זעקס מיליאן - מען מוז גלייבען?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

זעקס מיליאן - מען מוז גלייבען?

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 9:23 am

היינט ליינענדיג דער מזרחי אשכול, ווי ער אינטערגעריסען געווארען פאר האבען די חוצפה צו צווייפלען אין דער אמיתית הדבר צו זעקס מיליאן אידען זענען טאקע געהרג'ט געווארען, און האט נעבעך געמוזט איבערבעטען גאנץ כלל ישראל.

מיין מחשבה איז געוועהן, מה זה? איז דאב א גלייבען וואס אונז האבען מיר? שטייט ערגעץ אז איינס פין דרייצען אני מאמין'ס איז אז זעקס מיליאן זענען געהרג'ט געווארען?

ווערט די עוולה פין די דייטשען ימ"ש קלענער?

ועוד והוא העיקר.

אידען זענען אומגעברענגט געווארען אויף א סיסטעמאטישע אופן, גאז קאמערען, שיסען וכו' רח"ל. גוים האבען דאס בדרך כלל נישט געהאט. ד.ה. פיפציג מיליאן מענטשען האט דער מלחמה געקאסט, אבער נאר זעקס מיליאן פין זיי זענען געוועהן אידען. איז די שאלה, וויפיל פין די זעקס מיליאן זענען געוועהן בגאז וחרב, און וויפיל זענען געוועהן דורך סתם מלחמה אקטען אזוי ווי די פיפציג מיליאן גוים?

און פין ווי נעמט זיך דער מספר זעקס מיליאן בכלל? ווער און ווען איז דאס געווארען די הל"מ נומער וואס יעדער האט אנגעהויבען זאגען?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

Re: זעקס מיליאן - מען מוז גלייבען?

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 10:42 am

ווען איינער קומט ארויס מיט א שטודיע אז דער נומער איז געווען ווייניגער אדער מער ביזטו גערעכט אז זעקס מיליאן איז נישט הייליג אבער ווען איינער פרעדיגט שיטות און ווען עס שטימט נישט מיט די אנגענומענע פאקטן מינימיזירט ער אדער לייקענט ער די פאקטן דאס איז חוצפה און מסוכן
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 869
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 770 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 808 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 10:47 am

לויט ווי מ'האט דעמאלס באריכטעט, האט ער נישט סתם געלייקענט דער זעקס מיליאן. ער האט געזאגט אז פיהל מער ווי האלב זענען בכלל קיין אידען נישט געווען, צוליעב דאס נישט זיין אויף זיין סטאנדארד פון אידישקייט. דאס איז איין פארברעך זיינער. ער זאגט אז א שיינע חלק פון די זעקס מיליאן זענען געווען גויים, נישט אז זיי לעבען נאך. ער האט אויך סתם אונטערגעריסען די נישט פרומע, וואס אין די גאז קאמערען זענען זיי אריינגעגאנגען נאקעטעהייט, נישט ווי די פרומע וואס האבען צוגעדעקט די פריוואטע פלעצער אין קערפער מיט די הענט, צו מינימירען די פריצות. בקיצור א שמוציגע קאפ מיט א גרינגע שעצונג צו יענעמ'ס צרות.

אוודאי איז דער נומער זעקס מיליאן נישט קיין הללממ"ס, אבער דאס טשעפען מיט מענטשענ'ס געפיהלען על מגן איז שלעכט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8934
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8379 מאל

Re: זעקס מיליאן - מען מוז גלייבען?

הודעהדורך יהושע חיים » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 10:48 am

די אויפרעגעניש קומט לכאורה ווייל די וואס לייקענען די שאוה האבן פשוט אנטיסמיטשע אינטערעסן דאס צו טוהן
אבער עס איז זיכער נישט קיין מצוה צו גלייבן אדער אן איסור צו לייקענען

דרך אגב יד ושם האט פראבירט צו מאכן א ליסטע אבער זיי האלטן ווייט פון זעקס מיליאן און אין דעם איז דא א פשוט'ע סיבה, ווייל מען ווייסט נאר פון אידן וואס איינער פון די משפחה האט איבערגלעבט אבער פון ווי סאך משפחות האט קיינער נישט צוריק געקומען (זעט זיך אויס אז דער אחד מעיר ושנים ממשפחה איז אויך א שטיקל לייקענען)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 913
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

HARETZ

הודעהדורך ירח בן יומו » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 11:06 am

One of the most well-known, if not iconic, facts known about the Holocaust is the number of Jewish victims killed by Nazi Germany up through the end of World War II. Perhaps not surprisingly, it is also this number - six million - that Holocaust deniers aim at when trying to discredit the essential nature of the Holocaust.

Where did the number six million come from? And considering the amount of original research that has been done in recent decades, is it still considered accurate by scholars of the subject?

The number seems to have first been mentioned by Dr. Wilhelm Hoettl, an Austrian-born official in the Third Reich and a trained historian who served in a number of senior positions in the SS.

In November 1945, Hoettl testified for the prosecution in the Nuremberg trials of accused Nazi war criminals. Later, in the 1961 trial in Israel of Adolf Eichmann, he also submitted to a lengthy series of questions from the prosecution, speaking under oath from a courtroom in Austria.

On both occasions, he described a conversation he had had with Eichmann, the SS official who had principal responsibility for the logistics of the Jewish genocide, in Budapest in August 1944. In the 1961 testimony, Hoettl recalled how “Eichmann … told me that, according to his information, some 6,000,000 Jews had perished until then -- 4,000,000 in extermination camps and the remaining 2,000,000 through shooting by the Operations Units and other causes, such as disease, etc.”

On its website, Yad Vashem, Israel’s principal Holocaust research center, quotes the Eichmann reference, and then says that both early and more recent estimates by a variety of different scholars have fallen between five and six million.

Such estimates are arrived at by comparing pre-war census data with population estimates made after World War II. The Germans, though they treated their plan for annihilation of the Jews as a state secret of the highest order, also kept scrupulous records of deportations and gassings, which also serve as a vital source of data.

One of the earliest researchers, Raul Hilberg, came up with a figure of 5.1 million in his 1961 classic “The Destruction of the European Jews.” In the third edition, from 1985, he provides a lengthy appendix explaining how he calculated the estimate.

Lucy Dawidowicz, in her “The War Against the Jews” (1975), used prewar birth and death records to come up with a more precise figure of 5,933,900. And one of the more authoritative German scholars of the subject, Wolfgang Benz, offered a range of 5.3 to 6.2 million. Each used his or her own method to arrive at the totals.

Yad Vashem itself also has its Names Database, an ongoing project in which it attempts to collect the name of every Jewish victim of the Nazis. It relies on testimony from family and friends of those who perished, official archives from the period, and local commemoration projects. As of early 2012, Yad Vashem estimated that the database contained the names of a little over four million different individuals (an exact number is not yet possible because it believes that some hundreds of thousands of people appear in multiple records).

Beyond comprehension

One of the largest sources of uncertainty concerns the number of Jews murdered in the Soviet Union. Whereas the Jews of the countries of Europe occupied by the Germans were for the most part deported to death camps, where fairly good records were kept, the murders in the USSR were carried out by Einsatzgruppen (mobile killing units), as the German army made its way east. Their records were far less comprehensive, so that it is possible only to make a rough estimate of the numbers of Jews killed – generally between 800,000 and 1 million.

The overall death and destruction that took place during World War II may well be beyond human comprehension. Historians estimate that military casualties on all sides, in both the European and Pacific theaters, reached up to 25 million, and that civilian casualties ranged from 38 million to as high a figure as 55 million – meaning that somewhere between 3 and 4 percent of the world’s total population died in the conflict.

Nonetheless, the murder of the Jews of Europe is in a class by itself – not because of the numbers, but because of the ideology behind it, which placed the elimination of an entire people and their culture from the earth as one of its primary goals. It was unique because Nazi propaganda focused so intently on the Jews as an almost supernatural cause of evil, and the German war machine remained devoted to killing Jews up to the very last day of the war, long after it was clear that that war was lost.

That is to say: Murdering the Jews was an end in itself, and it was used to motivate the German nation to great sacrifices of its own.

That being said, there were other groups and peoples that were singled out by Nazi eliminationist ideology. Most notable among these were the Roma, or Gypsies, with estimates of the number killed ranging from 90,000 to 1.5 million. (One reason estimates vary so widely is attributed to a traditional secrecy and silence among the Roma regarding what they endured.) Proportionally, these numbers are as high or higher than the fraction of Jews who were killed. But it was the nomadic way of life, rather than their supposed racial background – which was Aryan – that made them enemies of the regime. And indeed, by late 1943, Nazi policy centered upon non-sedentary nomadic Gypsies, and declared those Roma who had settled in a single place to be considered like citizens of that place.

“Six million” is not, and was never intended to be, a precise accounting. But the number, which has now been part of the public consciousness for more than 50 years, would never have continued to be cited if it did not mirror the scholarly tallies that have followed in the succeeding decades, and confirmed that rough figure.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 11:09 am

איך האב אמאל געהערט אז די פיהרער'ס פון די אידען וואס האבען געסטראשעט אז א שואה קומט האבען געזאגט אז זעקס מיליאן אידען גייען שטארבען. גלייך נאכ'ן קריג האט מען אנגענומען די נומער. איך ווייס נישט צו ס'איז אמת, ויבאו המלנקקים וילנקקו.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8934
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8379 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 11:45 am

איך אויך האט געשריבן:מער פון אלעס, איז עס א סימן פונעם אמעריקאנער פארגרעבטקייט


יאפ מ'המיר שיין דערלעבט, געב עס אפאר יאר און מיר וועלן האבען אונזער אייגענע סטעיק און סושי אנגעפרעסנע האלאקאסט לייקענער וואס וועלן אפילו האבען ראיות אז 'עס האט נישט געקענט געשעהן'.

לגבי 6 מיליון איז טאקע היינט אנגענומען אז די אמתע נומער איז נענטער צו 7 מיליון (קינדער אליינס שאצט מען אויף 1.5 מיליאן).

מזרחי איז סתם א טיפיקל איזרעילי שרלטן וואס איז ניטאמאל ווערט די טינט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך אחד העם » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:04 pm

@אישתישבי
ס'איז פאני ווען אזא דומע שאלה ווערט געפרעגט אין 2016, וואס די שטודיעס זענען כמעט אלע אוועליבעל מיט אפאר קליקעס אויף גוגל, און מען קען זיך אלעס אליינס איבערצייגען די חילוקים, און מצבים, און מהלכים וויאזוי וואס און ווען, די יידן זענען אומגעקומען.
אזא שאלה קומט פון זיין אומוויסענד.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך אחד העם » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:08 pm

איך אויך האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:מער פון אלעס, איז עס א סימן פונעם אמעריקאנער פארגרעבטקייט


יאפ מ'המיר שיין דערלעבט, געב עס אפאר יאר און מיר וועלן האבען אונזער אייגענע סטעיק און סושי אנגעפרעסנע האלאקאסט לייקענער וואס וועלן אפילו האבען ראיות אז 'עס האט נישט געקענט געשעהן'.

לגבי 6 מיליון איז טאקע היינט אנגענומען אז די אמתע נומער איז נענטער צו 7 מיליון (קינדער אליינס שאצט מען אויף 1.5 מיליאן).

מזרחי איז סתם א טיפיקל איזרעילי שרלטן וואס איז ניטאמאל ווערט די טינט.

און פארשטייט זיך, אז די הייליגע גארטל יידן, וואס האבן געפרעדיגט און זיכער געמאכט אז די שואה ווערט פארגעסן, און די ידיעות זאלן זיין פארנעפעלט און צומישט, מיט אפיציעלע תירוצים און טפשות, קענען נעמען די בלעים.
די סיבה פארדעם איז פשוט.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:22 pm

ס'איז נישט קיין חיוב צו גלייבען אז 6 מיליאן אידן זענען געהארגעט געווארן , אבער ס'איז די בעסטע עסטימעיט וואס איז דא. יעדע ערענסטע מענטש איז גרייט צו הערן א בעסערע עסטימעיט , אבער נישט שנאה און עם הארצות
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 946
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1538 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 1:41 pm

א באשולדוגונג סטעיטמענט איז א סארט רפואה פאר אן עוולה. נישט שטענדיג איז גרינג צו געבן א באשולדיגונג סטעימענט וואס מענטשן זאלן מקבל זיין. אז מען טשעפעט דעם באשולדיגונג סטעיטמענט פון "זעקס מליאן נהרגים" טשעפעט מען מיט א פונדאמענטאלער זאך.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1579 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:05 pm

איש תשבי איך כאפ נישט וואס דו פרעגסט ,ער האט נישט סתם מינימייזד זעקס מיליון, ער האט געמאכט פון זעקס מיליון איין מיליון און דאס איז א עוולה
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1530
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 844 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 782 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:05 pm

איינער קען מיר מסביר זיין די ארגומענט, וואס הייסט מען מוז גלייבן? סאיז דאך דאקומינטירט געוואורן דורך די דייטשן אליינס און סאיז דאך דא פונקטליכע דאקיומענטען מיט נעמען וואס די רוסן האבן קאנפאסקירט פון די דייטשן מיט ליסטעס און נומערן פון די קדושים, סאיז היינט אפען פאר די פובליק לעיני כל חי. די היינטיגע דייטשען לערנען אין זייערע שולעס אז זייערע עלטערן האבן געהארגט זעקס מיליאן אידן, חוץ דעם ווייסט מען וויפל אידן האבן געוואוינט אין אייראפע און אין די וועלט פאר די קריג. א גאנץ געשעפט וואס מזרחי זאגט, נישט דער ערשטע און נישט די לעצטע ליגענט און שטות וואס קומט ארויס פון זיין מויל.
‎‏I belong to Viznitz, I am a Viznitzer chassid and remain so to this day
‎‏The Lubavitcher was, in a way, my rebbe, al- though each time we met, I would always say, ‘Rebbe, I am a Viznitzer’ , I would repeat it always as the Ahavas Yisrael was my foremost Rebbe. I claim my chassidus
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6178
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3599 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:12 pm

אישתשבי: די נקודה פארוואס דער עולם איז אזוי שטארק פארווייטאגט און אויפגערעגט אויף די נארישע, סטופיד, אומסענסיטיווע און אומפונקטליכע סטעיטמענטס פון ר' יוסף מזרחי איז, ווייל די דייטשע ימח שמם וזכרם (פאר די היימישע אויפגעקלערטע פיינשמעקערס וועלכע ס'געפעלט נישט אז איך זאג דייטשע שטאטס נאציס קען איך זאגן אז דאס גאנצע דייטשע פאלק איז מיט-שולדיג אין די סיסטעמאטישע רציחות פון די אידן.) האבן אויסשליסליך געציהלט אויס'צוהרג'נען דאס אידישע פאלק. וואס זיי האבן נישט געטון צו קיין שום אנדער אומה ולשון. קומט דער הרב מזרחי, וועלכער איז פון בוכארישן אפשטאם. וואו די דייטשע נאציס האבן נאכנישט דערגרייכט איידער זיי האבן געליטן אן ענדגילטיגע מפלה. און זיי האבן נישט דעפארטירט און אויסגעשאכטן די אידישע באפעלקערונג פון יענע געגנט. און ער און זיינע באקאנטע און קרובים האבן נישט געליטן דאס וואס די אנדערע אייראפע'אישע אידן האבן געליטן. ממילא האט ער נישט די סענסיטיוויטעט צו באגרייפן דעם מצב. און ער טוט פארמינער'ן די שולד פון די דייטשע נאציס מיט א טעכניקאליטעט. אז רוב זענען נישט געווען קיין שומרי תורה ומצוות. ממילא...ס'הייסט ער באוויינט נאר דעם פארלוסט פון די ערליכע אידן. אדער וועם ער איז מסכים בטובו הגדול אריינצונעמען אין כלל ישראל. ראשית כל. אויף די נומבערס אליינס איז ער אויכעט ראנג. נאר, און דאס איז דער עיקר...א יעדער איד, נישט קיין חילוק ווי ווייט ער איז געווען פון קיום ושמירת המצוות אין טעגליכן לעבן. וויבאלד די גויים האבן איהם געהרג'ט ווייל ער איז א איד, הייסט אז ער איז אומגעקומען על קידוש השם און ער איז א קדוש...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13270
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8464 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 2:16 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:איש תשבי איך כאפ נישט וואס דו פרעגסט ,ער האט נישט סתם מינימייזד זעקס מיליון, ער האט געמאכט פון זעקס מיליון איין מיליון און דאס איז א עוולה

קאצקע ציקער: דאמאלס איז ער גארנישט אנדערש ווי די אנדערע האלאקאוסט לייקענערס. מילא זיי זענען גויים אבער ווי קומט עס צו א איד, לכאורה א תלמיד חכם...? אזא אומסענסיטיווקייט. און נאכדערצו א טעות. ראה מה שאמרתי בענין הזה לעיל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13270
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8464 מאל

הודעהדורך בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 4:32 pm

אן אלטע צעטל
בייגעלייגטע פיילס
נגד יוסף מזרחי (1).jpg
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1426 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 5:47 am

פין אלע תגובות זעה איך נישט מער ווי דעמאגאגיע און כעס צום צווייטע מאל.

ווען איינער זאל טענה'ן אז די נומער איז צען מיליאן, און דעמאלס זענען דא פונקט אזוי רוב טענות פין רוב המגיבים, וואלט דאך נישט געוועהן דער זעלבער רעספאנס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 6:55 am

אנטשולדיגט, כ'פארשטיי נישט וואס דו רעדסט, און איך זעה נישט דיין פוינט, יא מ'האט א רעכט צוזיין ברוגז אויף א ספרדי וואס לייקענט די ריכטיגע קאנווענשאול נומערן פון די קדושים הי"ד. ספעציעל ווען די באווייזן איז שווארץ אויף ווייס! פעך! א גרויל און א עקל! צא טמא איז נישט גענוג אויף אזא נידריגע פארשוין וואס טעמפערט מיט אזעלעכע האקעלע נושאים, איך וואלט באטיטילט אזא רשע מרושע ווי אים מיט "ימח שמו וזכרו"! מ'רעדט נישט דא פון גזירות ת"ח ות"ט, מ'רעדט דא פון מיין טאטעס ברודערס און שוועסטערס און מיין מאמעס שוועסטער וואס זענען אריינגעגאנגען אין אויווען אריין, די קריג האט איבערגעלאזט א שטארקע עפעקט אויף מיין טאטעס און מאמעס יונגט און זייער גאנצע דור און ס'איז זייער א פרישע האקעלע וואונד פאר אסאך וואס זענען אויפגעוואקסן מיט עלטערן אין שאטן פון די האלאקאוסט.

יוסף מזרחי! צא טמא!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמעקעדיג אום פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 10:45 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארמעקט אפאר קללות...
‎‏I belong to Viznitz, I am a Viznitzer chassid and remain so to this day
‎‏The Lubavitcher was, in a way, my rebbe, al- though each time we met, I would always say, ‘Rebbe, I am a Viznitzer’ , I would repeat it always as the Ahavas Yisrael was my foremost Rebbe. I claim my chassidus
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6178
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3599 מאל

הודעהדורך אחד העם » פרייטאג דעצעמבער 09, 2016 3:45 pm

אישתישבי האט געשריבן:פין אלע תגובות זעה איך נישט מער ווי דעמאגאגיע און כעס צום צווייטע מאל.

ווען איינער זאל טענה'ן אז די נומער איז צען מיליאן, און דעמאלס זענען דא פונקט אזוי רוב טענות פין רוב המגיבים, וואלט דאך נישט געוועהן דער זעלבער רעספאנס.

די ערשטע מאל וואס עס זעהט זיך דעמעגאגיע און רעטאריק אין דעם אשכול, איז אין דע ווערטער.

מען דארף שוין היינט נישט גלייבען, מען קען היינט אלעס אליינס נאך זוכען, און זיך אליינס איבערצייגען אין די ווארהייט פון די נומערן, פלוס.
ובזה אצא ידי חובתי.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 831 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 12:38 am

איך טשאלענדזש דיר, ברענג אהער דער חשבון וויאזוי מען איז צוגעקומען צו זעקס מיליאן. די אלע וואס זאגען איך זאל קוקען אויף גוגל, טשולדיקס, גוגל זיך איך און איך זעה ביידע זייטען. אויך האב נישט געטראפען א חשבון.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1138 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 2:40 am

אישתשבי: ווען דו זאלסט וויסן אז א געוויסע פאשיסטישע גרופ האט אוועקגעפיהרט דיין טאטע, מאמע, ברודערס און שוועסטערס, נעפיוס און ניסעס, אייניקלעך און אור אייניקלעך צו א געוויסע פלאץ. און פון דארט זענען זיי נעלם געווארן. און דארט איז געווען א פארניכטונגס פלאץ, איז דיר נישט קיין חילוק צו זיי זענען געווען א טייל פון צען מיליאן אדער זעקס מיליאן. זיי זענען פון דארט נעלם געווארן. פארשווינדן. נו, עפעס איז דאך געשעהן מיט זיי. ס'קען נישט זיין אז זיי זענען געפארן וואוינען קיין סאוטה אפריקע און אויסטראליע. און זיי האבן דיך נישט געלאזט וויסן. און אפשר לעבן זיי דארט היינט א גוטן טאג.

די ארגומענטן פון האלאקאוסט לייקענונג גייען אקעיגן שכל. (קאונטער אינטואיטיוו). דער פאקט איז דאך אז די אלע מיליאנען מענטשן זענען נעלם געווארן פון די ערד. מ'ווייסט אז מ'האט זיי אויפגעפיקט פון זייערע הייזער און מ'האט זיי געברענגט צו די פלאץ. און פון דארט און ווייטער הערט מען מער נישט פון זיי. מ'דארף גארנישט מער פון דעם. און ווער שמועסט נאך אז די נאציס ימח שמם וזכרם האבן געהאלטן פונקטליכע סטאטיסטיקס פון וועלכע שטאט וויפיהל איינוואוינערס זענען אין יענע געוויסע טאג פארגאזט און פארברענט געווארן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13270
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8464 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 4:11 am

אישתישבי האט געשריבן:איך טשאלענדזש דיר, ברענג אהער דער חשבון וויאזוי מען איז צוגעקומען צו זעקס מיליאן. די אלע וואס זאגען איך זאל קוקען אויף גוגל, טשולדיקס, גוגל זיך איך און איך זעה ביידע זייטען. אויך האב נישט געטראפען א חשבון.


ענטפער קודם פארוואס די היינטיגע דייטשן באשטעטיגן דאס אין זייער היסטאריע ביכער, און לערנען אין זייערע שולעס מיט זייערע קינדער אז זייערע עלטערן האבן געהארגעט זעקס מיליאן אידן אויף א שוידערליכע גרויזאמע אופן, אויב די נומבערס זענען ווייניגער פארוואס זאלן זיי זיך אליינס באשולדיגן מיט פאלשע איבערגעטריבנע נומבערס??? איז דא עפעס וואס דו מיט יוסף מזרחי ימ״ש ווייסן און די דייטשע רעגירונג ווייסט נישט???? אפשר זאלסטו זיי גיין זאגן אז דו קענסט בעסער היסטאריע און דו ווייסט בעסער ווי זיי אליינס! די דייטשע קאנצלער מערקעל ווארט שוין אויף דיר ביי די טויערן פון אוישוויץ ווי דו גייסט ״אויפווייזן״ אז גוגל ווייסט נישט וואס זיי רעדן!, די דייטשן האבן קיינמאל פארגאזט קיין מיליאנען מענטשען נאר סאיז א פשוטע ליגענט וואס נאר דו מיט מזרחי ווייסן דעם ריינעם אמת!

פאר דו פארסט קיין דייטשלאנד וואלט איך דיר געראטן אלץ גיטע חבר מאך א סטאפ פאר א גרונטליכע באזוכונג!
‎‏I belong to Viznitz, I am a Viznitzer chassid and remain so to this day
‎‏The Lubavitcher was, in a way, my rebbe, al- though each time we met, I would always say, ‘Rebbe, I am a Viznitzer’ , I would repeat it always as the Ahavas Yisrael was my foremost Rebbe. I claim my chassidus
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6178
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3599 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 8:33 pm

אישתישבי האט געשריבן:היינט ליינענדיג דער מזרחי אשכול, ווי ער אינטערגעריסען געווארען פאר האבען די חוצפה צו צווייפלען אין דער אמיתית הדבר צו זעקס מיליאן אידען זענען טאקע געהרג'ט געווארען, און האט נעבעך געמוזט איבערבעטען גאנץ כלל ישראל.

מיין מחשבה איז געוועהן, מה זה? איז דאב א גלייבען וואס אונז האבען מיר? שטייט ערגעץ אז איינס פין דרייצען אני מאמין'ס איז אז זעקס מיליאן זענען געהרג'ט געווארען?

ווערט די עוולה פין די דייטשען ימ"ש קלענער?

ועוד והוא העיקר.

אידען זענען אומגעברענגט געווארען אויף א סיסטעמאטישע אופן, גאז קאמערען, שיסען וכו' רח"ל. גוים האבען דאס בדרך כלל נישט געהאט. ד.ה. פיפציג מיליאן מענטשען האט דער מלחמה געקאסט, אבער נאר זעקס מיליאן פין זיי זענען געוועהן אידען. איז די שאלה, וויפיל פין די זעקס מיליאן זענען געוועהן בגאז וחרב, און וויפיל זענען געוועהן דורך סתם מלחמה אקטען אזוי ווי די פיפציג מיליאן גוים?

און פין ווי נעמט זיך דער מספר זעקס מיליאן בכלל? ווער און ווען איז דאס געווארען די הל"מ נומער וואס יעדער האט אנגעהויבען זאגען?


1)עס איז דא וואס זאגן אז דער אשמדאי וואס האט געמאכט דעם האלעקאסט שטאמט פון אידן
איין מקור:
http://www.history.com/news/study-sugge ... n-ancestor

2) עס איז דא וואס זאגן אז אכמאדינדשאד ימ"ש, א שטארקער האלעקאסט לייקענער, שטאמט פון אידן
איין מקור:
http://www.telegraph.co.uk/news/worldne ... -past.html

3) עס איז דא וואס זאגן אז מזרחי - אויך א שטארקער האלעקאסט לייקענער - שטאמט פון אידן
איינער ווייסט אפשר א מקור...?
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 209 מאל

הודעהדורך בילל קלינטאן » זונטאג דעצעמבער 11, 2016 9:54 pm

עס איז דא וואס זאגן אז מזרחי - אויך א שטארקער האלעקאסט לייקענער - שטאמט פון אידן
איינער ווייסט אפשר א מקור...?

יוסף איז געבוירן אין 1968 אין מדינת ישראל, איז מסתבר אז ער שטאמט פון אידן. קען זיין אז לויט זיין שיטה אז אלעס דארף סייענטיפישע באווייזן, איז דאס נישט גענוג.
בילל קלינטאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 10:15 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 12:53 am

ווייל וויקיפידיע זאגט אז ער איז געבוירן אין מדנ"י מיינט נאכנישט אז ער איז געבוירן אין ישראל, די זעלבע וויקיפידיע "קלעימט" אויך אז די נאציס האבן גע'הרג'עט זעקס מיליאן אידן... איך האב געהערט אז מזרחי איז געבוירן געווארן אין פארטא ריקא צו האלבע גרים און האלבע מוסלימענער און פון זיין מאמעס זייט האט ער א יחוס בריוו ארויף ביז צו רחב הזונה.
‎‏I belong to Viznitz, I am a Viznitzer chassid and remain so to this day
‎‏The Lubavitcher was, in a way, my rebbe, al- though each time we met, I would always say, ‘Rebbe, I am a Viznitzer’ , I would repeat it always as the Ahavas Yisrael was my foremost Rebbe. I claim my chassidus
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6178
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3599 מאל

נעקסט

גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט