פרשת בעלז תשמ"ב

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

פרשת בעלז תשמ"ב

שליחה דורך ידען »

איך בין נאך פון די אינגערלייט וואס קענען נישט געדעקען די פרשה מיט בעלז, סאטמאר און די עדה חרדית, אבער אונז האמער יא מיטגעהאלטען ווי בעלזער רבי האט געשיקט א מנין פון זיינע דיינים איבערצובעטן סאטמאר רבי זצ״ל, ווי אויך אז מהר״א מסאטמאר האט זיך געלאזט איבערבעטן. (אפשר ווייל ער האט טאקע געהאלטן אז שוין צייט אוועקצומישען די בלעטל אדער ווייל אלץ שוואגער האט ער קוים געווארט אויף די געלעגענהייט?)

אלע יארן אין סאטמאר האבעך געוויסט און מיטגעהאלטען די איינגעגעסענע שנאה צו בעלז, סאך סאך מער ווי צו אנדערע אגודה רבנים. כאב געוויסט די סיבה דערצו איז געווען ווייל בעלזער רבי האט גערעט מיט א חוצפה קעגן אלטן סאטמאר רבין.

דאס איז וואס מען האט ביי אונז געוויסט. היינט אז סע שוין דא א קאווע שטיבל קעמען דאך צונעמען די זאך אביסל קלארער און פארשטיין וואס נאך איז געווען אין די פרשה , וואס מע האט נישט אויסגעזאגט ביינונז.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com

דער אשכול פארמאגט 276 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר