היסטאריע פון בחורישע גליונות

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

היסטאריע פון בחורישע גליונות

שליחה דורך שמעלקא'לע »

[justify]עס איז מיר אויסגעקומען דעם שבת צו ליינען א שיינער גליון וואס ווערט געשריבן און רעדאקטירט דורך ישיבה בחורים, און איך האב אפגעמאכט צו נאכגיין אביסל, אין חדש תחת השמש, לאמיר געבן א קלער, פון וואנעט שטאמט די געדאנק אז בחורים דרוקן גליונות?! מיר גלייבן אז וואס עס איז אונז אונטערגעקומען איז נישט געווען דאס ערשטע, עפעס א היסטאריע איז זיכער דא דערונטער, אלזא, ווער איז געווען די ערשטע בחור צו פובליצירן אזא גליון?

לאמיר מאכן א כראנאלאגישן איבערבליק איבער'ן ערשטן בחור'ישן אויסגאבע און די נייעס וואס זענען דארט געשטאנען, ווער האט דאס געעפנט? פארוואס? וואס איז געווען די צופאלענער פלאן פון די וולאזשינער ישיבה? ווען האט א בחור'ישע אויסגאבע געדינט אלס א מוסר-פלאטפארמע? און וואספארא גליון וועלעכע איז רעדאקטירט געווארן דורך בחורים האבן אויפגעטרייסלט און אויפגעלעבט די גרעסטע גאונים? לאמיר כאפן א בליק אויף די דברי סופרים...

דאס ערשטע חרדיש'ער אויסגאבע
פיל איידער די חרד'ישע צייטונגען האבן עקזיסטירט, דער מושג פון שרייבן נייעס-בלעטלעך איז נאכנישט געבוירן געווארן, איז געווען די גרינדונג פונעם ערשטן חרדיש'ן אויסגאבע, דער אויסגאבע איז רעדעאקטירט געווארן דורך נישט קיין צווייטער ווי א ישיבה בחור וואס איז געווען דער מוציא לאור, און די נייעס דארט זענען געווען די חדושי תורה וואס זענען נתחדש געווארן אינעם אמסטערדאמער ישיבה 'עץ חיים', אונטערן רוחניות'דיגער הנהגה פון הרב יעקב ששפורט און רבי שלמה די אליוויירה.

דער אויסגאבע איז ערשינען אין יאר תנ"א, פאר איבער דריי הונדערט יאר צוריק, עס איז נישט באקאנט פונקטליך וויאזוי עס איז געווען איר גרינדונג, אבער דאס איז זיכער, אז דער אויסגאבע האט היפש מאריך ימים געווען, ביז'ן יאר תקס"ז, כאטש עס זענען געווען טיילווייזע הפסקות אינטערוועגנס, סך הכל איז געשריבן געווארן לענגאויס איז עקזיסטענץ נאנט צו טויזענט סימנים, תשובות און פלפולים בעניני הלכה וביאור.

און דאס איז נישט געווען סתם אזוי געפירקלט מיט פענע-און-פאפיר, נאר מיט'ן נייעם ערפינדונג וואס איז אין יענע טעג באקאנט געווארן בעיקר אין מערב אייראפע: דער דרוקעריי. מיט דעם האבן תלמידי חכמים געלערנט חידושים פון די בני הישיבה וואס איז פארשפרייט געווארן, און מיט די צייט האט עס אנגעהויבן צו באריכטן און אנאליזירן נייעס'לעך, צווישן זיי אן הלכה'דיגן וויכוח איבער א געוויסן רב וואס האט געוואלט באקומען דעם אמסטערדאמער רבנות-שטוהל, נייע תקנות פון די קהילה אין קושטא, און גוטע בשורות פונעם שטאט וויראנע אין איטאליע.

דער פאקט אז עס האבן זיך געעפנט אין מערב אייראפע דרוקערייען, האט אסאך געהאלפן צו שטופן דעם בליהאנג פון די גליונות-מארקעט, עס איז נישט קיין וואונדער פארוואס אין יענע געגנט זענען ארויסגעוואקסן די ערשטע פאר בחורישע אויסגאבעס. א שטייגער ווי דער ווענעציער צייטונג, אזוי אויך דער גליון וואס בחורים פון רבי יצחק לאמפרונט'ס (בעל פחד יצחק) ישיבה האבן געדרוקט אין פירארה, וואס איז געווען א יערליכען גליון מיט'ן נאמען "ביכורי קציר תלמוד תורה של קהלה קדושה פירארה", און איז בלויז דריי מאל ערשינען פון תע"ה ביז תע"ח.

שפעטער ווען דער אור לנר הגאון רבי יעקב יוקל עטלינגער זצ"ל האט ארויסגעגעבן דעם קובץ 'שומר ציון הנאמן' האט ער ספעציעל געווידמעט א קאלום פאר בחורים זיי זאלן האבן א פלאטפארמע צו פארשפרייטן זייערע חידושים.

דער נצי"ב אסר'ט פאר בחורים צו שרייבן גליונות

ווי ביליגער ס'האט געקאסט צו דריקן, זענען אלס מער און מער געוואקסן די צאל בחור'ישע אויסגאבעס, די לומדים האבן געשריבן די 'קנאקערס' זענען געלאפן צום דרוק, און דער וועלט האט הנאה געהאט.

אבער פונקט די ישיבה מיטן נאמען 'אם הישיבות', די מאמע פון אלע ישיבות, דאס איז דער וואלאזשינ'ער ישיבה, וועלעכע האט פארמאגט הונדערטער בחורים, זייער אסאך פון זיי מיט טאלאנטן, געשליפענע אויסדרוקן און גאלדענע פעדער'ס, פונקט זי האט נישט פובליצירט קיין גליון, נישט אז די בחורים זענען געווען פויל אדער וואס, נאר מעשה שהיה וכך היה:

עטליכע בחורים האבן זיך צאמגענומען און געגרינדעט א רעדאקציע, מיט'ן ציל צו עפענען א גליון, מ'האט אויפגענומען א רעדאקטאר מיט א גאנצע שטאב, און זיי האבן געוואלט אז די בחורים זאלן שרייבן שיינע ענינים און חידושים, מיט וואס דער עולם התורה וועט זיך מחיה נפשות זיין, ווען זיי זענען געגאנגען בעטן רשות פונעם ראש ישיבה, דער נצי"ב פון וואלאזשין וואס האט אויסגעהערט וואס זיי האבן צו זאגן, און גענטפערט: "ניין, בשום אופן! דאס וועט ברענגען צו ביטול תורה, לאזט אייך ארויס פון דעם געשעפט!".

ווען א בחור האט זיך פרובירט צו טענה'ן מיט אים און אויפקלערן אז דאס וועט פאר געוויסע בחורים געבן א חשק צו מחדש זיין חידושים און לערנען פלייסיגער, האט דער נצי"ב רעאגירט: "אסאך מאל זעט דער יצר הרע אז א בחור לערנט פלייסיג און איז נישט גרייט אפצולאזן די גמרא, זאגט ער אז מ'זאל שרייבן א מאמר"... און מיט דעם איז בטל געווארן דער פלאן.

אבער אזא גליון אינעם רוסי'שן וואלאזשין וואלט סייווי נישט געהאט צופיל הצלחה, נאכדעם וואס דער צענזור פלעגט דורכקוקן יעדן צייטונג און ספר מיט טויזענט אויגן, און ס'נישט צו שווער צו פארשטיין אז די בחורים וואלטן געהאט צו הערן פונעם צאר'ישן רעזשים, ווען זיי וואלטן דארט געפונען ביאורים פון טומאת ארץ העמים און גזל עכו"ם...

גראדע איז ארום צוויי חדשים איידער די ישיבה און וואלאזשין האט זיך פארשפארט דארט ארויסגעקומען א סעריע גליונות מיטן נאמען 'החיים', וואס איז געשריבן געווארן דורך מגידי שיעור און איז מער ווייניגער געווען פארנומען מיט עניני חיזוק און חברותא.

רעדאקטער: רבי ישראל סאלאנטער
וואלאזשין האט טאקע נישט ארויסגעגעבן א גליון אנהייב, אבער א צווייטער גרויסער ישיבה, וואו עס איז געווען די וויגעלע פון 'תנועות המוסר', און האט נאך ביז היינט איר אפעקט, וואס איז געווען אונטערן מנהיג און אויסטרעטער פונעם היינטיגן ליטווישן ישיבה-דרך רבי ישראל סאלאנטער, האט יא פובליצירט א גליון.

דער רעדאקטער איז נישט געווען קיין צווייטער ווי דער ראש ישיבה, אויפן קעפל פונעם גליון מיטן נעמען 'התבונה' איז געשטאנען "מאמרי מוסר מאת המו"ל רבי ישראל סאלנט". דארט פלעגט ער שרייבן זיינע מוסר געדאנקען און די בחורי הישיבה האבן דערויף קאמאנטירט , און די ערשטע אויסגאבע וואס איז ערשינען אין יאר תרכ"א שרייבט ער מיט אפטאמיזם אז ער צילט ארויסצוגעבן הונדערט פופצן גליונות א יאר, אבער צוליב פינאנציעלע שווערעקייטן איז נישט ארויסגעקומען מער פון צוועלף שטיק.

שפעטער ווען דער באקאנטער סלאבאדקער ישיבה איז געוואקסן, האט מען דארט ארויסגעגעבן א פרישער ווערסיע פון 'התבונה' אנגעהויבן פון יאר תרצ"א, אין יענע גליון איז געשטאגען ביאורים, געדאנקען , און נייעס'לך פון ישיבה, ווי דער עורך שרייבט אין זיין 'הבהרה', טוט ער צושטעלן נייעס כדי בחורים זאלן ח"ו נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער,און זיך אנקלאפן און אומגעוואונטשענע נייעס.

דער ברוטאלער מארד אין חוסט
די בחורים זענען מיט די צייט געווארן מער און מער זעלבסטשטענדיג, אויף אזוי ווייט אז א געוויסער ישיבה קטנה בחור'ל מיט'ן נאמען יצחק פריעדמאן, וואס האט געלערנט אין טראניסילוואניע, האט געעפנט א גליון מיטן צוגעפאסטן נאמען 'הבחור', וואס איז געווען שטארק אויפגעכאפט ביי אלע ישיבה בחורים אין די געגנט, אין דעם גליון איז געשטאנען פלפולים און חידושי תורה, און א באזונדערע קאלום איז געווען פאר מזרח אייראפישער בחורים, זיי זאלן דארט מעלדן נייעס פון זייער ישיבה.

פון סיגוט אין רומעניע קומט אזא נייעס: "בישיבתינו בחורים וכמה וכמה 100 הרמה פה לומדים בחורים מופלגים וארוחתם כמעט כולם במענזא (צענטעראלער קאך) בראשות האדמו"ר הרב יקותיאל יודא שליט"א... פונעם פוילישן לאדזש שרייבט ער "ישיבתינו הק' 'תורת חסד' נתייסדה כבר בשנת תרס"ט ע"י אא"ז הרה"ג הנכבד הרב דושקין נ"י ובקרוב יופיע ספר יובל ליום מלאת עשרים שנה לקיומה..." צווישן אנדערע פארציילט דארט א חוסטער תלמיד איבער צוויי בחורים וואס זענען געגאנגען נאך געלט און א גוי האט זיי בארויבט און ברוטאל ערמארדעט רח"ל און די קומענדיגע גליונות איז פיל מיט עצות פאר בחורים וויאזוי צו גיין נאך געלט מיט זיכערהייט מיטלען.

אלענפאל'ס, דער געדאנק האט זיך ווייטער געלאזט אין גאלאפ, און היינט האבן מיר הנאה מדי שבת בשבתו, פון שיינע אינהאלטסרייכע און העכסט - פראפעסיאנאלע בחורישע גליונות, וואס ווערט געשריבן דורך דעם קומענדיגן דור פון שרייבער.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעלקא'לע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר