בלאט 1 פון 2

יארצייט'ן

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 2:58 pm
דורך חוקר וסקרן
אזוי ווי ס'איז נאך נישט דא אזא אשכול
וואלט איך געוואלט בעטן פון אלע שטיבל פריינט
ווען אימער איינער ווייסט פון א יארצייט אויף יענעם טאג
אדער קען א סיפור, ניגון ,תורה, לשון הרע, בילד אד"ג אויפ'ן בעל הילולא
זאל ער זיין אזוי גוט און דא ארויפלייגן
איך וועל אנהייבן איך האף די שטיבלסלייט וועלן הנאה האבן פון דעם און מיטהעלפן
נ.ב. אירועים אויף יענעם טאג יום הצלה יום הולדת וכו' אויך וועלקאמ"ד

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 3:01 pm
דורך חוקר וסקרן
כ"ט כסלו
ר' גדלי' מליניץ זי"ע
נסתלק שנת תקס"ד לפ"ק
בעמח"ס תשואת חן
תלמיד פון בעש"ט הק' און פון ר' מיכל מזלאטשוב

ר' ישראל מהוסיאטין זי"ע
נסתלק שנת תש"י לפ"ק
א רעכטער אייניקל פון הייליגן רוזינער
דאס לעצטער פארבליבענעם אייניקל פונעם רוזינער נאכ'ן קריג

הודעהפורסם: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2016 3:03 pm
דורך חוקר וסקרן
יום הצלה פונעם בעל התניא
דאס צווייטן מאל ער איז געזעצן אין תפיסה

יום הולדת ר' מרדכי דוב מהורנסטייפל זי"ע
שנת ת"ר לפ"ק
בעמח"ס חיבור לטהרה, תורי זהב, פלא יועץ ועוד

הודעהפורסם: פרייטאג דעצעמבער 30, 2016 1:05 pm
דורך חוקר וסקרן
ר"ח טבת
ר' אברהם משה ב"ר שמחה בונם מפרשיסחא זי"ע
נסתלק שנת תקפ"ט לפ"ק

הודעהפורסם: זונטאג יאנואר 01, 2017 4:18 pm
דורך חוקר וסקרן
ג' טבת
ר' אברהם מסטרעטין זי"ע
נסתלק שנת תרכ"ה

ר' מרדכי מראדוויל ב"ר לוי זי"ע
נסתלק שנת תרס"ה

ר' חיים שמואלוביץ זי"ע ר"י מיר
נסתלק שנת תשל"ט

הודעהפורסם: מאנטאג יאנואר 02, 2017 2:16 pm
דורך חוקר וסקרן
ד' טבת
ר' גרשון חנוך מראדזין זי"ע
נסתלק שנת תרנ"א לפ"ק

ר' חיים שניאור זלמן מליאדי ב"ר מנחם מענדל מליובאוויטש זי"ע
שנת תר"מ לפ"ק

ר' שמואל יוזופוב ב"ר ברוך בן ציון מדובנא זי"ע
שנת תשל"ח לפ"ק

הודעהפורסם: מאנטאג יאנואר 02, 2017 11:10 pm
דורך וואלווי
חוקר וסקרן האט געשריבן:אזוי ווי ס'איז נאך נישט דא אזא אשכול
וואלט איך געוואלט בעטן פון אלע שטיבל פריינט
ווען אימער איינער ווייסט פון א יארצייט אויף יענעם טאג
אדער קען א סיפור, ניגון ,תורה, לשון הרע, בילד אד"ג אויפ'ן בעל הילולא
זאל ער זיין אזוי גוט און דא ארויפלייגן
איך וועל אנהייבן איך האף די שטיבלסלייט וועלן הנאה האבן פון דעם און מיטהעלפן
נ.ב. אירועים אויף יענעם טאג יום הצלה יום הולדת וכו' אויך וועלקאמ"ד


שרייב עס אביסעל מער איידעלער, א דבר פלא אויפ'ן בעל הילולא....

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 03, 2017 3:06 pm
דורך חוקר וסקרן
ה' טבת
ר' אהרן מטיטיב ב"ר צבי בן הבעש"ט זי"ע
נסתלק שנת תקע"ח

ר' אברהם יעקב מסאדיגורא ה'אביר יעקב' ב"ר ישראל זי"ע
נסתלק שנת תשכ"א לפ"ק

דידן נצח
שנת תשמ"ו

Re: יארצייט'ן

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 03, 2017 7:41 pm
דורך א איד
חוקר וסקרן האט געשריבן:כ"ט כסלו
ר' ישראל מהוסיאטין זי"ע
נסתלק שנת תש"י לפ"ק
א רעכטער אייניקל פון הייליגן רוזינער
דאס לעצטער פארבליבענעם אייניקל פונעם רוזינער נאכ'ן קריג


וואס מיינט דאס לעצט פארבליבענע?
די אלע ריזשינע אייניקלעך זענען וואס?

Re: יארצייט'ן

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:22 pm
דורך mevakesh
א איד האט געשריבן:
חוקר וסקרן האט געשריבן:כ"ט כסלו
ר' ישראל מהוסיאטין זי"ע
נסתלק שנת תש"י לפ"ק
א רעכטער אייניקל פון הייליגן רוזינער
דאס לעצטער פארבליבענעם אייניקל פונעם רוזינער נאכ'ן קריג


וואס מיינט דאס לעצט פארבליבענע?
די אלע ריזשינע אייניקלעך זענען וואס?

ער איז געווען דער איינציגסטער אייניקל פונעם רוזינער נאכן קריג ( דריטע דור נישט אור אייניקל)

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:34 pm
דורך מיר'ער בחור
ו' טבת איז די יארצייט פונעם הייליגן שיניעווער רב זי"ע ועכ"י אמן.
ס'דא עפעס א אינטערעסאנטע מעשה מיט'ן שיניעווער רב, אז ווען ער איז געווען אין א"י האט ער געוואלט גיין קיין מירון, אין עפעס ווען ער אז געווען אויפ'ן וועג אהין צו וואס, איז עפעס א ספר אראפגעפאלן, אין ווען ער האט עס אויפגעהויבן האט ער געזען אז ס'איז אויפגעמישט דארט ווי ס'שטייט אז א זון וואס קריגט זיך מיט'ן טאט'ן זאל נישט פאר'ן קיין מירון ,( עפעס אזוי ס'נישט מדיוק ) אין ער איז למעשה טאקע נישט געפארן וועגן דעם , אין שפעטער האט מען אויסגעפונען אז די רוזשינ'ע חברה האבן געהאט געדונגען אראבער'ס וואס זאלן עם ארלעדיג'ן אויפ'ן וועג קיין מירון......
הרב יחזקאל שרגא בן הרב חיים זצ"ל

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:38 pm
דורך בן אדם
פאר אזעלכע מעשה'עס קען מען גיין קיין אייוועלט אויך

Re: יארצייט'ן

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:45 pm
דורך א איד
וועלכע מעשה דען ווילסטו הערן דא?

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:47 pm
דורך בן אדם
וואס ס'פאסט זיך פאר אזא אשכול.

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 03, 2017 10:11 pm
דורך וואלווי
אז מ'רעדט פון שינעווער רב אין מירון איז געדרוקט אז ער פלעג דאווענען אין סאדוגערער שטיבל און צפת. עפעס איז דא א מעשה מיט'ן שמש דארט וואס האט געוואלט טון א שטיקל און לעומת זה האט שינעווער רב עם געבענטשט ברכות לרוב.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:11 pm
דורך חוקר וסקרן
ז' טבת
ר' צבי בן הבעש"ט הק' זי"ע
נסתלק שנת תק"מ לפ"ק

ר' מרדכי יוסף מאיזביצא זי"ע
בעמח"ס מי השילוח
נסתלק שנת תרי"ב לפ"ק
תלמידו של ר' מ"מ מקוצק זי"ע
בהסגרתו יצא ופתח בית מדרשו ורבו מבני היכלא מקוצק נהרו אחריו
מבין תלמידיו נמנו ר' לייבל'ה אייגר זי"ע

הודעהפורסם: זונטאג יאנואר 08, 2017 2:20 pm
דורך חוקר וסקרן
י' טבת
ר' נתן שטרנהרץ מברסלב זי"ע
נסתלק שנת תר"ה לפ"ק
תלמידו של ר' נחמן מברסלב זי"ע

הודעהפורסם: מאנטאג יאנואר 09, 2017 4:15 pm
דורך חוקר וסקרן
י"א טבת
ר' שלמה ב"ר עקיבא איגר זי"ע
נסתלק שנת תרי"ב לפ"ק

ר' יהושע ב"ר מאיר מדזיקוב זי"ע
בעל ה'עטרת ישועה'
נסתלק שנת תרנ"ג לפ"ק

הודעהפורסם: מאנטאג יאנואר 09, 2017 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
בן אדם האט געשריבן:פאר אזעלכע מעשה'עס קען מען גיין קיין אייוועלט אויך

איך האלט אז מ'דארף אויפמאכן אן עקסטער אשכול מיט אזאלכע פאנטאסטישע (מלשון פאנטאזיע) מעשיות. א שטייגער ווי די מעשה מיט די שלשה אחים. אדער די מעשיות פון הרב אליהו רויזנבערג ז"ל. וועלכער האט זייער גוט געקענט אויפבאקן מעשיות פון וואס דער עולם איז ארויס אין קעלבערנער התפעלות...!

הודעהפורסם: דינסטאג יאנואר 10, 2017 1:13 pm
דורך חוקר וסקרן
י"ב טבת
ר' אברהם משה מפשעווארסק זי"ע
בעמח"ס אור פני משה
נסתלק שנת תקס"ו לפ"ק

ר' מרדכי חיים סלאנים זי"ע
הי' אב"ד או אדמו"ר לחסידי סלאנים
הרבה סיפורים הנאמנים בקרב החסידים מייחסים אליו
יצא ספר עם סיפוריו "מאמר מרדכי"
נסתלק שנת תשי"ד לפ"ק

הודעהפורסם: מיטוואך יאנואר 11, 2017 6:22 pm
דורך חוקר וסקרן
י"ג טבת
ר' משה מלעלוב ב"ר דוד זי"ע
חתן ה'יהודי הק' זי"ע
עלה לא"י והי' שמה 70 ימים ורצה ללכת להכותל כל יום אבל הפרעות לא הניחו לו ביומו האחרון אמר שילך בכל אופן אבל הערבים זרקו אבנים עד שנלאו ללכת הלאה וחזרו הביתה ובאותו היום נפטר והי' בן 70 שנה כמנין הימים ששהה בא"י
נסתלק שנת תר"א לפ"ק

ר' מנחם מענדל מווישיווא בן ה'אהבת ישראל מויזניץ זי"ע
נסתלק שנת תש"א לפ"ק

הודעהפורסם: דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:03 pm
דורך חוקר וסקרן
י"ד טבת
ר' אלתר אלעזר מנחם מלעלוב ב"ר משה מרדכי זי"ע
{אביו של האדמורים מ49 50 ר' חיים יוסל ר' נחמן ור' אלימלך}
נסתלק שנת תשס"א לפ"ק

הודעהפורסם: פרייטאג יאנואר 13, 2017 11:13 am
דורך חוקר וסקרן
ט"ו טבת
ר' רפאל מבערשיד זי"ע
תלמיד ר' פנחס מקוריץ זי"ע
נסתלק שנת תקפ"ד לפ"ק

ר' חיים מרדכי מנדבורנא זי"ע
בעמח"ס דבר חיים
נסתלק שנת תשל"ח לפ"ק

הודעהפורסם: זונטאג יאנואר 15, 2017 2:03 pm
דורך חוקר וסקרן
י"ז טבת
ר' פישל מסטריקוב ז"ע
נסתלק שנת תקפ"ה לפ"ק

ר' ארי' ליבוש מווישניצא זי"ע
ה'ארי' דבי אילעא'
חותנו של הישמח משה
נסתלק שנת תר"י לפ"ק
תלמיד ה'חוזה מלובלין

המגיד המפורסם מדובנא ר' יעקב זי"ע
ידוע במשלותיו
נסתלק שנת תקס"ה לפ"ק

הודעהפורסם: מאנטאג יאנואר 16, 2017 1:43 pm
דורך חוקר וסקרן
ח"י טבת
ר' צבי אלימלך מדינוב ב""ר פסח זי"ע
בעמח"ס בני יששכר,אגרא דכלה,אגרא דפרקא,סור מרע ועשה טוב,דרך פיקודיך,דרך עדותיך
ליקוטי מהרצ"א,ריח דודאים,מגיד תעלומה,והיה ברכה,ברכה משולשת,חידושי בני יששכר,רגל ישרה
מעין גנים,הגהות והוספות מהרצ"א,דברים נחמדים,כלי הרואים,אזהרות מהרצ"א
נסתלק שנת תר"א לפ"ק

ר' משה מקוריסטשוב ב"ר מרדכי מטשערנאביל זי"ע
נסתלק שנת תרכ"ו לפ"ק

יום הולדת ר' יואל מסאטמאר זי"ע
נולד שנת תרמ"ז לפ"ק