בלאט 1 פון 1

די צוויי פראכטפולסטע רבי'ס מדור הקודם

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2017 12:45 am
דורך moshav zekeinim
צווישן חסידים איז א גאנץ אנגענומענער זאך אז א רבי זאל אויפטרעטן ווי א מלכת היופי הרוקדת. א שיינער רבי א בעל הדרת פנים מיט א גרייז גרויער לאנגער בארד מיט געקרייזלטער אדער געקניפטע פאות אין די זייטן, מעוטר מיט א פרישער שטריימל און מעוטף מיט א מלאכישער בליטשקעדיגער טיש בעקיטשע מלא גוונין, איז א מחזה נהדר פאר זיך, און טאמער ווייסט ער וויאזוי צו צומאכן די הוויות מיט די הענט ביי א ניגון מיט ליכטיגע צדיקישע פנים אויסדרוקן ווערט עס א שם דבר און א שטאלץ פאר די חסידים.

דאכט זיך אז מען דארף נישט מאכן קיין וואוטס איבער ווער עס זענען געווען די צוויי שענסטע רבי'שע מלכים בראש השולחן אדער בתוך רחבת הריקודים אין שאטן פון די בערג חסידים און צושויער, איך מיין אז יעדער וועט מסכים זיין אז דאס זענען געווען ר' משה'לע וויזשניצער זצ"ל און ר' שלמה'לע באבובער זצ"ל. די צוויי זענען געווען לעגענדאריש בהוד יפים און בליטשקעדיגע הוויות און קאנטאקט מיטן עולם וואס האט געקענט צו נאגלען א אויג פאר שעות לאנג און זיך נישט אנזעטיגן.

ר' משה'לעס פנים אויסדרוקן און הענט פירערייען ביי א שבת טיש, ספעציעל ביים אנהייב טיש, האט געקענט צושמעלצן און עלעקטיזירן (פארשטייט זיך אז די עלטערע וועלן זאגן אז עס קומט נישט צום טאטן'ס א טיש). ר' שלמה'לע פאר ווער עס האט בייגעוואוינט א טיש אדער איווענט ביי אים קען מעיד זיין אז יעדער מינוט איז לעכטיג און אינטרעסאנט פיל מיט טאקט און פרישקייט.