וואס איז די מעשה מיט כל נדרי?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

וואס איז די מעשה מיט כל נדרי?

שליחה דורך שמעלקא'לע »

בס"ד

די הייליגע תפלה "כל נדרי"

שטייענדיג אין די שבת איידער יום הקדוש, דער טאג וואס השי"ת איז מוחל פאר אלע אידישע קינדער נאכן אפרעכטן א חודש פון תפלה ותיקון המעשים, לאמיר זיך פארטיפן אין די תפלה וואס מיר זאגן מיט גרויס געוויין יום הקדוש ביינאכט, וואס איז אביסל אומפארשטענדליך ווען מ'ווייסט די פירוש המילות. פארוואס וויינען מיר ביים מבטל זיין די נדרים פון א גאנץ יאר?! פארוואס האט עס אזא הארציגע און בארירנדע ניגון? פון וואו שטאמט עס? אט ליינט איבער פארשידענע ידיעות וואס איר האט גאנץ מעגליך קיינמאל נאכנישט באגעגנט.

ווען האט מען מחבר געווען די תפלה?

די עצם ענין פון מבטל זיין די נדרים אנהייב יאר ווערט שוין געברענגט אין גמרא מס' נדרים (דף כ"ג), הרוצה שלא יתקיימו נדריו יעמוד בראש השנה ויאמר: כל נדר שאני עתיד לידור יהא בטל. שפעטער אין די גמרא איז דא א מחלוקת ווויאזוי אזא שוואכע סארט הפרת נדרים ארבעט, און למעשה בלייבט די גמ' אז אסאך חכמי בבל האלטן אז אזא סארט מבטל נדר זיין איז גארנישט מיט נישט ווערד.

ווען די נוסח פון כל נדרי איז נתחבר געווארן און אריינגעלייגט געווארן אין נוסח התפלה, איז נישט אזוי באקאנט. אויך איז נישט אזוי קלאר פארוואס ס'איז אריינגעלייגט געווארן אין מחזור יו"כ ביינאכט אנשטאט ראש השנה ביינאכט. די ערשטע מאל ווערט דאס דערמאנט אין "סדר רבי עמרם גאון", און דערפאר שאצן היסטאריקער אז עס איז נתחבר געווארן ערגעץ אינמיטן תקופת הגאונים, כאטש ס'איז שווער צו זאגן אז איינער פון די גאונים האבן דאס פארפאסט, ווייל רוב פון גאונים האבן דאך מוחה געווען אויף די כל נדרי.

עס זענען דא וואס זאגן - צווישן זיי דער בעל "המנהגים" - אז די כל נדרי האט מען געשריבן אין בבל, ווייל עס איז דאך געשריבן אויף די ארמי'שע שפראך, וואס מ'האט גערעדט אין בבל, און מ'טרעפט אפט אין גמרא. נאך א ראיה דערצו איז אז עס ווערט צוערשט געברענגט ביי די חכמי בבל אזויווי סדר רבי עמרם און רבינו האי גאון, כאטש וואס זיי ברענגען דאס נאר צו פארשרייען און מוחה זיין אז אזא סארט התרת נדרים איז נישט אויסגעהאלטן.

פארוואס זאל מען נישט זאגן "כל נדרי"?

אצינד לאמיר זען אביסל מער בפרטיות פארוואס מ'האט זיך אזוי מתנגד געווען צום כל נדרי. מיר האבן שוין געברענגט אז דער ערשטער עס צו ברענגען איז סדר רבי עמרם (חלק א' עמוד מ"א), און ער שרייבט דארט אז דאס איז א מנהג שטות און מ'טאר דאס נישט זאגן. אויך רבי נטרואי גאון שרייבט אזוי (תשובת הגאונים שערי תשובה, סימן קמ"ג אות ט"ו): "פירט זיך נישט צו מתיר נדר זיין אין בבל נישט ערב ראש השנה און נישט ערב יו"כ, און מיר האבן געהערט אז אין געוויסע מקומות זאגט מען כל נדרי, אבער מיר האבן דאס נישט געהערט און נישט געזען ביי אונזערע רבי'ס".

רבי סעדיה גאון שרייבט מער בדרך פשרה, אז דאס וועט העלפן צו מבטל זיין בלויז די נדרים וואס זענען געמאכט געווארן בשוגג. ענליך שרייבט רש"י אין ספר הפרדס אז כל נדרי איז געמאכט צו צושטערן נדרים וואס מ'האט פארגעסן אז עס איז געמאכט געווארן.

די עיקר טענה וואס די לוחמים קעגן כל נדרי האבן געהאט, איז געווען אז דאס ברענגט צו דאס מענטשן זאלן מזלזל זיין און מאכן סתם אזוי נדרים אין די וועלט אריין, מיטן חשבון אז ביי כל נדרי וועט עס צושטערט ווערן, און אז מ'האט שוין פאראיאר אינזין געהאט ביי כל נדרי אז די אלע נדרים האבן נישט קיין שום ווערד.

אבער מיט דעם אלעם זעט מען אז די מנהג איז ביי כלל ישראל יא צו זאגן דעם כל נדרי, און נאך ווי. מיט אזא קאך און ברען צו וואס קיין איין תפלה איז כמעט נישט זוכה. מ'האט עס אנגעהויבן זאגן ברבים אין די אשכנזיש'ע קהלות, אסאך פון די גדולי אשכנז האבן געשטיצט דעם כל נדרי, צווישן זיי דער רא"ש (נדרים פרק ג' ס"ה) וואס פרעגט אפ אלע וואס קריגן זיך דערויף און פירט אויס צום סוף אז היות עס איז א מנהג קדמונים און מ'זאל עס זאגן.

למעשה ווערט דאס געזאגט דורך רובם ככולם פון די קהילות, אבער די אחרונים שרייבן קלאר אז דאס איז נאר פאר די נדרים וואס מ'געדענקט נישט דערפון. איין קהלה איז נאך דא וואו מ'האט הונדערט יאר צוריק נאך אלץ נישט געזאגט כל נדרי צוליב די מחאות פון גדולי בבל, און דאס איז אין אלדזשיר, ווי רבי יהודא עייאש שרייבט אין זיין ספר בית יהודא.

דער כל נדרי - א תירוץ פאר בלבולים

אסאך האבן די אידן געליטן אינעם מיטל–אלטער א דאנק די כל נדרי. די רשעים די קריסטן האבן געטראפן א תירוץ צו פייניגן די אידן און זיי נישט אויסהערן ביי די געריכטן וכדומה, אז מ'קען נישט גלייבן קיין שבועה פון א איד, נאכדעם וואס יו"כ ביי כל נדרי זאגן די אידן קלאר אז זיייערע נדרים זענען גארנישט ווערד און בטל ומבוטל.

די נוצרים האבן דערפאר געמאכט א ספעציעלע "אידישע שבועה" פראצעדור, וואס איז געווען זייער שטארק נישט באקוועם, דער איד האט געדארפט זאגן הויעך מיט א אפענע ספר תורה אין די הענט אז אויב ער זאגט ליגענט וויפיל עונשים ער וועט באקומען פון הימל, און די רשעים וואס האבן דאס געשריבן האבן אריינגעלייגט אזעלכע געמיינע קללות אז די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף פון פלאץ. די שבועה איז געזאגט געווארן דורך די אידן פאר יעדע געריכט, עדות'שאפט אדער אפילו מקח מיט א גוי.

ביי פארשידענע וויכוחים צווישן גלחים מיט להבדיל אידישע חכמים איז אפט געפרעגט געווארן וויאזוי דאס ארבעט אז די אידן מאכן א געלעכטער פון אזא הארבע זאך ווי א שבועה, און נעמען זיך אויס ערב יום כיפור אז ס'מיינט נישט גארנישט. על פי רוב איז געווען דער תירוץ אז די כל נדרי איז בלויז פאר שבועות און נדרים בין אדם למקום, א מענטש נעמט זיך אונטער למשל צו פאסטן וכדומה, אבער בין אדם לחבירו אזויווי עדות אדער ביזנעס, איז זייער הארב צו פארלעצן א שבועה אויך ביי אידן.

נאך א תירוץ איז געווען - וואס איז גענוצט געווארן ביים באקאנטן וויכוח אין פאריז בשנת ה' אלפים א' – אז די כל נדרי איז בלויז מתיר נדר צו מתפלל זיין מיט שוואכע אידן, ווי די תפלה אליין זאגט א שורה פריער "אנו מתירים להתפלל עם העבריינים – כל נדרי" וכו', דאס מיינט טאקע די נדר פון נישט דאווענען אונטער איין דאך מיט אידישע רשעים.

איינס פון די קערנדלעך וואס די קריסטליכע בלבול האט אנגעזייט איז געווען, אז די משכילים האבן דאס ארויסגעשניטן פון סידור. לכאורה איז דארט נישט געווען קיינער וואס האט זיך געדארפט מתיר נדר זיין צו דאווענען מיט רשעים...

דער הארציגער כל נדרי ניגון

עס איז וועלט בארימט די הארציגער ניגון אדער תנועה פון כל נדרי. ס'איז א שטיק רגש און געפיל, מייסטערהאפטיג און קונצליך. יעדע קהלה זינגט עס מיט א שיינע הארציגע ניגון, אשכנזים און ספרדים פונקט ווי תימנים און אפילו טראדאציאנאלע שוואכע אידן וואס קומען מיטן קאר יו"כ אין שוהל, קייינער איז נישט מוותר אויף א רירנדער ניגון. און די גרעסטע גוי'אישע מוזיקאנטן און טענעריסטן זענען אנטציקט דערפון. שטעלט זיך דער שאלה, אז עס איז אזוי צום זאך דאן פון וואו שטאמט עס?

די עצם געדאנק אז עס ווערט מיט א טאן העכער יעדן פאל, ווערט שוין דערמאנט אין מחזור וויטרי (עמוד 388), אט זעצן מיר איבער זיינע ווערטער: "צוערשט זאגט דער שליח ציבור כל נדרי מיט א נידעריגער טאן, אזויווי איינער וואס גלוסט אריינצוגיין אין קעניג'ס פאלאץ און ער רעדט אזוי שעמעדיג ציטערנדיג פונעם מעכטיגן קעניג. די צווייטע מאל זאל שוין זיין אביסל העכער, און דאס דריטע זאל ער זינגען מיט אזא מעכטיגער שטימע ווי א בן בית ביים מלך וואס האט די פולסטע זיכערקייט אז די קעניג הערט אויס מיט אינטערעסע יעדע ווארט"...

די געדאנק פון זינגען ביי כל נדרי איז געשען דורך זייער אן אינטערעסאנטן צופאל. דאס האט פאסירט אין בית המדרש פון רבי יהודא גאון אין שטאט סורא פון בבל, דאס האט פאסירט וויבאלד אין יו"ט אליין מעג מען נישט מתיר נדר זיין, ממילא האט מען אנגעהויבן כל נדרי פאר די שקיעה, און דערנאך האט מען געזינגען און געזינגען ביזן זמן ווען מ'האט געקענט אנהייבן ברכו און מעריב.

מיט די צייט האט מען באשלאסן, וואס דארף מען זאגן כל נדרי און זיך נאכדעם נעמען זינגען ניגונים, מ'קען דאך פון כל נדרי אליין מאכן א ניגון?... אזוי איז געווארן אז יעדער חזן האט געזינגען ביי כל נדרי א ניגון. אבער עס איז דערווייל נישט געווען די זעלבע ניגון. דער ערשטער צו דערמאנען אז די חזנים האבן א ספעציעלער ניגון פאר כל נדרי איז רבי מרדכי יפה, בעל הלבושים (לבוש תכלת וחור, או"ח תרי"ט ד).

ווער ס'איז דער מלחין פון די באקאנטע ניגון ווייסט מען נישט, עס זענען דא עטליכע השערות. לויט ווי מוזיק קענער און פארשטייער טענה'ן, שמעקט די מהלך פון די ניגון ווי דאס קומט פון א חזן אין דרום אדער מערב דייטשלאנד, ערגעץ ארום 1,500 יאר צוריק.

די באקאנטסטע גירסא איז אז דאס האט קאמפאזירט א באהאלטענער איד מיטן נאמען דע–קאסטיליע זייענדיג ביי א צערעמאניע וואו מ'האט פארברענט אויף קידוש השם זיינ'ס א חבר דון–מאנועל וואס איז געווען דער פינאנץ-מיניסטער פונעם מלוכה הויף, אין די פארשאלטענע שפאניע אין די צייטן ווען א איד האט נישט געמעגט דארט זיין.

אנדערע זאגן נאכמער צו באפעסטיגן אז די ניגון שטאמט טאקע פון די אנוסים אין שפאניע, אז זיי האבן עס דערפאר געמאכט אזוי הארציג ווייל זיי פלעגן זיך אויפפירן ווי פארטיגע גויים און געמוזט ליידער אפט שווערן פאלש כדי צו ראטעווען דאס לעבן, דערפאר האבן זיי געזאגט די כל נדרי מיט אזעלכע בכיות, בעטנדיג ביים באשעפער זאל זיי מוחל זיין אויף דעם.

מיט דעם פארשטייט איר שוין געוויס וואס אסאך פרעגן: ווי קומט צו וויינען ביים מבטל זיין א נדר? אויב ס'איז אמת אז די ניגון קומט פון די אנוסים דאן האט עס שוין איינמאל פשט. דאס אז עס ווערט העכער און העכער האט אויך א מעשה מיט די אנוסים, אז די ערשטע מאל האבן עס די אנוסים געזינגען שטיל און באהאלטן און דעמאלט האט זיי די פארשאלטענע אינקוויזיציע געכאפט, די צווייטע מאל האבן זיי געזינגען אינמיטן די שוידערליכע פייניגונגען, טאקע אביסל העכער ווייל זיי האבן שוין נישט מורא אז מ'וועט זיי כאפן, אבער שטיל ווייל די יסורים האבן זיי פארשטעלט די אטעם. און דאס דריטע מאל האבן זיי עס געזינגען מיט די גרעסטע כח ווען מ'האט זיי געפירט צום טויט אויף קידוש השם.

זאל השי"ת העלפן און שוין מקיים זיין די שבועה פאר די אבות הקדושים אז ער וועט אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות, בקרוב במהרה אמן.

א גמר חתימה טובה, און פועל'ט אלעם גוטן!!!
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר