די גמרא אין בבא בתרא זאגט "מי שלא ראה בנין הורדוס לא ראה בנין נאה מימיו." די גמרא דערציילט אויך דארטן ווי הורדוס האט גענוצט מארמארשטיין צו באצירן די ווענט פונעם בית המקדש. מיר ווייסן אויך פון חז"ל אז די פאדלאגע פון דעם חצר איז געווען געמאכט פון אבני שיש.
יעצט, צום ערשטן מאל זייט דעם חורבן הבית, איז נתגלה געווארן גענוי וויאזוי די פאדלאגע פונעם בית המקדש האט אויסגעזען, צוזאמענגעשטעלט פון הערליכע מארמארענע "טיילס", אויסצוצירן מאיעסטעטישע געאמעטרישע צורות וועלכע האבן צוגעגעבן צום פראכט פונעם בית המקדש של הורדוס. די אינפארמאציע איז געדרוקט געווארן אין א לענגערן ארטיקל אין דעם לעצטן גליון פון "ביבליקעל ארכעאלאגיע רעוויו".
די פאדלאגע פונעם בית המקדש איז אנטדעקט געווארן אין די טאנען "אפפאל" וואס דער "וואקף", די מוסולמענישער אויטאריטעט אויף דעם הר הבית, האט אויסגעגראבן פון דעם הר הבית אין די שפעטע 1990ער יארן, כדי צו בויען שטיגן צו אן אונטערערדישן מעטשעט וואס זיי האבן געבויט.
אין די טאנען ברוכווארג האט מען אין לויף פון די יארן געטראפן הונדערטער טויזנטער איבערבלייבענישן פון די לעצטע טויזנטער יארן, פון נאך פאר דעם בית ראשון, ביז דער היינטיגער תקופה. אויך האט מען דארטן געפונען "טיילס" וועלכע האבן באצירט די פאדלאגע פון דעם בית שני:
מומחים אין ארכעאלאגיע און היסטאריע פון ארכיטעקטור האבן געקענט נוצן די ברוכווארג אויסצורעכנען וויאזוי זיי זענען גענוצט געווארן צו פארמירן הערליכע מוסטערן פאר דער בית המקדש. די מוסטערן זענען געווען באזירט אויף דעזיינס וועלכע זענען גענוצט געווארן דורך די רומיים.
די דריי-עקן וועלכע ווערן גענוצט אין די מוסטערן, ווערן גערופן דורך די מומחים "הורדוס'עס דריי-עק". דאס איז ווייל דאס איז אן אומגעווענליכער דריי-עק וואס די באזע איז פונקט אזוי הויך ווי דער הייעך - ווי עס וואלט אריינגעמאלן געווארן אין א פינקטליכן קוואדראט. הורדוס האט גענוצט אזא דריי-עק אין די פאדלאגעס פון עטליכע בנינים וואס ער האט געבויעט.
די הערליכע פאדלאגע פונעם בית המקדש פריש אנטדעקט
- העניך
- שריפטשטעלער
- הודעות: 941
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
- האט שוין געלייקט: 1242 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל
די הערליכע פאדלאגע פונעם בית המקדש פריש אנטדעקט
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
דער אשכול פארמאגט 2 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן