חסידישע פאקטן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2716
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1631 מאל

חסידישע פאקטן

שליחה דורך דולה ומשקה »

לאור אז בימינו אלה קען מען פארשווייגען היסטורישע פאקטן ביז צוביסליכווייז ווערען זיי פארגעסן, וואס דאן פאסירט אז דער טויש ווערט גאר א פאקט, וויבאלד דער אמת ווערט א בחינה פון 'ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף'.

איך האב גראדע געהערט יארן צוריק פון הידען הנפלא החוקר ר' בערל שווארץ ני"ו, אויפן פסוק ויקם מלך חדש על מצרים אשר לא ידע את יוסף, אז ביידע פשטים אין רש"י זענען אמת, באופן זה, פארוואס איז געווען 'חדש ממש'? וויבאלד עס איז געווען 'נתחדשו'. און אויף דער ערקלערט רש"י 'עשה עצמו כאלו לא ידע', דהיינו דער רשע געבעלס ימ"ש האט געזאגט אז מ'דארף זיך איינחזר'ן א ליגענט ביז דער מענטש [דער ליגענער] אליין גלייבט עס [גלייבט אין זיין אייגענע ליגענט]. עס איז א טיפע ווארט.דארט אין מצרים האט דער פראפעגאנדע געארבעט אויף אזא סארט אופן ביז דער יוסף איז געווען ווי איינער פון וואס האט געלעבט מיט הונדרעטע יארן ביפאר און נישט אז ער איז נפטר געווארען מיט א קארגע עטליכע יאר פריער.

במה דברים אמורים?

לדוגמא, הגה"ק רבי ישראל שפירא זצ"ל האט נישט געהאט קיין קינדער. נקודה.
דער וואס האט געליינט אמאל דעם בוך 'דער בלאזובער רבי' וועט זיך דאכטן אז ער האט געהאט קינדער און אייניקלעך וכיוצ"ב, כאילו די היינטיגע שלשה רועי בקר זענען עפעס א בן אחר בן פון בלאזובער רבי, אנשטאט זיי זענען געוואלדיגע אנשים פשוטים בן אחר בן פון קושיצקי. אלע בילדער פון ר' צבי יהודה ז"ל מיטן קנייטש הוט און נעק טיי האבן זיי גונז געוועהן, און געפארעמט א שלשלת הזהב וואס ציעט זיך ווייטער פון טאטע צו זוהן...

*

דער ממלא מקום פון פון רבי שלמה מבאבוב זצ"ל איז געווען זיין זוהן בנו בכורו רבי נפתלי צבי זצ"ל. נקודה.
היינט אין באבוב 48 וואקסט אונטער א נייע דור 'אשר לא ידע את יוסף', דער ברעינוואש איז אויפן העכסטע שטאפל, ווען מען נעמנט אפיר א בחור'ל פון דארט פרעגט אים אויס, קען זיך דיר דאכטן אז דער רבי נפתלי צבי זצ"ל איז געווען עפעס א גע'הרג'טע זוהן אינעם קריג, אין זייערע פראפעגאנדע מוח וואשונגע אויסגאבע פון דער צדיק נשגב קיינמאל נישט דערמאנט, און אויב נאר אויף א זייערע א ביליגער אויפן כאילו מ'רעדט דא פון ר' קלמן קלאסנער'ס יונגערע ברודער. למען הרעקארד היידע באבוב'ער רבי'ס זיי זענען די ממלאי מקומם פון רבי נפתלי צבי זצ"ל, פאקט.

*

דער פאדהייצער רבי איז געזעצן אין תפיסה, נקודה.
ער האט גע'גנב'ט, עס איז אים גלונגען ביז מען האט אים גע'פאקט. זיינע זוהן גאלאנטע און בורשטין קענען זיך אנטוהן ווייסע בעקעטשיס און קאפלעך, כאפן מלאכים, און זיין קנאבל אנשפרעכערס, זיי קענען אראפ לייגען א ווינדערבארע שאוי, אין דער 'צדיק מה פעל' גייט נישט שטיין א ווארט דערפון, אבער היסטוריש גערעדט האט מען אים געקייטעלט די הענט פון הינטן אין אריינגעזעצט אין חד גדיא.

*

מענדל הורוויץ, נאך א שווארצע נשמה מיט א ווייסע גארטל, ער האט געהאט אזא פאטענט, ער פלעגט אריינפאלן אין בעיסמענטס פון געשעפטן, דאס הייסט, אויף דרייצען עוועניו האט יענע געשעפט אין פארענט פונעם געשעפט ווי מ'קען אראפגיין צום בעיסמענט, ווען דער מענדל הורוויץ האט געזעהן אזא אייזערנע גראטע אויפגעהויבן פלעגט ער 'אריינפאלן' און פארשטייט זיך אויך 'צוקלאפט', שפעטער האט ער אויפדעם ארויף נישט מער נישט ווייניגער גע'סאוט דעם געשעפטסמאן, בא'גנב'ט אידן אן קיין רחמנות וואס האבן נעבעך געארבעט ביטער שווער מיגיעת כפם פאר פרנסה. דער פירט היינט צו טאגס טיש בלילי שבתות.

*

עוד לדלות ולהשקות אי"ה.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר