ניסוך המים אדער שפיכת דמים?!

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

ניסוך המים אדער שפיכת דמים?!

הודעהדורך שמעלקא'לע » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:51 am

לכבוד יו"ט סוכות לאמיר צוזאמען כאפן א שפאציר אין א וועלטל פון זמן בית שני.
בס"ד

פון ניסוך המים צו שפיכת דמים!
אלעס ארום די פארשאלטענע 'כת הצדוקים'
***
אריינפיר:
"ווער עס האט נישט געזען דעם שמחה האט נאך קיין שמחה אין זיין לעבן נישט געזען!" אט אזוי זאגט די הייליגע גמרא (סוכה נא.) אויף שמחת בית השואבה. אין בית המקדש שטייען טויזנטער מענטשן צוזאמגעדרוקט און פרייען זיך מיט א העכערער שמחה, אלע שטייען געשפאנט ווען די שמחה ליגט אויסגעשפרייט אויף יעדן פנים, מ'האט שוין געענדיגט צו טאנצן און זינגען, און אצינד גייט דער כהן הגדול - דאס איז נישט קיין צווייטער פון ינאי המלך - ארויף אויפן מזבח, צו מקיים זיין די מצוה פון חז"ל: ניסוך המים.
די אויגן פון מיליאנען אויגן זענען געוואנדן צו אים, און פאלגן נאך מיט גרויס אינטערעסע וויאזוי ער וועט אריינגיסן דעם גאלדענעם קריגל מיט דריי לוג וואסער, אריין צום ספעציעלן לאך אין די מזבח וואס גייט ביזן תהום אריין. אט הייבט ינאי המלך אויף דעם קריגל. ער גיבט א גיס אויס די וואסער, אבער נישט אין די לאך פון מזבח, נאר אויף... זיין פיס! עס האט גענומען א סעקונדע פון שאק און שוידער ביים עולם, און דאן האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע... פון אלע זייטן האבן זיך געהערט קולות וברקים: ארויס! ארויס פון דאנעט, דו זון פון א דינסט! ארויס פון דא!!! ינאי, טראגט אייך אפ פון דא, אבער שוין!!!
ביז א מינוט האט זיך פלוצלינג גענומען פליען פון אלע זייטן מאסן אתרוגים, גראד ארויף אויפן קאפ פון דעם אויפגעברויזטן ינאי... עס זענען געפלויגן אזויפיל אתרוגים אזש עס האט זיך פון די געווארפעריי אראפגעבראכן א שטיקל פון מזבח, און מ'האט געמוזט ברענגען א גאנצער שטיק זאלץ דאס צו פארדעקן צייטווייליג. אבער די ציבור שטעלט זיך נישט אפ, נאר מיט כעס און קנאות ווארפט מען מיט די גרעסטע כח איין אתרוג נאכן צווייטן, פון אלע זייטן פליען זיי גראד אין פרצוף פון דעם אויפגערעגטער ינאי...
מיט גרויס צארן און נקמה האט ינאי געווינקען פאר זיינע וועכטער, און פלוצלינג זענען ארויסגעוואקסן מחנות סאלדאטן מיט אויסגעבלאנקטע שווערדן, וואס האבן זיך גענומען רצח'נען מענטשן אויף רעכטס און לינקס אן קיין רחמנות. די מעשה האט זיך ליידער זייער נישט גוט געענדיגט. סוף טאג איז נעבעך געווען זעקס טויזענט לוויות (!), און פון די שמחת בית השואבה וואס איז גרעסטע שמחה אין די וועלט, איז רחמנא לצלן געווארן א גרויסער צער און טרויער.
וואס איז דארט פארגעקומען? פארוואס האט ינאי געגאסן די וואסער אויף די פיס? און וואס האט עס אזוי שטארק אויפגערעגט די מאסן? אט קומט מיט אונז אויף א היסטארישן שפאציר, און באקענט אייך מיט די "כת הצדוקים" וואס האבן אנגעמאכט אסאך קאפ - ווייטאג פאר די ערליכע אידן בזמן הבית, לאמיר זען ווי שיין א שמחת בית השואבה איז געווען אין בית המקדש יעדן יאר, און וויאזוי דאס איז צושטערט געווארן ווען ינאי האט געטון דאס וואס מיר האבן געשילדערט, וואס איז שוין באמת געווען א ענדע פון זייער א לאנגע געשיכטע. ליינט מיט הנאה.
***


די גרינדונג פונעם אפיקורסישע באוועגונג "צדוקים ובייתוסים"
אלעס האט זיך אנגעהויבן מיט א שיעור וואס דער גרויסער תנא אנטיגנוס איש סוכו האט פארגעלערנט פאר זיינע תלמידים. און אזוי האט ער געזאגט אין נאמען פון שמעון הצדיק: אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב על מנת לקבל פרס. איר זאלט נישט דינען השי"ת ווייל ער באצאלט שכר, נאר מ'זאל אים דינען לשם שמים, און די שכר וועט מען באקומען שפעטער אויף יענע וועלט. זענען דארט געזיצן צוויי תלמידים, איינער האט געהייסן צדוק און דער צווייטער בייתוס, און זיי האבן עפעס פארשטאנען אז זייער רבי מיינט צו זאגן אז מען באקומט בכלל נישט קיין שכר אויף יענע וועלט. די צוויי קוקן זיך אהן ווי צוויי הינער אינעם שאכטל ערב יום כיפור, און זיי פרעגן איינער דעם צווייטן "וואס הייסט? אין תורה שטייט דאך קלאר אז מ'באקומט שכר, וויאזוי זאגט דער רבי אז מ'באקומט נישט קיין שכר?"
האבן זיי מיט זייער קרומער קאפ באשלאסן נישט איבערצופרעגן דעם רבי'ן, נאר האבן זיך אפגעלאזט פוטן די הייליגע חכמים און באשלאסן אז דאס וואס חז"ל זאגן האט ח"ו נישט קיין מקור, נאר זיי וועלן אויסלערנען פאר יעדעם פונקטליך וואס די תורה האט געוואלט און געמיינט...
אזוי זענען די צוויי יונגען געגאנגען און געפרעדיגט אז עס עקזיסטירט בלויז די "תורה שבכתב" און זיי וועלן זאגן פונקטליך וואס דער באשעפער וויל. זיי האבן בכלל נישט געוואלט עפעס ערנסט, זייער מהלך איז געווען זייער א קלארע: וואס די חכמים זאגן, טענה'ן זיי פונקט דאס פארקערטע, אפגעזען אויב עס האט פשט אדער נישט. די וואס זענען נאכגעגאנגען דעם תלמיד צדוק האבן זיך גערופן "צדוקים" און די וואס האבן נאכגעפאלגט בייתוס האבן זיך גערופן "בייתוסים".
מיט די צייט האט צדוק אריינגענומען אויך די חברה פון בייתוס אונטער זיין פארטוך, און עס איז געווארן איין גרויסע גרופע פון צדוקים, ווען די בייתוסים האבן שוין נישט געפירט קיין זעלבסטשטענדיגע ווירטשאפט. אזוי איז געווארן זייער השפעה גרעסער, די צדוקים האבן מקיל געווען אין יעדן דבר אסור זיך פאררופנדיג אויפן תורה הק' ה"י, און אלע ליידיג-גייער און גאסן-יונגען האבן זיך געשפירט זייער באקוועם אין יענעם גרופע.
אזוי איז געווארן צוויי גרופעס. די קלענערע ציבור פון פוסטע שטריקעס און היץ קעפ וואס האבן געהייסן צדוקים, און די אלגעמיינע ערליכע ציבור וואס האבן זיך גערופן "פרושים", זיי האבן מקבל געווען די תורה איש מפי איש פון משה רבינו הלכה למשה מסיני ווייטער צו יהושע און פון דארט צו די זקנים א.א.וו. די סיבה פארוואס זיי האבן זיך גערופן פרושים איז געווען ווייל זיי זענען געווען "פרושים מן הטומאה", אפגעשיידט פון טומאה. אין חז"ל זעען מיר אז עמי הארץ זענען בחזקת טמא, דאס מיינט מען די צדוקים, ווייל זיי זענען נישט נזהר געווען אין הלכות טומאה וואס איז הלכה למשה מסיני. ער יוסיפין שרייבט א צווייטע סיבה פארוואס זיי האבן געהייסן פרושים, ווייל זיי האבן מפרש געווען די תורה על פי חז"ל.
(עס דארף באמערקט ווערן אז ס'געווען א דריטע גרופע אין ירושלים מיטן נאמען "איסיים" וואס האבן פיינט געהאט סיי די פרושים און פיל פיל מער די צדוקים, זיי האבן זיך געפירט זייער זייער עקסטרעם מיט חומרות אויף חומרות, און נישט אויפגעהערט זיך צו פייניגן און מסגף זיין. די סיבה פארוואס זיי ווערן כמעט נישט דערמאנט אין חז"ל איז, וויבאלד זיי האבן געלעבט אפגעזונדערט אין היילן ארום ים המלח, און נישט צופיל געשטאנען אין וועג אזויווי די צדוקים וואס האבן זיך געדרייט אונטער די פיס און אנגעזייעט חורבנות אויף טריט און שריט. איבער די איסיים איז דא אסאך צו רעדן, עס איז זייער אינטערעסאנט געווען זייער לעבנ'ס שטייגער און א באזונדערע טעמע איז די מגילות ים המלח וואס מ'האט געטראפן, ואי"ה עוד חזון למועד.)
פארדרייט די הייליגע תורה
צדוק און בייתוס האבן מער און מער אנגעהויבן מאכן שבת פאר זיך, און מיט די צייט זיך ארומגעשפילט מיט די הייליגע פסוקים פון די תורה ווי עס וואלט געווען זייער אייגנטום. עס איז זיי בייגעפאלן א משוגעת, זיי האבן ארומגעדרייט א פסוק, און זייערע טויזנטער נאכפאלגער זענען זיי נאכגעטאנצן ווי א סטאדע שיכורים. אסאך עגמת נפש האבן חכמינו ז"ל געהאט מיט די באנדיטן, און מ'האט אסאך זיך געקריגט מיט זיי.
לאמיר דא ברענגען עטליכע ביישפילן: ווען ציילט מען ספירת העומר? אין פסוק שטייט וספרתם לכם ממחרת השבת וכו', זאגן חז"ל אז וואס מיינט שבת, דאס מיינט יו"ט פסח, אז נאך די ערשטע טאג פסח דארף מען ציילן 50 טעג, ביז ו' סיון ווען עס איז זמן מתן תורתינו. זענען געקומען די צדוקים און געזאגט וואס עפעס? ממחרת השבת מיינט א טאג נאך שבת! א זונטאג נאך פסח דארף מען ציילן ספירה. איי, ס'וועט נישט זיין די צווייטע העלפט פסוק "תספרו חמישים יום", ווייל ס'בלייבט ווייניגער פון 50 טעג ביז שבועות? א קשיא אויף א צדוקי...
נאך א מחלוקת איז געווען מיט לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת. חז"ל זאגן אז לא תבערו מיינט "זאלסט נישט אנצינדן". ווייטער די צדוקים זאגן אז ס'מיינט "ס'טאר נישט ברענען" קיין פייער שבת. דערפאר זענען די טיפשים געזעסן גאנץ שבת אין טונקל און געגעסן בלויז קאלטע מאכלים, און געזיצן אין די גרעסטע פרעסטן אן קיין הייצונג. הקיצור: א ריכטיגער עינוי אין שבת... דערפאר האבן חז"ל מתקן געווען מ'זאל עסן ווארעמס אין שבת "להוציא מלבם של צדוקים", צו ווייזן אז מ'מעג און מ'דארף עסן הייס אין שבת קודש.
א דריטער וויכוח איז געווען איבער די קטורת אין קדשי קדשים. די תורה שרייבט "כי בענן יראה על הכפורת", אז דער כהן גדול ווען ער גייט אריין אין יום כיפור לפני ולפנים ביי די עבודה מקטיר זיין די קטורת זאל עס זיין מיט א וואלקן. זאגן חז"ל, דאס מיינט אז דער כהן גדול זאל מקטיר זיין די קטורת אינעווייניג אין קדשי קדשים. אבער די צדוקים האבן געלערנט אז ער דארף שוין אריינגיין נאכן מקטיר זיין די קטורת. און עס איז מוראדי'ג וואונדערליך אז עס איז געווען א קלארער סימן מן השמים אז די פרושים זענען גערעכט, ווייל א כהן גדול וואס איז אריין אין קדשי קדשים נאכן מקטיר זיין די קטורת איז געשטארבן אויפן פלאץ! אבער מיט דעם אלעם זענען זיי פארבליבן פאר'עקשנ'ט.
ווידער איז געווען א מחלוקת איבער די פשט פון "עין תחת עין יד תחת יד", חז"ל זאגן אז ווען איינער שעדיגט א צווייטן דארף ער אים צאלן די חילוק פון וויפיל זיין ארבעט אלץ בעל מום איז ווערד ווייניגער ווי פארדעם. אבער די צדוקים האבן געזאגט אז ניין, אויב איינער שטעכט בטעות אויס פאר א צווייטן דעם אויג, זאל מען פאר יענעם אויך אויסשטעכן די אויג! און אזוי איז געווען צענדליגע מחלוקת'ן צווישן חכמינו ז"ל און להבדיל די צדוקים.
קידוש לבנה ווערט א וואפן אין די הענט פון די צדוקים
ווען אלע ליידיגגייער וואס זענען אריבער צו די צדוקים'ס זייט וואלטן דארט געזיצן שטיל, וואלט מען דאס נאך געקענט אראפשלינגען. אבער די פורקי עול זענען א גאנצן טאג געווען פארנומען צו זוכן פלענער וויאזוי 'מסדר צו זיין' די פרושים און זיי כסדר טשעפענען און מצער זיין. עס איז געווען זייער אסאך פעלער, אבער מיר וועלן שרייבן בלויז איין דוגמא, וואס מ'זעט אין גמרא פון עטליכע פלעצער וויאזוי מ'האט געדארפט אויפקומען מיט געדאנקען איבערצוקלוגן די צדוקים, און עס שטעלט זיך צוזאם א בילד פון א גאנצע מערכה וואס האט זיך אפגעטון, ממשט א אויסגערעכנטע טעראר אקציע.
די רעדע איז פון קידוש החודש. די סדר וויאזוי מ'האט באנייט די חודש בזמן הבית איז געווען אז ווען צווי עדות זענען געקומען עדות זאגן האט מען זיי אויסגעפרעגט, און אויב האבן זיי טאקע געזען די לבנה האט די בי"ד הגדול מקדש געווען דעם חודש און געמאלדן אז עס איז ראש חודש.
וואס האבן די צדוקים געטון? זיי האבן זיך געשטעלט באהאלטענערהייט אין די וועגן קיין ירושלים, און ווען עס זענען געקומען עדות אז זיי האבן געזען די לבנה האבן די צדוקים זיי געשלאגן און פארטריבן אז מ'זאל נישט קענען עדות זאגן, און אזוי ארום האט מען נישט מקדש געווען דעם חודש. בלית ברירה האבן די חכמים מתיר געווען (מס' ראש השנה פרק א') אז אין שבת מעג מען מיטנעמען א שטעקן אויפן וועג צו עדות זאגן קיין ירושלים, ווייל אויב מ'טרעפט אהן א צדוקי אויפן וועג מיט בייזע כוונות, זאל מען אים קענען אזאנ'ס דערלאנגן און באקלאפן די ביינער לכבוד שבת, אז עס זאל אים פשוט פארגיין די אפעטיט פון נאכאמאל באגיין אזעלכע נארישקייטן...
ווען די צדוקים האבן געזען אז עס לוינט זיך נישט דאס געשעפט, זענען זיי געקומען מיט א פרישער שטיקל. מ'האט געשיקט פאלשע עדות צום בית דין כדי מ'זאל מקדש זיין די חודש אין א נישט ריכטיגער טאג. וויאזוי איז מען דערגאנגען אז זיי שיקן עדות? ווייל איינמאל איז אנגעקומען עדות, און אינמיטן אויספרעגן איינעם זאגט דער עד אזוי: "כ'בין געווען אין מעלה אדומים און געזען די לבנה וואס זיצט צווישן צוויי גרויסע שטיינער. די לבנה האט געהאט א קאפ פון א קעלבל, אויערן ווי א ציג, הערנער ווי א הערש, מיט א לאנגע וויידל ביי די פיס, און כ'האב מיר דערשראקן און אוועקגעשפרינגען פון דארט"...
ווען די חכמים האבן אים אנגעקוקט ווי איינער וואס קומט פון די לבנה, האט ער געזאגט: "איר גלייבט מיר נישט? דא האט איר די 200 רענדלעך וואס כ'האב באקומען צו עדות זאגן!" האבן אים די חכמים געפרעגט "ווער האט דיר געשיקט?" האט ער געענטפערט אז ער האט געהערט ווי די בייתוסים זוכן א פאלשן עדות, האט ער זיך שנעל אנגעטראגן און אזוי ארום געראטעוועט כלל ישראל פון א מכשול. די חכמים האבן אים געלאזט האלטן די 200 רענדלעך, און דער מענטש וואס האט אים אונטערגעקויפט האט מען געכאפט און געגעבן גוטע מלקות, ער זאל געדענקען אז מער טוט מען נישט אזעלכע סארטן שטיק. פון יענעם טאג און ווייטער האט מען שוין נאר אנגענומען אין בי"ד די עדות'שאפט פון איינעם וואס מ'קען אים און מ'ווייסט אז ער איז א היימישער.
און איר מיינט אז די צדוקים האבן אויפגעגעבן? א נעכטיגן טאג! זיי האבן געהאט א פרישע דריי קאפ. די וועג וויאזוי מ'האט מודיע געווען פארן עולם אז עס איז ראש חודש, איז געווען אז ביי פארשידענע הויכע בערג איבער גאנץ ארץ ישראל האט מען אנגעצינדן גרויסע פאקלען פון פייער און געשאקלט אויף אלע זייטן, אזוי האבן אלע געוויסט אז עס איז ראש חודש, זעענדיג ווי אין די טונקעלע נאכט זענען דא פייערן אויף די בערג. זענען די באנדיטן די צדוקים ארויף אויף די בערג אין די נישט ריכטיגע טאג, און אנגעצינדן פאקלען און געשאקלט, און דער ציבור האט ערנסט געמיינט אז עס איז ראש חודש, אין די צייט וואס אין סנהדרין האט מען בכלל נישט מחדש געווען דעם חודש! ווען חז"ל האבן דאס געזען האט מען מתקן געווען אז מ'וועט ארויסשיקן ספעציעלע שליחים וואס נאר זיי וועלן איינמעלדן ווען די חודש איז באנייט.
אט דאס איז בלויז איינס פון הונדערטער דוגמאות וויאזוי די צדוקים האבן געמאכט קאפ - ווייטאג און געזוכט אבי צו מכשיל זיין די ערליכע אידן, און אזעלכע נידעריגע מעשים האט זיך געמאכט טאג טעגליך, און די פרושים האבן זיך געדארפט דערמיט פארמעסטן.
פארכאפט די פירערשאפט
אנהייב זענען נאך די צדוקים געווען א קלענערע פראצענט, אבער מיט די צייט האבן זיי זיך פארמערט ווי די פרעש אין מצרים און ערנסט אנגעהויבן צו פארכאפן די מאכט. די חברה האבן זיך גע'חבר'ט און גע'חנפ'עט מיט די רוימישע רשעים. אנהייב האבן די צדוקים נאך געציטערט פון די פרושים און נאר געמאכט נידעריגע שטיק באהאלטענערהייט, וויבאלד די מלוכה איז פאקטיש געווען אין די הענט פון די פרושים, און סוף כל סוף האבן די פרושים געהאט די לעצטע ווארט, אזוי אז מ'האט נישט פארשוויגן קיין געוואלדעס און ווילדע מעשיות.
אבער די מלכות בית חשמונאי האט נאך די מעשה פון נס חנוכה ליידער געכאפט אן ערנסטער גליטש, נאכדעם וואס שמעון בן מתתיהו כהן גדול איז נסתלק געווארן, האט איבערגענומען זיין זון יוחנן, וואס האט געמאכט א גרויסער טעות. אנהייב איז ער געווען ערליך, און זעענדיג אז די צדוקים מאכן אהן פראבלעמען האט ער באשלאסן אז דאס קומט צוליב וואס זיי שפירן זיך גע'רודפ'ט פון די פרושים. דערפאר - אין א פראוו צו אפשטעלן די שטענדיגע קאפ ווייטאג פון די רשעים - האט ער מקרב געווען די צדוקים און זיי געגעבן גרויסע פאזיציעס אין זיין קעניגרייך. דאס איז געווען זייער א טראגישער טעות, און ס'האט זיך געענדיגט אז ער איז געווארן אליין א צדוקי נאכן זיין יארן לאנג א כהן גדול!
איינמאל יוחנן כהן גדול איז געשטארבן, האבן זיך די צדוקים געהויבן די קאפ ביזן הימל. ווילאנג יוחנן האט געלעבט זענען זיי נאך געווען אין א פחד אז ער וועט זיי איינמאל פארשיקן. אבער אצינד זענען זיי שוין געווען די רוב אין קעניגליכע פאלאץ, און געטון וואס ס'האט זיי נאר געשמעקט. נאך יוחנן האט זיין זון ינאי המלך - מיט וועמען מיר האבן זיך באקענט אנהייב ארטיקל - איבערגענומען דעם שטול, און האט אפענערהייט געעפנט א רייע פון מערכות און רדיפות קעגן די ערליכע אידן, די פרושים.
עס איז געווען אן ערנסטער מלחמה, ינאי האט באשלאסן אויסצורייסן יעדן ערליכן איד פון ארץ ישראל. צוערשט האט ער פארטריבן די חכמים פון סנהדרין און אריינגעזעצט א גרופע פון לצים צדוקים, וואס זענען געזעסן און פארדרייט טעגליך די הייליגע תורה מיט טיפשות'דיגע פשט'לעך. ער האט נישט מער און נישט ווייניגער גע'הרג'עט תלמידי חכמים, און געצאפט דאס בלוט פאר אלע ערליכע אידן אין יעדן געלעגנהייט. די ערליכע אידן האבן נישט געוויסט וואס צו טון, און די כעס אויף ינאי איז געשטיגן פון טאג צו טאג.
ביז ווען ינאי המלך איז אריבער אלע גרעניצן, ער האט איבערגעפולט דאס מעסטל און צושטערט די שענסטע מעמד פון יאר, און דאן האבן די פרושים באשלאסן אז גענוג איז גענוג, און מ'וועט זיך מער נישט לאזן פון זיין הפקרות. די אתרוגים וואס זענען אויף אים געפלויגן ביז צום מזבח, האט אים דערמאנט אז ער וועט מער נישט לעקן קיין האניג און זיין מעכטיגער מלחמה קעגן די פרושים איז שוין מער נישט קיין קינדער שפיל.
שמחת בית השואבה
איידער מיר וועלן זען וואס ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט ינאי המלך, לאמיר כאפן א בליק אין חז"ל וויאזוי דער שמחת בית השואבה האט אויסגעזען מיט איר פולסטן פראכט און דערהויבנקייט, און בפרט די שיינקייט און שמחה פונעם הייליגע מצוה פון ניסוך המים, דאן וועלן מיר אביסל פארשטיין וואספארא פארברעך דער בלוטיגער ינאי איז באגאנגען, צושטערנדיג אזא גייסטרייכע מעמד מיט זיינע נידעריגע געמיינע מעשים טובים.
פארוואס הייסט דאס שמחת בית השואבה? זאגן אונז חז"ל ווייל פון דארט האט כלל ישראל געשעפט רוח הקודש. איר קענט זיך פארשטעלן די גרויסע שמחה, יעדער איד, קינד און קייט אלע האבן זוכה געווען צו רוח הקודש! איז דען דא א גרעסערער שמחה ווי דעם?! רש"י שרייבט אז די שמחה איז געווען די הערליכע ניגונים און שיינע טענער וואס האבן זיך געהערט פון די שווערע הונדערטער הערליכע כלי זמר, און געהויבן אלע פארזאמלטע אין די לופטן. און דאס אלעס איז געווען לכבוד די מצוה פון ניסוך המים.
אט דאס איז געווען די סדר המעמד: מוצאי יו"ט פון די ערשטע טעג סוכות איז דער גאנצער ציבור אראפגעגאנגען אין בית המקדש און עס איז אויפגעבויט געווארן א ריזיגער מחיצה צווישן די עזרת נשים און עזרת ישראל. די מענער זענען געשטאנען אונטן און די פרויען אויבן, און אין צענטער זענען געשטאנען פיר ריזיגע גאלדענע לייכטערס גרויס הונדערט אמות. (צו פארשטיין פון וואס מ'רעדט דא און ווי גרויס דאס איז געווען: הונדערט אמות איז ארום 20 שטאק הויעך!) אויף יעדע לייכטער איז געווען 4 גרויסע גאלדענע שיסלען, און א גרויסע הויכע לייטער איז אנגעלאנט פון די ערד ביז צום ליידיגן שיסל.
דאן האט זיך פארכאפט די אטעם ביי אלע אנוועזנדע, ווען ביי יעדע לייטער האט זיך געשטעלט א יונגער בחור'ל פון די פרחי כהונה, און איז ארויפגעקראכן די הויכע לייטער האלטנדיג אין די הענט א שווערע קריגל פון 120 לוג פון אויל! זיי האבן אויך מיטגענומען דיקע קנויטן וואס איז געמאכט געווארן פון די אויסגענוצטע קליידער מיט וואס די כהנים האבן געדינט די הייליגע עבודה. די בחורים האבן אנגעפולט די לייכטער און איינגעטינקען די קוינטן אין די וואנע פון אויל. און מיט איינמאל האט זיך געגעבן א צינד אהן אלע פיר לייכטערס, עס איז דארט געווארן אזוי ליכטיג, אז עס איז נישט געווען קיין הויז וואס איז נישט ליכטיג געווארן אין ירושלים, אויף אזוי ווייט אז א פרוי פון די אנדערע עק ירושלים האט געקענט צו די ליכטיגקייט קלויבן ווייצלעך!
די לעבעדיגע געזאנגען און טענץ
אזויווי ס'איז געווארן ליכטיג האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע שמחה. די לוויים האבן ארויסגענומען די כלי שיר און אנגעהויבן צו שפילן און זינגען, עס האט זיך צושפרייט די הערליכע קלאנגען פון פידלען, טראמפייטער'ס, פייפער'ס פויקן און קלארינעטן. עס האט אפגעקלינגען איבער ווייטע שטרעקעס די הערליכע געזאנגען פון וואס יעדן הארץ איז צוגאנגען. די בילד פון די מאסן לוויים וואס שטייען אויף די 12 שטיגן צווישן עזרת ישראל און עזרת נשים האט פשוט ארויסגענומען מענטשן פון די כלים. פון זיך אליינס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, מ'איז געשפרינגען און געטאנצן מיט די גרעסטע כוחות. איבעראל האבן זיך געשלענגלט רינגען פון מאסן מענטשן מיט פארפלאמטע באקן און פארגלייזטע אויגן, אז ס'געווען א נחת.
אינמיטן זעט מען א רינג פון זקנים וואס טאנצן און זינגען מיט גרויס התרגשות ווען עס רינט פון זיי טראפנס שווייס "אוי אשרי ילדותינו שלא ביישה את זקנתינו"... דארט זענען געטאנצן די בני עליה וואס זענען געווען ערליך אויך אין די יונגע יארן. אביסל ארויפציר איז דא נאך א רינג פון זקנים וואס זינגען א צווייטע ניגון, שפרינגענדיג לעבעדיג ווי עס פאסט פאר יונגע מענטשן. זיי זינגען "אשרי זקנותינו שכיפרה ילדותינו". און דאן שטעלן זיך צוזאם ביידע גרופעס צו איין גרויסע רינג, און צוזאמען זינגען זיי די קומענדיגן פאל פון די ניגון "אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו"...
אט שטעלט זיך אפ די מוזיק, די עולם כאפט זיך דאס אטעם, און דאן קלינגט אפ די זיסע שטימע פון הלל הזקן וואס זינגט א פרישער ניגון: "אם אני כאן הכל כאן, ואם אין אני כאן מי כאן". די מוזיק מיטן גאנצן עולם ברומט זיך אונטער אז מ'קען אויסגיין פון מתיקות. דאן הייבט אהן ארויסצעוואקסן פאקלען פון פייער צווישן די ציבור. עס פליען פאקלען איו די לופטן מיט א מייסטערהאפטיגער סדר וואס איז אויסערגעווענליך קונצליך.
דאן שטעלט זיך אויף דער נשיא רבן שמעון בן גמליאל אין די הייעך מיט 8 ברענעדיגע פאקלען, ער ווארפט זיי מיט אן אומגלויבליכע שנעלקייט אין די לופטן און כאפט זיי צוריק, ווען קיין איין פאקל רירט נישט צו צום צווייטן מיט קיין האר! ווען ער ענדיגט באווייזט ער א קונץ וואס קיין שום מענטש אויף די וועלט האט נאכנישט באוויזן, ער שטעלט זיך אויף מיט זיינע צוויי קליינע פינגערס פון די האנט, און ווען זיין גאנצער וואג ליגט אויף די צוויי פינגער, ביקט ער זיך פארן באשעפער און קישט די ערד פון די הייליגע בית המקדש!
מעמד ניסוך המים
אלעס פיין און וואויל, אבער הערשט יעצט קומט דער קלימאקס, די מעמד ניסוך המים. ווען עס ווערט די עלות השחר לאזט זיך ארויס דער ציבור פון מיליאנען אויפגעלייגטע און אויפגעמונטערטע אידן, מיטצוהאלטן מיט די אייגענע אויגן וויאזוי דער כהן גדול מאכט ניסוך המים. צוויי כהנים שטעלן זיך ביים טויער צווישן עזרת ישראל און עזרת נשים מיט טראמפייטערס אין די הענט, דארט וואו עס זענען פריער געשטאנען די טויזענטער מוזיקאנטן, און מ'האט געווארט צו הערן וויאזוי דער האן קרייט אז עס איז שוין געווארן טאג. אזויווי דער האן האט געקרייט, האבן די כהנים געבלאזן מיט די טראמפייטערס א תקיעה תרועה תקיעה, זיי זענען אראפ צען שטיגן און נאכאמאל געבלאזן, פון דארט האבן זיי געשפאנט צום עזרה און האבן געבלאזן מארשירנדיג אויפן גאנצן וועג. אנקומענדיג צום טויער אויף מזרח זייט, האבן די צוויי כהנים זיך אויסגעדרייט מיטן פנים צו מעריב און געזאגט מיט א הויכע קול: "אבותינו שהיו במקום הזה אחוריהם אל ההיכל ופניהם קדמה לשמש, ואנו לק-ה ועינינו לק-ה".
אצינד האבן די כהנים אנגעהויבן גיין צום קוואל וואס הייסט 'מעין השילוח' (וואס דער מעין השילוח איז און וואו דאס געפינט זיך איז א שמועס פאר זיך), ווען די מיליאנען אידן גייען אונטער זיי. די כהנים האבן גענומען א גאלדענעם קריגל און ארויסגעשעפט פון קוואל דריי לוג וואסער, דערנאך האט מען זיך אויסגעדרייט און צוריק צום בית המקדש, מיט א באגלייטן פונעם ריזיגן ציבור. אנקומענדיג צום טויער אין בית המקדש וואס הייסט 'שער המים' האבן די כהנים ווידעראמאל געבלאזן א תקיעה תרועה תקיעה.
דער כהן גדול גייט ארויף אויפן מזבח און שפאנט צום ווינקל פון דרומית מערבית. דארט אויפן לינקן זייט געפינען זיך צוויי זילבערנע בעקנס און אונטער זיי לעכער וואס גייען אראפ גראד ביזן טיפן תהום אריין. די לאך מער צו מערב איז געמאכט צו גיסן די וויין פון אלע נסכים וואס זענען מיטגעקומען מיט אלע קרבנות. די צווייטע לאך אויף מזרח האט מען בלויז גענוצט איינמאל א יאר מיט גרויס פאמפע און פאראדע, און דאס איז טאקע געווען אצינד ביי ניסוך המים. בשעת ווען דער כהן גדול האט אריינגעגאסן די וואסער אינעם לאך האבן די לוויים געצויגן מיט די סטרונעס און געזינגען זיסע און הארציגע ניגונים, מען האט ארויסגענומען א ספעציעלן פייפער וואס הייסט 'חליל' און דערמיט געשפילט און געפיפן מיט א געוואלדיגער חן און מתיקות, בשעת ווען די ציבור זינגט זיך אונטער דעם הלל.
אט דאס איז געווען בלויז טרוקן אויפן פאפיר אביסל וויאזוי חז"ל שילדערן דא און דארט דער הערליכער און גייסטרייכער מעמד ניסוך המים, וואס האט אנגעשעפט כלל ישראל אויף א גאנץ יאר מיט רוח הקודש, און עס ווערט גאראנטירט אז ווער עס האט נישט געזען דעם שמחה, ווייסט נישט און באגרייפט נישט וואס א ריכטיגע שמחה איז.
צדוקים ווילן מבטל זיין די גרויסע שמחה
וואס איז דער מקור אז מ'דארף מאכן ניסוך המים? אין די תורה שטייט דאס נישט בפירוש, די גמרא זאגט (סוכה לד) אין נאמען פון ר' יוחנן אז דאס איז הלכה למשה מסיני. חז"ל זאגן אונז די פשט פון ניסוך המים איז אז דאס איז א סגולה ווען מ'גיסט וואסער פארן באשעפער, ער זאל צוריק גיסן וואסער און בענטשן די יאר מיט רעגן, וואס איז אזוי וויכטיג פאר די וועלט. עס איז דא אויך א רמז אין די תורה וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל, די תורה הק' זאגט אין פרשת פנחס צווישן אלע קרבנות ביי פרשת המוספין שטייט "ונסכיה'ם' ונסכ'י' כמשפט'ם'", וואס איז סופי תיבות "מים", דאס מיינט אז צווישן די זאכן וואס מ'גיסט נסכים פארן באשעפער דארף אויך זיין וואסער, און דאס איז מען מקיים מיט ניסוך המים.
דער הייליגער רמב"ם שרייבט אין פירוש המשניות אז ניסוך המים איז הלכה למשה מסיני און ער ברענגט אז עס איז אויך דא עטליכע פלעצער ווי עס איז מרומז אין די תורה (ער צייכנט נישט צו קיין מראי מקומות) און ער פירט אויס אז די צדוקים האבן נישט געהאלטן פון די גאנצע מעמד.
ווי פארשטענדליך האבן די צדוקים נישט געקענט אויסהאלטן אז די ערליכע אידישע קינדער האבן אזא הערליכע און פרייליכע זאך ווי שמחת בית השואבה און ניסוך המים וואס איז א מצוה דרבנן, און עס איז זיי געגאנגען אין לעבן דאס צו צושטערן. יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס ינאי המלך האט דווקא ביי ניסוך המים באשלאסן צו צייגן ווער עס איז בעל הבית, און ער האט ארויפגעגאסן די וואסער אויף זיין פיס אנשטאט אין די ספעציעלע לאך. אבער די פרושים האבן דאס נישט פארשוויגן, דער צדוקי וועט בשום אופן נישט צושטערן די הייליגע מצוה פון ניסוך המים! און ער האט געכאפט מיליאנען אתרוגים אין קאפ, אז די מזבח האט זיך דערפון צובראכן.
א שיינער געדאנק שרייבט איינע פון די מפרשים פארוואס מ'האט אים באווארפן דווקא מיט אתרוגים? ווייל דאס אז מ'נעמט א אתרוג פאר ד' מינים איז דאך אויך א דרשת חז"ל, אין פסוק שטייט נאר ולקחתם לכם פרי עץ הדר, עס שטייט נישט וועלכע פרק, און חז"ל לערנען אונז אז דאס איז דער אתרוג. דערפאר ווען ינאי האט געוויזן אז ער איז א צדוקי, האבן די פרושים געזאגט אז אויב אזוי פארוואס שאקלט ער מיט אן אתרוג, ער קען דאך פונקט אזוי נעמען אן עפל פאר פרי עץ הדר? אבער וויבאלד די צדוקים האבן נישט געטראפן עפעס א צווייטע פרוכט מיט וואס צו שאקלן, האבן זיי אויך גענוצט די אתרוג כאטש וואס לשיטתם האט עס נישט קיין מקור. דערפאר האבן די פרושים אים געווארפן די אתרוג, צו ווייזן ער זאל נישט פארדרייען א קאפ און אויפערן מיט זיינע צדוקי'שע מעשיות...
די שוידערליכע שחיטה אויף חכמי ישראל
אבער מיט ינאי איז דער ניסוך המים בכלל נישט געווען די ערשטע פרשה, און אויך ווייט נישט דאס לעצטע. דער מצב דעמאלט איז געווען אז דער קעניג האט געהאט די כהונה גדולה, אבער א גאנץ יאר האט ער דאך ינאי נישט געהאלטן ביי גארנישט, דערפאר האט ער פארקויפט די כהונה גדולה פאר דער צדוקי וואס האט אים געצאלט די מערסטע געלט - אפגעזען ווי פראסט יענער איז געווען - און ווען ס'געקומען צו א מעמד ווען דער כהן גדול באקומט כבוד, אזויווי ביי ניסוך המים, האט ינאי איבערגענומען די כהונה אויף יענעם טאג. ווי פארשטענדליך האט ער יעדעס יאר נאכאמאל פארקויפט די כהונה ווייל די צדוקי'שע כהנים גדולים זענען געשטארבן אין די מאסן יעדן יום כיפור.
ווען האט זיך אנטוויקלט אין ינאי אזא שנאה צו די פרושים? פארציילט אונז די גמרא אזוי (קידושין סו.): ינאי איז געווען אמאל אין די פלאץ אין מדבר וואס הייסט כוחליות און ער האט דארט איינגענומען 60 גרויסע שטעט. ווען ער איז צוריק מיט א זיג איז ער געווען גוט אויפגעלייגט און געמאכט א גרויסע סעודה. ער האט גערופן די חכמים און זיי געזאגט "אונזערע עלטערן האבן געגעסן געזאלצענע עסן ביים בויען די בית המקדש, לאמיר אויך עסן געזאלצענע מאכלים אלץ זכר צו אונזערע עלטערן". מ'האט אזוי געטון און זיך געזעצט צום סעודה.
איז דארט געזעסן איינער א צדוקי וואס איז געווען באקאנט פאר א שלעכטער פארשוין און א פינסטערער לץ מיטן נאמען אלעזר בן פועירה, וואס האט געוואלט העצן אויף די פרושים, האט ער געזאגט פאר ינאי אז די פרושים האבן אים פיינט, און אויב ער וויל עס באשטעטיגן זאל ער אנטוען די הייליגער ציץ אויף זיין קאפ, און קוקן וואס עס וועט פאסירן. די סיבה פארוואס אלעזר האט דאס געזאגט איז געווען וויבאלד ס'געווען א שמועה אז ינאי'ס מאמע איז געפאנגען געווארן אין גוי'אישע הענט, און אויב איז דאס אמת איז ינאי א בן חללה וואס איז אסור צו טוהן די עבודה.
ינאי האט טאקע אנגעטוען דעם ציץ, און איינער פון די זקנים מיטן נאמען יהודא בן גדודיה האט געבעטן איידעלערהייט פון ינאי, אז היות ער האט שוין די קרוין פון מלוכה זאל ער איבערלאזן די קרוין פון כהונה פאר א צווייטן. ינאי איז געווארן בייז און אויסגערופן אז ער וויל הערן פון עדות אז זיין מאמע איז געווען א דינסט אין גוי'איש'ע הענט. ווי פארשטענדליך האט זיך קיינער נישט אנגערופן מורא האבנדיג פון דעם אויפגעברויזטן קעניג. האט ינאי פארטריבן פון דארט מיט כעס אלע פרושים, און זיי געווארנט זיך נישט צו באווייזן מער פאר זיינע אויגן.
אבער דער באנדיט אלעזר בן פועירה איז נאכנישט צופרידן געווען. מיט זיין געשליפן צינגל האט ער געזאגט פאר ינאי אז אויב ער וועט זיך לאזן טרעטן פון די 'בלבולים' וואס די פרושים מאכן אויף אים וועט ער איינס צוויי פארלירן די מלוכה. ער האט געווארנט ינאי אז פאר זיין טובה זאל ער שוין אויס'הרג'נען אלע חכמים רחמנא לצלן. ינאי האט אבער אביסל מורא געהאט און געפרעגט פון די צדוקי: ווער וועט דעמאלט לערנען תורה מיט די אידן? האט דער רשע דער צדוקי אלעזר געזאגט מיט א פרעכהייט: "די תורה ליגט אין א ווינקל, ווער עס וויל קען עס לערנען. ווער זאגט אז תורה דארף מען לערנען מיט א רבי'ן?" (עפ"ל).
וואס האט דער בלוטיגער אכזר און רוצח ינאי המלך געטון? ער האט צוזאמגערופן אלע חכמי ישראל, און מיט גרויס אכזריות האט דער מערדער אויסגע'שחט'ן די הייליגע תנאים אויף וואס די וועלט איז געשטאנען און געלאכטן. ער האט זיי אומגעברענגט פארוואס? ווייל ער איז א בן חללה! די וועלט איז א שטיק צייט געווען וויסט און פוסט פון תורה, און ס'האט אויסגעזען ווי די פארשאלטענע צדוקים האבן ח"ו געהאט א נצחון און די פרושים גייען אונטער. אבער עס האט נאר אויסגעזען. אין פאקט איז אונטערערדיש, אונטער די נאז פון ינאי פארגעקומען ערנסטע אקטיוויטעטן צו לערנען מיט אידן תורה שבע"פ, ווי אונזער הייליגע חכמים האבן געלערנט ביז דעמאלט. ווער האט דאס אפגעטון?
די תנאים שפילן אויס ינאי
ינאי המלך האט געהאט א שוואגער, דער גרויסער תנא שמעון בן שטח. די שוועסטער פון שמעון בן שטח - וואס איז געווען ינאי'ס קעניגן - האט תיכף ווען ינאי האט זיך גענומען מארדן די חכמים, שנעל געשיקט א שליח צו איר ברודער ער זאל זיך באהאלטן כדי די בלוטיגע האנט פון ינאי זאל אים נישט דערגרייכן. ער האט זיך טאקע באהאלטן און געטראפן נאך א תנא וואס איז אנטלאפן פון ינאי, יהושע בן גמלא. צוזאמען האבן זיי געמאכט א שטיקל צו ינאי. יהושע בן גמלא איז געגאנגען און אפגעקויפט די כהונה גדולה פון ינאי, אזוי האט ינאי געמיינט אז ער איז א צדוקי, ווייל די פרושים האבן דאך נישט געקויפט די כהונה גדולה קיינמאל...
אזוי האבן שטילערהייט די צוויי תנאים אריינגעברענגט פרישע ערליכע כהנים און צוריק זיך אריינגערוקט אין סנהדרין, אזוי אז די לצים די צדוקים האבן זיך נישט געפילט אין פלאץ און אפגעטראגן פון דארט, און די קאנטראל פון די בית המקדש און סנהדרין איז צוריק אריין אונטער די פרושים אזוי אומבאמערקטערהייט, און אזוי איז עס אפגעראטעוועט געווארן אין די לעצטע מינוט.
ינאי איז טאקע געווען א רשע אבער נישט קיין שוטה. ער האט אנגעהויבן צו כאפן וואס די פרושים האבן דא געטון מיט אים, און ער איז אריינגעפאלן אין אזא כעס אז ער האט באשלאסן איינמאל פאר אלעמאל צו ווייזן ווער עס האט די לעצטע ווארט. יענע אנהייב יאר האט ער באשלאסן צו גיין עד הסוף און טון וואס מער צדוקי'שע משוגעת'ן אין בית המקדש. חז"ל פארציילן אין ירושלמי (יומא יט.) אז יענע יום כיפור האט ינאי אליין געמאכט די עבודה כאטש וואס ביז דעמאלט האט עס דער אפגעקויפטער כהן דורכגעפירט, און ער איז געווען זייער פריילעך. האבן אים זיינע חברים די צדוקים געפרעגט וויאזוי ער האט נישט מורא פאר זיין לעבן? ענטפערט ער אז ער ווארט שוין קוים אויף די טאג וואס ער וועט טון אנדערש ווי די פרושים.
צווישן יו"כ און סוכות האט מען פארברענט א פרה אדומה, וואס לויט די חכמים מוז דער כהן וואס פארברענט די פרה זיין א טבול יום, און לויט די צדוקים טאר דער כהן נישט זיין קיין טבול יום. ינאי האט זיך גע'טובל'ט און געצויגן ס'זאל ווערן נאך די שקיעה, כדי ס'זאל שוין נישט זיין אין די טאג פון די טבילה. ווען רבי יוחנן בן זכאי האט באמערקט וואס ער פלאנט דא צו טון, איז ער צוגעגאנגען צו ינאי און אים דערלאנגט א פליק אין אויער אז ער איז געווארן א בעל מום און נישט געמעגט מער פארברענען די פרה אדומה!... און אין יענעם סוכות איז פארגעקומען די פרשה מיט די ניסוך המים פון וואס מיר האבן געשריבן. למעשה איז ער קראנק געווארן נאכן כאפן די אתרוגים און ער איז געשטארבן, אין די טאג פון זיין טויט האבן חז"ל באשטימט פאר א יום טוב, אז זיינע פינסטערע פלענער זענען דורכגעפאלן ב"ה, ווייל...
נצח ישראל לא ישקר!!!
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט