וואו געפינט זיך נח'ס תיבה?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

וואו געפינט זיך נח'ס תיבה?

שליחה דורך שמעלקא'לע »

בס"ד

אין די וואכעדיגע פרשה רעדט די תורה הק' ארום איבער די גרויסע תיבה וואס נח האט אויפגעשטעלט און דערמיט געראטעוועט זיך מיט אלע בעלי חיים, פונעם ביטערן מבול וואס האט פארשוועמט די וועלט. אז מ'קוקט אין די פסוקים זעט מען ווי דער ריזיגער תיבה האט זיך אפגעשטעלט אין די הרי אררט און איז דארט פארבליבן. שטעלט זיך דער שאלה: ווייסט מען וואו דער תיבה איז היינט צוטאג'ס? האט מען דאס אפירגעברענגט במשך די דורות? וואס זאגן דערויף אויספארשער און ארכעאלאגן? אט דאס ווערט געוואר אין די קומענדיגע שורות.

וואס דארף מען וויסן ביים זוכן?

אויב לאזט מען זיך ארויס זוכן דעם תיבה, דארף מען וויסן וואס דאס איז און וויאזוי עס זעט אויס. אין די פסוקים ווערט דאס פונקטליך געשילדערט: 300 אמות די לענג, 50 די ברייט, און 30 די הייעך. דער תיבה האט דריי שטאקן, די אויבערשטע איז געווען א וואוינונג פאר מענטשן, די מיטלסטע פאר חיות, און די אינטערשטע פאר מיסט.

א סימן אויב דאס איז טאקע די ארגינעלע תיבה אדער נישט איז, אז עס האט אין די מיטלסטע שטאק שטיבעלעך, אזויווי די תוה"ק זאגט קינים תעשה לתיבה, און עס האט אויך פארמאגט א פענסטער וואס די תורה רופט "צהר" (לויט איין פשט אין חז"ל), און א טיר ביים זייט און צוגעדעקט מיט א צודעק. די כעמיקאלן וואס דארף געפינען ווערן איז "זפת", די פעך מיט וואס עס איז געווען צוגעדעקט פונדערויסן, און דער דאך איז שפיציג מיט איין גלאטע אמה פון אויבן.

ווי די תורה הק' דערציילט אונז, האט די תיבה געלאנדעט אויף די הרי אררט און פון דארט ענדיגט זיך די געשיכטע מיטן תיבה.

די אררט בערג

באוואפנט מיט די אינפארמאציע, האבן זיך פארשער ארויסגעלאזט אויף א געיעג אפירצוברענגען דעם תיבה. לכאורה איז עס געבליבן אויפן אררט בארג, און מ'דארף נאכגיין וואו די אררט איז, אויב דער תיבה ליגט דארט. און ווען מיר שרייבן איבער אויספארשער מיינען מיר נאך פון עטליכע טויזענט יאר צוריק.

קודם כל, וואו איז די אררט בערג? ווי מ'ווייסט היינט איז די אררט בארג א וואלקאן – בארג אין צפון מזרח טערקיי, און גרעניצט זיך מיט ארמעניע און איראן. אבער צי איז דאס טאקע די הר אררט פון וואס די תורה רעדט? ווער ווייסט? מיט דעם אלעם האבן פארשער און ארכיאלאגן אייביג געהאלטן אן אויג אויף דעם בארג, אין פאל מ'וויל אפירברענגען דעם תיבה.

מ'נעמט העלצער אויף די קורדישע בערג

נאך אין די אלטע טעג האט מען געזוכט און גענישטערט נאך עפעס איבערבלייבענישן פונעם תיבה. דער בבלי'שער היסטאריקער בארסוס (וואס האט געלעבט אין די צייטן פון אלכסנדר מוקדון), שרייבט אז מ'שמועסט איבער די ברוכווארג פון די תיבה אז זי געפינט זיך אין לאנד ארמעניע אויף די קורדישע בערג, און מענטשן וואס האבן קרענק אדער עפעס בייזן, נעמען פון דארט העלצער און דאס איז א וואונדערבארע סגולה פאר אלע פראבלעמען.

דער בארימטער אידישער שרייבער יוסף בן מתתיהו – אדער בעסער בארימט אלץ יוסיפון – ציטירט אויך (אין קדמוניות היהודים, פרק א', ג', ו') פון אסאך שרייבער'ס איבער דעם. ער שרייבט נאכמער, אז ווער עס וויל גייט אהין און מ'צייגט אים וואו גענוי עס געפינט זיך די שיריים פונעם תיבה.

אויב איז דאס ריכטיג, און מ'האט ווירקליך געוואוסט וואו די תיבה געפינט זיך, שטימט דאס מיט וואס חז"ל דערציילן אונז איבער פארשידענע מענטשן וואס האבן גענומען העלצער פונעם תיבה, צווישן זיי סנחריב וואס האט זיך באגעגנט מיטן תיבה ביי זיינע מסעות (סנהדרין צ"ו ע"א) און המן הרשע וואס האט גענומען א ברעט פונעם תיבה צו אויפהענגען מרדכי הצדיק דערויף, און האט אין ענדע אליין דארט געהאנגען (ילקוט שמעוני, בשלח, רנ"ו).

פאלשע קלאנגען

אינעם תקופה פון מיטל–אלטער ווען עס איז געווען א גרויסער מלחמה צווישן די קריסטן און די אראבער ווער עס איז דער 'ריכטיגער' גלויבן, האט זיך יעדער געוואלט אויפווייזן אז ער איז גערעכט און זיך ברענגען ראיות אז נח האט גאר באלאנגט צו זיין גלויבן (עס איז גאר נאריש אזוי צו זאגן ווייל סוף כל סוף האבן אלע געוואוסט אז די אידישע קינדער זענען דער עם הנבחר, נאר ביידע רעליגיעס האבן פשוט פרובירט זייער מזל...)

יעדן שני וחמישי האט מען געהערט פון א פרישער שמויגער וואס האט אנטדעקט די תיבה אין א צווייטע בארג ביים עק וועלט וואס איז געווארן פון איין מינוט אויפן צווייטן די בארג אררט, און נאכדעם וואס מ'האט עס אונטערזוכט איז מען געקומען צום מסקנא אז דאס איז א נייער האלצערנער געביידע וואס איז לעצטנס ארויסגעוואקסן אויף יענעם בארג, און האט מיט נח אדער זיין תיבה קיינמאל קיין שייכות נישט געהאט... ואין קץ לדברי רוח, און דאס האט זיך געצויגן ביז ממש לעצטנס.

איז די תיבה אין טערקיי?

איינע פון די גרעסטע זוכער'ס נאכן תיבה איז געווען דער ארכיאלאג מיטן נאמען ראון וויאט, וואס האט נאכגעפארשט נאך יעדע שטיקל אנטיק וואס ווערט דערמאנט אין די תנ"ך. אין יאר תש"כ האט ער באגעגנט אינעם צייטונג "לייף מאגאזין" א בילד פון א סטרוקטור וועלכע ענדלט צו א שיף, און ליגט צופיסנ'ס פונעם א בארג אין טערקיי וואס ער האט גע'טענה'ט אז דאס איז די אררט בארג, און דאס האט אים געברענגט צו אויפזוכן די תיבה.

(די אנטפלעקונג האט אים געעפנט זיין אפעטיט און שפעטער האט ער אויך געזוכט – און גע'טענה'ט אז ער האט געטראפן – סדום, די מגדל בבל וואס איז געבויט געווארן ביים דור הפלגה און ווערט געברענגט אין די וואכעדיגע פרשה, די פלאץ וואו קריעת ים סוף איז געווען, דעם בארג סיני, די לוחות, וכו').

(למעשה איז געווארן אן אנלויף פון ארכיאלאגן, היסטאריקער און געאלאגן, און נאכן שטודירן די סטרוקטור האבן די געאלאגן איינגעמאלדן פאר ראון וויאט אז דאס איז נישט מער ווי א ריזיגער נאטורליכע פעלזנשטיין, וואס האט נישט קיין שום פארבינדונג מיט תיבת נח. (געאלאגן זענען ערד–וויסנשאפטלער וואס פארשן נאטורליכע ערדישע זאכן, ווי שטיינער און היילן וכדומה).

אנדערע האבן זיך אנגענומען אויפן ארכיאלאג און געקומען מיט סאטעליט בילדער וואס ווייזן אז ס'נישט אבי א שטיין, און מ'האט אפילו אראפגעשיקט דעלעגאציעס מיט פארשער זאלן אויפווייזן אז ס'איז טאקע נח'ס תיבה, אבער די חברה זענען קיינמאל נישט צוריק מיט עפעס זאכליכע באווייזן.

די פרישע ווידיאו זעקס יאר צוריק

אין יאר תש"ע איז ערשינען א ווידיאו פון א גרופע 15 קריסטליכע ארכיאלאגן, פונעם ארגאניזאציע "ען. עי. עם. איי." וואס האבן דארט געוויזן וויאזוי זיי האבן אנטפלעקט א גרויסער האלצערנער געבוי אויפן אררט בארג, אין די הייעך פון 4200 מעטער! די געביידע פארמאגט אסאך שטיבעלעך און מ'זעט קלאר ווי ס'איז געהאקט און געבויט געווארן מיט מענטשליכע הענט.

אויפן ווידיאו באשטעטיגט א פארשער אז נאכן אונטערזוכן די האלץ אין א לאבארטאריע זעט מען אז ס'איז אלט 4,800 יאר, דאס איז טאקע ווען נח האט געבויט די תיבה. די פארשער זאגן דארט אז עס מוז זיין די תיבה פון נח, ווייל מ'האט נישט געטראפן אין די גאנצע געגנט דארט אויפ'ן בארג א סימן פון איינוואוינער ווי מ'טרעפט געווענליך.

נאך א זאך זאגן זיי, אז עס איז נישט מעגליך אז מ'האט דארט געוואוינט, ווייל אין די אטמאספער וואס איז אזוי הויעך דארט איז נישט מעגליך צו וואוינען. און אז די ברעטער זענען צו גרויס און מ'וואלט דאס קיינמאל נישט געקענט ארויפשלעפן ביז אהין, נאר דאס מוז זיין די תיבה – וואס האט געלאנדעט פון אויבן אויפן בארג.

למעשה האבן אבער די וויסנשאפטלער און פארשער נישט ארויסגעגעבן גענוי וואו די "תיבה" איז, מיטן אויסרייד אז מ'וועט דאס פלינדערן און שעדיגן. היות מ'ווייסט נישט וואו דאס איז און די גרויסע וועלט האט נישט קיין צוטריט עס צו אונטערזוכן, ווייסט מען אלזא נישט ווי אויטענטיש דאס איז... און מ'ווייסט אויך נישט מיט א קלארקייט וואו דער תיבת נח האט זיך טאקע באהאלטן.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר