שיטת קופערניקוס על רגל אחת

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

שיטת קופערניקוס על רגל אחת

שליחה דורך שמעלקא'לע »

אט הייבן מיר אהן פונדאסניי מיט א פרישקייט פרשת בראשית, וויאזוי השי"ת האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג. אין די בריאה ליגט באהאלטן גאר וואונדערליכע סודות און פליאות, די נאטור איז אזוי דראמאטיש און אטעם פארכאפנד אז וויפיל מ'וועט שרייבן וועלן מיר נאכאלץ אין ערגעץ נישט אנקומען. לאמיר אצינד באהאנדלען א נושא וואס האט אויפגערודערט א וועלט, דאס איז די "שיטת קופערניקוס" וואס האט געטוישט די מיינונג פון מענטשן איבער א וואונדערליכע אנטפלעקונג אין די בריאה.

ווער דרייט זיך: די וועלט אדער דער זון?

דער אנגענומענער מיינונג

פון בריאת העולם און ווייטער האבן מענטשן אלץ געהאלטן אז די וועלט שטייט אינמיטן פון די בריאה, און ארום איר דרייען זיך די זון, די שטערנ'ס און אלע פלאנעטן. מ'זעט אין תנ"ך אז אזוי איז געווען אנגענומען, אין תהלים זעט מען מערערע מאל אז דער זון איז דער וואס דרייט זיך (והוא כחתן יוצא מחופתו, מקצה השמים מוצאו, א.א.וו.) עס איז באקאנט די פסוק אין קהלת וזרח השמש ובא השמש, בקיצור, די זון איז דער וואס מאכט הקפות ארום די וועלט. פיר אין צוואנציג שעה א טאג פארט דער זון, זומער גענויגט צו צפון זייט און ווינטער מער צו דרום.

קופערניקוס רודערט אויף די וועלט

ארום 400 יאר צוריק איז אבער אנגעקומען א גויאישער אסטראנאם מיטן נאמען ניקאלאס קופערניקוס, און געמאלדן אז די וועלט האט א טעות! נישט דער זון דרייט זיך, נאר גאר די וועלט דרייט זיך ארום דעם זון!

עס איז תיכף געווארן אן איבערקערעניש, מענטשן האבן אים שארף פארדאמט און אראפגעריסן פארן זאגן אנדערש ווי אלע חכמים ונבונים ביז צו זיינערצייט, ער האט מיטגעמאכט צרות צרורות א דאנק זיין אויפדעקונג, וואס איז אנגענומען געווארן אויפן גאס ווי כפירה ממש.און מ'האט אים געסטראשעט מיטן לעבן אויב וועט ער נישט זאפארט טוישן מיינונג...

אבער די מער געלאסענע און געלערנטע האבן אנגעהויבן גריבלען בעסער אין דעם נושא. ער זאגט דאך נישט סתם ווייל ער האט נישט געטראפן בעסער וואס צו טון מיט זיין צייט, עפעס באווייז האט ער דאך צו זיין טעאריע. ער האט געזאגט אז באמת'ן אריין דרייט זיך דער וועלט אויף צוויי מהלכים. קודם דרייט ער זיך אויפן פלאץ אזויווי א דריידל, אויסער דעם דרייט זיך דער גאנצער וועלט ארום די זון, און איין אזא הקפה נעמט 365 טעג, דאס מיינט א קיילעכיגער יאר.

ער האט א לאנגער הסבר לויט דעם וויאזוי עס ווערט זומער און ווינטער וויבאלד די וועלט דרייט זיך שיעף, און אזוי האט ער לאגישע הסברים - וואס וועט לכאורה זיין שווער פאר די חשוב'ע ליינער צו פארשטיין על רגל אחת – און אזוי האט ער ערקלערט אלע זיינע חשבונות פאר ווער ס'האט אים נאר געוואלט אויסהערן.

די מיינונג פון חכמי ישראל

היות עס איז געווען א נייע ווילד – פרעמדע זאך, האט די וועלט געשטורעמט קעגן אים. עטליכע חכמי ישראל זענען שארף ארויס קעגן אים, צווישן זיי רבי יונתן אייבשיץ (יערות דבש ח"א דרוש ד') און דער בארימטער חכם בעל מעשי טוביה (ח"ב סוף פרק ג'-ד') וועלכע האבן ארויסגענומען זייער פעדער און געשניטן שטיקער אין קופערניקוס.

נאכדעם זענען דא גדולים וואס האבן סתם אראפגעברענגט די שיטה פון קופערניקוס אן צו נעמען א שטעלונג, איינער פון זיי איז דער מהר"ל (נתיבות עולם, נתיב התורה י"ד) וואס ברענגט אראפ די שיטה פון קופערניקוס און נעמט נישט קיין שום מיינונג. אויך דער חתם סופר ברענגט די שיטת קופערניקוס (תורת משה ואתחנן ד"ה אשר חלק) און כאטש וואס ער איז נישט מכריע, שרייבט ער אבער אז מ'קען פארשטייין ענדערש אז די זון דארף באדינען דעם וועלט און נישט פארקערט.

דער ספר הברית וואס איז ידוע אלץ א גאון עצום בחכמת הבריאה, שרייבט (ח"א מאמר ט' פרק ח') אז קופערניקוס איז טאקע נישט 100 פראצענט גערעכט, אבער מיט דעם אלעם מיינט נאכנישט אז ווער עס האלט ווי אים איז אן אפיקורס וכדומה, ווייל זיין שיטה איז נישט אויסגעהאלטן טאקע על פי טבע, אבער מצד די תורה איז דאס אויסגעהאלטן.

אבער אין ספר יד הקטנה (אויף וואס דער הייליגער חפץ חיים האט געבויט זיין ספר) נעמט ער זיך יא שטארק אהן אויף קופערניקוס'נס זייט, און ער רימט אויס די חכמה און קלוגשאפט פון קופערניקוס וואס האט אזוי שיין אויסגעגלעט זיין שיטה מיט הערליכע ראיות וכדומה.

וואס האבן חז"ל געמיינט?

די וואס זענען נאך געווען דערקעגן איז נאר געווען בשעתו ווען די וועלט האט געשטורעמט קעגן אים, און מענטשן האבן נישט פארשטאנען פונקטליך זיין מהלך, וואס איז קרום פארטייטשט געווארן. אבער מיט די צייט האט מען אנגעהויבן צו זען אז ער האט גאנץ גערעכטע טענות, און אלע לעכער פון זיין שיטה האבן באקומען לאטעס. בפרט היינט מיט די טעכנאלאגיע זעט מען קלאר אז ער איז גערעכט, די וועלט דרייט זיך טאקע ארום דעם זון.

לויט דעם דארף מען דאך נעמען אין באטראכט אז אין די פסוקים וואס מיר האבן פריער געברענגט איז משמע אז די זון דרייט זיך און נישט דאס וועלט. אין תירוץ איז אז "דברה תורה כלשון בני אדם", עס איז אזויווי מענטשן האבן גערעדט בימים ההם, אז די זון נעמט ארום ס'וועלט.
און מיט די צייט האט מען גאר באמערקט אז דער זוהר הקדוש שרייבט שוין קלאר אז די וועלט רינגלט ארום דעם זון, אין פרשת ויקרא שרייבט דער זוהר הק': "די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום ווי א באל, עס זענען דא מענטשן אויפן אונטערשטן חלק וועלט און אויף די אויבערשטן חלק. און דערפאר האט השי"ת באשאפן די וועלט רינדעכיג כדי ס'זאל זיין פאר איין חלק וועלט ליכטיג און ביים צווייטן זייט טונקל." זעען מיר קלאר פון דא אז די וועלט דרייט זיך און נישט די זון.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר