גרים אין די מאסן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

גרים אין די מאסן

שליחה דורך שמעלקא'לע »

[justify]אין די וואכעדיגע פרשה לערנען מיר איבער אברהם אבינו און שרה אמינו, וואס האבן מיטגענומען "את הנפש אשר עשו בחרן". רש"י ברענגט אז דאס זענען געווען די פילע גרים, אברהם האט מגייר געווען די מענער און שרה די פרויען, און מיט די מאסן גרים האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג. וואלט ווען אלזא געווען אינטערעסאנט צו באטראכטן אביסל די היסטאריע בלעטער, און אפירזוכן ווען נאך עס האבן זיך מגייר געווען מאסן מענטשן און זיך איבערצייגט אז יש מנהיג לבירה, און זיך אריינגערוקט תחת כנפי השכונה.
***
זיך מגייר צוליב לייבן - אטאקעס
די ערשטע מאל נאך אברהם אבינו וואס מיר האבן באגעגנט א מאסיווע גירות פון א גרופע, איז געווען די שומרונים, אדער ווי זיי ווערן גערופן אין חז"ל כותיים. ווי דער פסוק דערציילט אין מלכים (ב' פרק י"ז) האט די אימפעריע פון אשור געברענט קיין ארץ ישראל די שומרונים, און געטראגן קיין שומרון אנדערע פעלקער. דאס אלעס איז געווען געצילט צו פארמיידן אן אויפשטאנד, ווייל א מענטש אין א פרעמדער לאנד שפירט זיך פארלוירן און האט נישט די מוט צו אטאקירן.
שפעטער אין די פסוקים ווערט געברענגט וויאזוי זיי האבן זיך מגייר געווען: די אלע שומרונים וואס זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל זענען אטאקירט געווארן פון לייבן. יא, וואו זיי זענען געגאנגען, האבן די לייבן געשניטן שטיקער פון זיי. האבן זיי פון גרויס שרעק – און אויך זעענדיג די כבוד פון כלל ישראל – זיך געוואנדן צו די כהנים און באשלאסן זיך מגייר צו זיין, והמגיפה נעצרה. זינט דאן ווערן זיי גערופן "גרי אריות", דאס מיינט אז די לייבן האבן זיי צוגעברענגט צו ווערן גרים.
עס איז א מחלוקת אין די גמ' אויב זיי זענען אמת'ע ערליכע גרים, און זיי עקזיסטירן נאך ביזן היינטיגן טאג אין ארץ ישראל, בעיקר אין שטאט חולון און אויפן הר גריזים, מיט אייגענע מנהגים און כהנים.
פרסיש'ע גרים
די קומענדיגע מאל וואס מיר באגעגענען זיך מיט אזא ערשיינונג איז געווען נאך די נס פון פורים, ווי עס שטייט אין די מגילה "ורבים מעמי הארץ מתיהדים כי נפל פחד היהודים עליהם", אז זייער אסאך גוים האבן זיך מגייר געווען אין מלכות פרס ומדי.
ווי די פסוק באטאנט איז עס אויך געווען צוליב שרעק אז מ'וועט זיי שלעכט'ס טון, וואס איז נישט ווערד קיין פיאסטער. אין מסכת גרים שטייט טאקע (מסכת גרים איז פון די מסכתות קטנות אין ש"ס, פרק א' משנה ו') אז ר' יהודא און ר' נחמי' זאגן, די אלע גרים בימי מרדכי ואסתר זענען נישט קיין אידן, ווייל נאר ווער ס'זיך מגייר לשם שמים הייסט א גר.
די חשמונאים געפאנגענע
ווי דער יוסיפין שרייבט (קדמוניות י"ג) האבן זיך אין די צייטן פון די חשמונאים מגייר געווען אסאך אדומיש'ע און אראמיש'ע גוים, ווייל נאכדעם וואס מ'האט זיי געפאנגען האט מען זיי גענומען און באפרייט מיטן תנאי אז זיי זענען זיך מגייר.
אבער אין די גוי'אישע מקורות שטייט גראדע אז די אדומיים און ארמיים האבן זיך געבעטן ביי די חשמונאים אז זיי ווילן זיך מגייר זיין, און נאך לאנגע הפצרות האט מען זיי דאס ענדליך נאכגעגעבן.
א קעניגרייך איז זיך מגייר
אין יענע צייטן איז פארגעקומען נאך א גרויסער גיור, ווען די גאנצע קעניגרייך פון חיידאב, (ווערט אויך גערופן הדייב אדער אדיאבן) האט זיך מגייר געווען. דאס איז פארגעקומען אינעם הויפטשטאט ארבליא, און איז באשטאנען פון א געמיש מיט פעלקער. אין יענעם קעניגרייך איז געווען א גרויסער אידישער געמיינדע, וואס האט געפירט אז די קעניגרייך זאל זיך מגייר זיין.
די קעניגן הילני המלכה און איר זון מונבז המלך האבן געשיקט צום בית המקדש הערליכע מתנות און פאנטאסטישע נדבות, נאכדעם וואס זיי האבן זיך מגייר געווען און ארויפגעקומען וואוינען אין ארץ ישראל. זייערע קברים זענען אין מזרח ירושלים, אין הערליכע פאלאצן, וואס זיי האבן געבויט פאר די אידן פון ירושלים.
די אראבישע מלוכה
אין יאר ד"א ס' האט אין מיטל מזרח געהערשט א מלוכה מיטן נאמען "כאמיר", ערגעץ נעבן תימן, וואס איז באשטאנען פון בני ישמעאל. דער קעניג פון כאמיר, יוסאף-דו-נואס האט דעמאלט געפירט מלחמות מיט קריסטליכע לענדער וואו אידן האבן געוואוינט און דאס האט ליידער געברענגט אז די אידישע קינדער זענען געפאלן קרבנות צו ביידע צדדים.
ווען דער קעניג איז קראנק געווארן האבן אים צוויי אידישע דאקטורים אויסגעהיילט נאך וואס אלע דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן האפענונג אויף זיין לעבן, און דאן האבן זיי אים איבערצייגט אז די מלחמות מאכן אים קראנק און בלויז דורך שלום וועט ער קענען ווייטער לעבן רואיג. אלץ הכרת הטוב צו זיי האט ער אפגעשטעלט די מלחמות, און זיך מגייר געווען, ארויסגעבנדיג א באפעל אז ווער עס איז אים געטריי זאל ווערן א איד. אזוי האבן זיך טויזנטער כאמירן מגייר געווען. למעשה זענען איין טאג אנגעקומען זיינע שונאים און אים פלוצים אטאקירט אין א בלוטיגן שלאכט, וואו ער מיט אלע זיינע גרים זענען נעבעך אומגעקומען.
די כוזריים
א באוואוסטע געשיכטע פון א מאסן גיור, זענען די כוזרים. אינעם כוזריש'ן לאנד, איז דער קעניג נאכט-נאך-נאכט אויפגעשטאנען א שווייס-באגאסענער, באזארגט פון א שרעקליכער חלום וואס צושטערט אים פון זיין געשמאקן דרימל. בחלומו האט ער געזען א געשטאלט וועלכע האט אים געזאגט אז זיינע מעשים זענען באוויליגט פאר'ן באשעפער, אבער נישט זיין אמונה...
ציטערנדיגערהייט האט דער פילאזאפישער קעניג אריבערגערופן געלערנטע פון אלע רעליגיעס, אנגעהויבן ביים קריסט און פון דארט צום איסלאם, ער האט געפארשט און געפרעגט, אבער זייערע ענטפערס האבן אים בכלל נישט באפרידיגט. האט דער כוזריש'ער קעניג באשלאסן צו טון דאס וואס ער האט נישט געהאט איבעריג חשק דערצו: אריבעררופן א איד אויף א וויכוח, וואס האט אים צופרידנגעשטעלט.
דער מלך הכוזרים האט געפרעגט פונעם קריסט: לויט דיין מיינונג, וועמענ'ס רעליגיע איז נענטער צום אמת, איסלאם אדער אידן? און דער קריסט האט געענטפערט: געוויס די אידן! נאכדעם האט ער איבערגעפרעגט פונעם אראבער: ווער איז לדעתך מער מיט'ן אמת, דער קריסט אדער דער איד? ווידעראמאל איז געקומען א תשובה: דער איד! הערנדיג דאס האט דער כוזריש'ער קעניג, מיט זיין גאנצער פאלק, וואס זענען געווען זייער גלויביג, באשלאסן זיך צו מגייר זיין. זיי האבן זיך גע'מל'עט און אנגעהויבן זיך צו פירן ווי אידן אפהיטנדיג די תרי"ג מצוות, מיטן פולסטן ערנסטקייט.
רוסישע סאבאטניקעס
אין רוסלאנד איז געווען די סאבאטניקעס (סאוויעטן), א רוסיש-קריסטליכע געמיינדע, וואס האבן זיך געפירט ווי אידן און שפעטער זיך מגייר געווען. די נאמען "סאבאטניק" שטאמט פון די רוסישע ווארט שבת "סאבאט", ווייל זיי האבן געהיטן שבת אנשטאט די קריסטליכע זונטאג, זיי האבן זיך געציילט צו צען טויזענט מענטשן איבערן סאוויעטישן פארבאנד.
זיי זענען געווען דריי גרופע'ס, איין חלק געהעריגע קריסטן אבער געהיטן שבת, די צווייטע חלק געווארן קראים (די היינטיגע צדוקים וואס היטן נאר תורה שבכתב, פארלאנגט א שמועס פאר זיך), און די דריטע זענען געווארן געהעריגע ארטאדאקסישע אידן וואס זענען דורך א ערליכער גירות ביי א בית דין.
די פאלאשן
אין ארץ ישראל האט די ציוניסטישע סוכנות ארויפגעברענגט פון עטאפיע שווארצע מענטשן וואס טענה'ן אז זיי זענען אידן, און זיי זענען דערקלערט געווארן ביי געוויסע אלץ די עשרת השבטים. אבער די רבנים האבן פארלאנגט זיי זאלן זיך געהעריג מגייר זיין, און נאר אזוי וועלן זיי זיין ראוי לבוא בקהל ה'. די פאלאשן האבן מוחה געווען אויף די דערנידערונג, זאגנדיג אז אלע יארן האבן זיי געהיטן אידישקייט מיט מסירות נפש.
די ציוניסטישע רבנות און זייערע נאכשלעפער האט אויפן באפעל פונעם רעגירונג מתיר געווען די פאלאשן, אבער אלע ערליכע אידן האבן קלאר געזאגט אז אן קיין גיור זענען זיי נישט א חלק פון כלל ישראל. דעמאלט האבן אסאך פאלאשן זיך מגייר געווען, און דאן אנערקענט געווארן אלץ אידן מיט די דעת תורה.[/justify]
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר