטן בעלגיע מיט לוקסעמבורג.

***
אז דו וועסט שטודירן קארלוס דער פיפטער, וועסטו אטאמאטיש קענען א סך פונדאמענטאלע היסטאריע:

1) האבסבורגער בית המלוכה - ער איז געווען דער מעכטיגסטער מלך לבית האבסבורג הידוע. ער האט געוועלטיגט איבער די דייטש רעדנדע מדינות, און איבער די נידערלענדער, איבער א טייל איטאליע, איבער גאנץ שפאניע און איבער די א גרויסער טייל פון די נייע מדינות אין אמעריקא. זיין אימפעריע האט געהייסן דער אימפעריע וואו דער זין גייט נישט אונטער.

2) נעדערלאנדס (האלאנד בעלגיע לוקסעמבורג) היסטאריע - ער איז אויפגעוואקסן אינעם שטאט גענט, אשר בבלגיה מארצות השפלה. און ער האט זיך שטענדיג פאררופן אלס פלעמער, און זיין פאלאץ אין שפאניע איז דערפאר געווען פיל מיט פלעמישע שרים. גערעדט האט ער אבער פון שטענדיג אן פראנצויזיש וואס איז געווען די עליטע שפראך און נישט פלעמיש וואס איז געווען די פאלק'ס שפראך. ער פלעגט זאגן: שפאניש רעד איך צו גאט, איטאליעניש רעד איך צו פרויען, פראנצויזיש רעד איך צו מענער, און דייטש-פלעמיש רעד איך צו מיין פערד... ער האט פארגעטערט פאריז (טראץ וואס ער האט מלחמה געהאלטן מיט פראנקרייך) זאגנדיג אז דאס איז נישט בלויז דער גרעסטער שטאט, נאר עס איז די גאנצע וועלט.

3) א פרק אידישע היסטאריע בתחילת ימי האחרונים - ער איז געווען א שונא ישראל און אוהב ישראל בבת אחת. בעת ער האט געשטיצט די אינקוועזיציע אין שפאניע, אמעריקא, און אין נעדערלאנדס, און פאר'משפט שלמה מלכו מיט דוד הראובינו, איז ער צו די דיידטשע אידן געווען גאנץ גוט, ער האט גע'אסר'ט עלילות דם, און געהאלטן גוטע באציאונגען מיט ר' יוסלמאן פון רוסהיים.

4) זיין מלחמה מיט זיין גרעסטער קאנקורענץ, דער אטאמאנישער טערקישער אימפעריע, וועלעכע האט אנטהאלטן די נייע ספרדישע צענטערן.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר