האבען הפגנות אמאל עפעס אויפגעטוהן?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

האבען הפגנות אמאל עפעס אויפגעטוהן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב מיר אביסל אריינגעטראכט, לרגל די היינטיגע פאסירונגען, וועגען די היסטאריא פון מערכות אין א"י, וועלכע זענען געלונגען און וועלכע נישט. מ'קומט מיט טענות הלמאי מ'פארשווייגט די פראבלעמען אין א"י, און מ'מאכט נישט קיין ריזיגע עצרת, פארוואס איז נאך נישט געשען קיין עכטע הפגנה און כינוס קעגען די גיוס אין א"י, ווי מ'שלעפט אומשולדיגע בחורים אין מיליטער? מ'האט טענות אז מ'גלויבט נישט קראנטע פאקטען און מ'זוכט אלץ צו האלטען שטיל.

לאמיר אריינגייען אין די היסטאריא פון די ענין. גדולי ישראל האבען אלץ נישט געהאלטען פון די מהלך פון הפגנות. מ'קען ליינען פון הונדרעטער מקורות למשך די לעצטיגע יארען אז זיך רייצען מיט די ציונים איז נישט קיין גוטע זאך. קוקט'ס דא פאר א רשימה פון מקורות איבער דער ענין, פון פיהל שיכטען און קרייזען. דער סאטמארער רב האט אנגעווארענט זיין בחורים דערוועגען, ווי אויך דער סטייפלער גאון ועוד. דאס איז געווען ווי א יסוד מוסד. קיינער פון די אומאפיציעלע הפגנות האבען געהאט קיין שום דעקונג פון סיי וועלכע תורה אוטאריטעט.

נאר אמאל אמאל, האבען גדולי ישראל יא געהייסען מפגין זיין. לאמיר קוקען די מערכות און זע'ען צו מ'קען עפעס אנצייגען א געווינס דערפון.

די ערשטע מערכה וואס מיר ווייסען אז מ'איז ארויסגעגאנגען לרחובה של עיר, איז געווען וועגען גיוס בנות (אגב, פון דעם אליינס אז גיוס בנות יא און גיוס בני הישיבות נישט, זעט מען די לעכערליכקייט פון די היינטיגע דור פון יהרג ואל יעבור'ניקס, ופשוט)
ס'איז מיר שווער אריינצוגייען אין די גנאצע היסטאריא אין די באגרעניצטע צייט וואס איך האב, אבער איין זאך איז זיכער, דער מערכה איז נישט געלונגען. מ'האט איינגעפיהרט א געזעץ, קעגען די ציל פון די מערכה און הפגנות און ביז צום צייטען פון מנחם בגין האט זיך עס נישט גע'ענדערט. פראקטיש האט מען אלץ געפטר'ט די פרומע ווייבער, אבער דאס איז פונקט ווי די פטורים פון די קנאיש'ע ציבור, זיי ווילען זיך נישט מוטשען מיט מענטשען וואס ווילען נישט זיין דארט.

דערנאך איז געווען דער מערכה פון דער שווים באד אין ירושלים. דער מערכה האט געשטורעמט וועלטען, אפילו דער בריסקער רב איז געקומען מפגין זיין, און..... גארנישט מיט נישט. ס'איז אפען און היינט ווייסט קיינער נישט וואס איז דער ענין פון אזא מערכה.

ווידער, אין די כ' יארען און די ל' יארען האט מען באקעמפט ניתוחי מתים. אין די גאנצע וועלט האט מען געשטורעמט, זאגאר אין אמעריקא האבען די חרדים מפגין געווען, און ...... ווידער גארנישט מיט נישט. ביז ווי לאנג מ'איז נישט אריין אין די קאאליציה מיט בגין און געמאכט אן אפמאך דארט, האט מען גארנישט אויפגעטוהן. שום כלום. (אין די מערכה האב איך א פערזענליכע ענין, מיין זיידע איז שטילערהייט געווען א גרויסע חלק דערפון, און נאכאלץ זאג איך דא אז ס'איז אן אומגעלונגענע געווען.

די הפגנה אין שנת תש"ס קעגען די בג"ץ האט געהילכעט און געקלינגען פון אלע סופי העולם ביז צו אלע קצה'ס, און קיין שום זאך האט זיך נישט געטוישט, כמובן.

און די מיליאן מענטשען אין שנת תשע"ד האט אזוי אויך געהאלפען. (בשעת מעשה האב איך פארשטאנען אז די גדולי ישראל האבען פארשטאנען אז מ'דארף געבען דער עולם עפעס אקשען, מ'קען זיי נישט לאזען ברומען און בוזשעווען נאר שטילעהייט, עפעס דארף מען געבען צו קאכען און טומולען כדי מ'זאל נישט טוהן על דעת עצמם).

און צום שלוס, קוקט'ס דא ווי נתי גרוסמן, דער פיהרער פון די היינטיגע הפלס און דער עץ פארטיי, שרייבט וועגען הפגנות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר