דריי מאל געוואונטשן (אסיף/וועקער #6)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

דריי מאל געוואונטשן (אסיף/וועקער #6)

שליחה דורך אדנירם »

[center]א.[/center]

שיקאגא, אלול תשמ"ט.

'עס איז שוין 9:45 ביינאכט, פופצן מינוט נאך אונזער אפגעשמועסטער "אפוינטמענט", וואס גייט דא פאר?', האט דאקטאר ד. געטראכט צו זיך, היבש גערעגט אויפן 'צווייטן צד' וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צום אפגעשמועסטן צייט.

צען אזייגער ביינאכט, האט דער דאקטאר - א יעקישער פערזאן - זיך אזוי גערעגט, אז ער האט אנגערופן זיין ווייב און איר געזאגט, אז ער קומט שוין אהיים. "א חוצפה! מ'געבט מיר א צייט – 9:30, איך בין שוין דא געווען פינף מינוט פריער, און למעשה זענען זיי שוין א האלבע שעה שפעט! גענוג איז גענוג".

זיין ווייב'ס אנטווארט איז געווען קורץ, אבער שארף: "האנני, יו אר נאט קאמינג האום ביפאר יו טאלק טו הים! ביי ביי!" - - -

[center]***[/center]
דאקטאר ד. [נאמען געהיטן אין רעדאקציע. איך ווייס ווער דער מדובר איז], אן 'איינשלעפער', אדער בעסער באקאנט מיטן ענגלישן טיטל - אן anesthesiologist, אין איינע פון די בארימטע שפיטעלער אין שיקאגא, איז אן ארטאדאקסישער איד, א יעקישער אפשטאמיגער און היבש פארביסענער מתנגד. ער קען נישט קיין רבי'ס, ער גלייכט נישט קיין חסידים, און זעט זיי טאקע קוים פאר די אויגן.

ער איז אן ערליכער איד, א שטול-פארטרעטער פארן געווענליכן בעל קורא, און א קובע עתים לתורה.

אבער קובע עתים לתורה איז ער נאר אדאנק א מעשה שהיה, און דייקא א חסיד'ישע רבי איז שולדיג אין אים מאכן קובע זיין עתים לתורה.

[center]***[/center]
"מיר האלטן שוין איבער צען יאר נאכן חתונה, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו א בן זכר. איך האב געהערט אז א גרויסע צדיק איז דא אין שטאט, גיי ביטע אריין צו אים און נעם א ברכה אז מיר זאלן האבן א יונגעלע בעיבי" – נאום, מרת ד. צו איר מאן דער דאקטאר.

ער האט רעאגירט מיט א געלעכטער: "א ראביי? א 'חאסידיק ראביי'? מיינסט טאקע אז ער קען עפעס אנוואונטשן? זיין ברכה איז עפעס מער ווערד ווי א צווייטנס ברכה? איי'ם נאט גאואינג טו דעט ראביי, דזשאסט פארגעט עבאוט איט!".

איר שארפע בליק האט אים פארשטיין געגעבן, אז דאסמאל וועט זי נישט נאכגעבן.

ווי אין די ביכלעך פון די 'דערציילונגען פון צדיקים', געמאהלט דורך הכטקופף. ממש אזוי האט זיך דא איבערגעשפילט אפאר הונדערט יאר נאך די מעשיות פון דעם בעש"ט זעלבסט.

ער לאכט פון רבי'ס, גלייבט נישט אין קיין מופתים, און זי – א תמימות'דיגע אידענע, ווייסט נישט פון קיין חכמות, האט אמונת צדיקים, און שטופט דעם מאן נגד רצונו – "גיי נעם א ברכה פונעם רבי'ן"!

און אזוי האט זיך דאקטאר ד. געטראפן רופן דעם גבאי'ן פון רבי'ן, צו מאכן אן אפוינטמענט ווען ער זאל קענען אריינגיין צום רבי'ן פאר א ברכה. די זמן איז אפגעשמועסט געווארן אויף מוצאי שב"ק, 9:30 ביינאכט.

ביים גבאי'ן האט עס געמיינט, נישט פריער. ביים דאקטאר האט עס געמיינט, נישט שפעטער.

[center]***[/center]
ווען דער יעקישער דאקטאר איז אנגעקומען פינף מינוט פריער פונעם אפגעשמועסטן צייט, האט ער אייגנטליך ארויסגעגעבן זיין אידענטיטעט ווי ווייניג ער האט ארויס דעם חסיד'ישן סיסטעם. אבער אפילו ווען ער וואלט נישט געווען אזא יעקע, קען מען רואיג אננעמען אז ער וואלט געווען שאקירט צו דארפן ווארטן אפאר שעה – נאכן באקומען אן אפגעשמועסטן צייט פאר אן אפוינטמענט.

אבער אט דאס איז וואס עס פאסירט, ווען מ'דארף אריינגיין צו – דעם היינט צוטאגיקן זקן צדיקי הדור - דער סקולענער רבי שליט"א [דאן נאך א היבש יונגער רבי, עטליכע יאר נאך זיין טאטנס פטירה].

ווען דאס פאסירט צו אזא יעקע ווי אונזער דאקטאר ד. גייט ער זיך רעגן דערויף עד היום הזה, זיבן און צוואנציג יאר שפעטער...

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר