דער גלות איד זינגט איבערן אייביגן איד: א סוכה'לע א קליינע...

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

דער גלות איד זינגט איבערן אייביגן איד: א סוכה'לע א קליינע...

שליחה דורך אדנירם »

א סוכה'לע א קליינע,
מיט ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט...



דער ניגונ'דל איז אנדערש ווי אלע אנדערע ניגונים וואס מיר זינגען אום יום טוב סוכות. פון די לעבעדיגע 'ושמחת בחגך', ביז די פרייליכע 'אתה בחרתנו', און פון דארט צו שיינע ניגונים פון הלל, איז קיין איין ניגון נישט קיין נאנטער אדער ווייטער קרוב צו דעם אלטן שטילן עטוואס אימה-אנווארפנדן לידל.

דאס ברימט מען ארויס מיט אן אנגעזעצטע תנועה'לע, ווען ס'רוב אנשי שלומינו קענען נישט די ווערטער ביזן סוף. ס'איז בעיקר א מנהג עתיק יומין וואס מ'מוז אנהאלטן, טראצדעם וואס מיר וואונדערן זיך אפט וויאזוי עס זאגט זיך ארויס פון אונזער מויל, ווען מיר זיצן צומאל אין א גרויסע באפעסטיגטע סוכה, נישט קיין קליינע און נישט מיט געמיינע ברעטעלעך.

אלזא, הגיע זמן גאולתכם. לאמיר אביסל דערציילן איבער וואס די ניגון קומט דא דערציילן, און פארוואס מיר קענען זיך אפטמאל שווערליך אידענטיפיצירן דערמיט - הגם מיר וועלן דאס שטענדיג זינגען אלס חק נתן ולא יעבור...

[center]***[/center]

[center]די סוכה = אן אפשפיגלונג פון די צרות אין גלות.[/center]
ווער עס קוקט נאר א טראפעלע אריין אין די ווערטער, זעט איין נקודה וואס פארט אדורך ווי א דינע ליניע, לאורך כל הבתים. דער מחבר הפיוט, קענטיג א פארצייטישע גלות איד, גייט אדורך די אידישע פיין און צער לאורך הגלות, וואס שפיגלט זיך פשוט אפ אין די בתים פונעם שיר.

איך ווייס נישט אויב דער מחבר השיר האט עס בכוונה אזוי אוועקגעשטעלט, אדער פשוט וויבאלד ער איז געווען א ריכטיגער גלות איד אין דער אלטער היים, זעט מען א 'פירוש חי' אויפן גלות איד אין זיין שיר.

אזוי צו אזוי, קרעכצט ער אפ איבערן גורל פון די אידעלעך, וואס בויען א צוקראכענע סוכה, וואס שטייט קוים מיט צרות, און די ווינט שניידט אריין און פרובירט חרוב צו מאכן אלסדינג, פון די ליכט ביז די סוכה זעלבסט. אבער די סוכה, די ענדלאזע סוכה, באזיגט אלע בייזע ווינטן!

דאס איז טיפישע אידישע פאלקסלאר, וואס ברענגט ארויס דעם נצח ישראל, צו דירעקט צו אומדירעקט. אזוי אויך ברענגט עס ארויס די פיין און בייזע ווינטן מסביב, און ווי פארשטענדליך - דאס אידישע חיי דחקות וואס פארמינערט נישט די אינערליכע שמחה וואס שפרודלט פארט, אדאנק אונזער פנימיות'דיגע פרישקייט.

[center]*[/center]

לאמיר צוזאמען זען די שטיקלעך פונעם ליד:

א סוכה'לע א קליינע,
פון ברעטעלעך געמיינע,
האב איך מיר א סוכה'לע געמאכט.
באדעקט דעם דאך,
מיט אביסעלע סכך,
זיץ איך מיר אין סוכה'לע ביינאכט.

א ווינט א קאלטן,
בלאזט דורך די שפאלטן,
לעשן די ליכטעלעך זי וויל.
עס איז מיר א חידוש,
ווען איך מאך מיר דארט קידוש,
און די לעכטעלעך זיי ברענען גאנץ שטיל.

זיי נישט קיין נאר,
האב נישט קיין צער,
זאל דיר די סוכה נישט טון באנג.
עס איז שוין גאר,
באלד צוויי טויזנט יאר,
און די סוכה'לע זי שטייט נאך גאנץ לאנג.



דער ערשטער שטיקל רעדט פון די אידישע דלות און ביטערקייט, ווי מ'האט צאמגעשטעלט א סוכה פון ארימע ברעטער און קארגע סכך. דער צווייטער שטיקל רעדט שוין דירעקט פון די אידישע צרות, אלס תוצאה פון דלות אדער סתם אזוי, וואס באווייזן אבער נישט צו פארלעשן דאס אידישע ליכטל. און אינעם דריטן שטיקל פירט ער אויס בנחמתן של ישראל, אז די סוכה בלייבט שטיין שוין צוויי טויזנט יאר, און וועט בלייבן שטיין אויף שטענדיג.

דער אויספיר, ווי ער דערמאנט אז די סוכה'לע שטייט שוין באלד צוויי טויזנט יאר, איז בפשטות א קלארע ראיה אינעם כוונת השיר, אז ס'גייט נישט ארויף אויפן סוכה דירעקט נאר אויף כלל ישראל אין גלות. די סוכה איז א גוטע דמיון, סיי צוליב דעם וואס זי איז א דירת עראי און נישט דער דירת קבע [ירושלים בבנינה], סיי צוליב דעם וואס די סוכה'לע איז אן ארימע, בלאסע, צאמגעפאלענע, פול מיט צרות און פיין, און סיי צוליב דעם וואס דאס ווייזט אויפן עתיד - די סוכה בלייבט שטיין טראץ אלעם.

[center]***[/center]

[center]ווען איז דער ליד באשאפן געווארן?![/center]
אין די תקופה ווען אברהם רייזען האט געלעבט, איז די גאנצע וועלט - דאס אידישע אידנטום בכלל זה - געווען פארנומען מיט די 'אידן פראגע'. הערצל פון איין זייט, טראצקי פון די צווייטע זייט, אבער אלע 'איזמס' האבן פרובירט צו מפענח זיין וואס און וואו גייט דער איד געהערן אין עתיד.

רייזן זעלבסט איז געווען א רוסיש/ליטווישער איד, וואס האט דורכגעלעבט די ענדערונגען אין רוסלאנד - וואס האבן געהאט גרויסע אויסווירקונגען אויפן רוסישן אידנטום. ער האט מיטגעהאלטן די צארישע רעזשים, די באלשעוויקן ביים רעוואלוציע, פעטליורא'ס פאגראמען, די שווארצע מאה'ס, און ענדגילטיג - די קאמוניסטישע רעזשים [אין וועמענס אידעאלאגיע ער האט געגלייבט].

דורכאויס די תקופה, איז זייער שטארק געווען פארשפרייט די אידישע האפענונג, 'דער אייביגער איד', דער וואנדעריגער איד וואס לעבט פארט איבער אלע זיינע פיינונגען. אסאך מעשיות און שירים זענען אפגעשריבן געווארן אין דעם ריכטונג, און אונזער "א סוכה'לע א קליינע" איז נישט אנדערש פון זיי.

דער טאן וואס באגלייט דער ניגון, איז אויך מעיד יותר מאלף עדים איבערן תוכן פונעם ניגון. א טאן וואס איז אנגעפאקט מיט אידישע צער, געמישט מיט געגועים, אבער אויך מיט האפענונג פאר א בעסערן מארגן.

ביי אונז היימישע קומט דער ניגון באגלייט מיט זייער א הארציגן אויספיר:
אוי הרחמן, הוא יקים לנו, את סוכת דוד הנופלת,
אוי הרחמן, הוא יקים לנו, את סוכת דוד הנופלת.


איך ווייס נישט אויב אברהם רייזען זעלבסט האט צוגעלייגט דעם שטיקל אדער נישט, אבער ס'איז זיכער אז חוץ פונעם דמיון בולט צום 'רעיון הניגון' איז עס אויך חלק פונעם זעלבן הארץ-רייסער, דער זעלבער האפענונג אז ס'וועט קומען א בעסערע מארגן. אויב די וועלט האט צוגעלייגט דעם שטיקל, איז עס צוליב דעם וואס ס'האט פשוט אריינגעפאסט כמין חומר.

[center]*[/center]

נאך א שטיקל וואס איז אראפגעברענגט געווארן אין זמרשת ווי אין פורום בחדרי חרדים, גייט ווי פאלגענד [בערך. אין געוויסע ערטער זענען א היבשע פאר ווערטער (פונעם ניגון בכלל) געטוישט]:

ביים ערשטן געריכט,
מיט א בלאסן געזיכט,
טראגט מיר מיין טאכטער'ל אריין.
זי שטעלט עס אוועק,
און זאגט מיט גרויס שרעק,
טאטע'ניו די סוכה פאלט באלד איין.


דאס טאכטער'ל ווייסט נישט אז נצח ישראל לא ישקר, יונג און אומרייף האט זי נאכנישט גענוג געזען אין איר לעבן, און מיינט אז "טאטע'ניו, די סוכה פאלט באלד איין".

אבער דער טאטע וואס האט שוין גענוג געזען און מיטגעהאלטן דורכאויס זיין לעבן, בארואיגט איר מיטן אויבנדערמאנטן שטיקל פון "זיי נישט קיין נאר, האב נישט קיין צער"... ווי צו זאגן, דערשרעק דיך נישט פון יעדע נייע בייזע ווינט, מה שהיה הוא שיהיה, אבער דער סוף איז אז דער אייביגער איד לעבט אלעמען איבער!

אין א ביינדל ווארפעריי פאר אונזער ידיד החכם [tag]אבטולמוס[/tag], איז כדאי אנצומערקן איבערן זעלבסט צענזור וואס די ניגון האט גענומען במחנינו, ווען די גאנצע שטיקל איז ארויסגעווארפן געווארן. צו וועגן דאס עצם דערמאנען די טאכטער'ל, צו וועגן די גרויסע מאס אנגסט וואס באגלייט דעם שטיקל. אזוי צו אזוי, אינטרעסאנט איז עס.

[center]*[/center]

איך זע אז כדברינו כתבו בויקי אויפן שיר: אחד משיריו הוא השיר היידי "א סוכה'לה א קליינע" המתאר סוכה רעועה העומדת ליפול, אך עומדת בכל זאת. השיר מדמה את הסוכה לעם היהודי, שחי ומתקיים אלפיים שנה אף על פי שפעמים רבות דומה כי לא ישרוד.

אפילו אין זמרשת שרייבן זיי ביים ענדע: מיכל גור-אריה כותבת ב"והגדת לבנך: על חגים ומועדים לישראל" (ספריית פועלים, תשמ"א), עמ' 41: במאה הקודמת השווה משורר עברי את חיי הבדידות והסכנה של היהודים בגלות לישיבה בסוכה פרוצה לסערות ורוחות.

און אזוי זעט מען איבעראל וואו דער שיר ווערט דערמאנט.

[center]***[/center]

[center]'גלות אמעריקע' קעגן דער אלטער היים...[/center]
היינט צוטאגס, ווען רוב מענטשן זינגען דאס שפירט מען אדער נאסטאלגיע צום אמאל, אדער ווערט עפעס אומעטיג ביים הארץ.

כוונת שניהם אחת היא, מיר לעבן אין א וועלט פון לייטערס סוכות וואס מאכט אז מיר האבן נישט קיין שייכות צום אמאליגן צוזעצטן סוכה'לע. ס'דא וואס כאפן די געשמאק פון אן אמאליגן ניגון מיטן אמאליגן אפטייטש און שפירן נאסטאלגיע צום אלטן היים, וואס זיי דרוקן אויס מיט דעם ניגון. אנדערע ווידער, שפירן זיך אומעטיג מיט ווערטער וואס קלעבן נישט צום מציאות, און א שיין געדעקטע זילבערווארג באצירטע טיש איז א שטיקל סתירה צום אמאליגן קעלט וואס בלאזט דורך שפאלטן און באדראעט חרוב צו מאכן די סוכה.

מיר לעבן גשמיות'דיג אנדערש פונעם אמאל, נישט נאר סוכות, נאר אין אונזער גאנצער מהות און וועזן. מיר זענען אמעריקאנע פאטריאטן, מיר זענען רעכטע ציונים על פי רוב, מיר דרייען זיך ארום פראנק און פריי, פרייליך און צופרידן, און קוים וואס מיר געדענקן דעם גלות ווען מ'הייסט מוחה זיין קעגן די ציונים, אדער אפאר היימישע אידן וואס זיצן אין תפיסה פארן זיך פארזינדיגן צום רעגירונג.

א קינד וואס הערט דעם ניגון מיט די אמאליגע קנייטשן, האט קיין אנונג וואס דאס באדייט. הגם איך וואלט זיכער געוואלט זיי זאלן איר הערן - מיט איר ביאור [געוויס מיינער...] בייגעלייגט, איז אבער היינט דא א נויגונג צו גלאריפיצירן אלעס, ווייל מיר לעבן שוין נישט אין גלות, מיר נוצן עס נאר ווען עס שמעקט אונז.

[center]*[/center]

ידידנו החכם [tag]העניך[/tag] האט דערביי געמאכט א ריכטיגער אבזערוואציע, מיטן מסביר זיין וויאזוי היינט צוטאגס גייט אלסדינג אריבער א טראסנפארמאציע פון טראדיציאנאלע ראמאנטיקע [כ'שרייב דייקא נישט 'ראמאנטיזאציע', ויש הבדל בביאורם] ביז גלאריפיקאציע, און דערפאר איז זיין מיידעלע אהיימגעקומען מיט א שיין קלינגעדיג ניגונ'דל איבער א סוכה'לע וואס קנאקט אוועק אנשטאט אן אלט צובויגענעם סוכה'לע...

אבער לאו מטעמיה, נישט צוליב אונזער קאנאניזאציע פון נישט קענען זיך פארליבן אין א זיס שטיקל ראמאנטישע לידל, נאר צוליב דעם וואס עס איז נישט אזוי ראמאנטיש ווי אראפמאלענד. עס מאלט אפ א בילד וואס איז רחוק פון אונז ת"ק פרסה, און איז נישט נוגע אין אן אמעריקאנעם לעבנסשטייגער - חוץ אין היסטאריע בוך.


הלואי טאקע, זאלן מיר יא קענען לערנען היסטאריע מיט אונזערע קינדער, און לאזן די שיינע לידער אומגעטשעפעט. פאר אונז עכ"פ, וואלט עס געקענט זיין ראמאנטיש אפצולערנען דעם אמאליגן לעבנסשטייגער און אירע שיינע לידער.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר