בוקאווינער-וויזניצער פויערן אין רומעניע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

בוקאווינער-וויזניצער פויערן אין רומעניע

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג יולי 29, 2018 6:26 am

איך האב שוין דאס אין מיין דרעפט א שטיקל צייט. איך האב עס געוואלט אביסל איבערארבעטן אבער היות איך האב פארלוירן די געדולד וועל איך עס אזוי ארויסלייגן אזויווי ער שטייט און גייט...בעסער ווי ס׳זאל זיצן אין מיין דרעפט באקס און קאלעיקטן שטויב...

סעריע: ״בוקאווינער פויערן״:


לעצטענס האט מען אסאך ארומגערעדט דא אין שטיבל וועגן וויזניץ און טייל שרייבער האבן אפגעשטעמפעלט די וויזניצער אלץ ״בוקאווינער פויערן״... היות איך שטאם (אויף איין פוס) פון אט די בוקאווינער אידן און איך בין אויפגעוואקסן אין וויזניץ און אביסל שטודירט זייער היסטאריע האב איך אביסל א אנדערע בילד פון בוקאווינע וואס כ׳האב שוין אסאך מאל מיטגעטיילט מיט ענק. איך קען באשטיין צוביסלעך אראפצולייגן בערך וויאזוי וויזניץ אינדערהיים האט טאקע אויסגעקוקט. אבער כדאי דאס צופארשטיין דארף מען קודם וויסן אלע פאקטן פון יענע צייטן און אוטמאטיש וועט זיך אייער בילד אביסל טוישן.


1) יענע צייטן, ספעציעל אין יענע ראיאן איז געוועהן אינגאנצן אנדערש די מצב ווי היינט. די פינאנציעלע מצב וואס איז געוועהן דארט איום ונורא-אונז קענען זיך אפילו נישט פארשטעלן אין וויסטען חלום וואס פארא דלות ואביונת און ארימקייט ס׳האט געהערשט דאן אין יענע צייטן.
סאיז נישט געוועהן די מעגליכקייטן ווי היינטיגע צייטן ווי היימישע אידן וואס וואוינען אין אמעריקע, קאנאדא, ענגלאנד ווי סאיז דא פראספערעטי, רומעניע איז געוועהן א דריטע וועלט לאנד אן קיין ברעקל טעכנאלאגיע און קאמיוניקאציע צו די אינדרויסנדיגער וועלט אלזא איז די מעגליכקייטן פון מאכן שיין פרנסה איז כמעט נישט געוועהן מעגליך.

היינטיגע צייטן איז דא אין יעדע קהילה און אין יעדע ביהמ״ד אפאר רייכע פארמעגליכע אידן וואס העלפן ארויס די אנדערע. דעמאלטס איז נישט געוועהן קיין וויזניצער חסידים וואס האבן פארמאגט הונדערטער מיליאנען און געפליפט ריעל עסטעיט אין ניו יארק. זיי זענען געוועהן פשוטע ארימע שלעפערס און בלוטיגע ארימלייט. סאיז ממש כמעט נישט געוועהן קיין רייכע אידן אין יענע געגענט.

2)עס איז נישט געוועהן קיין טראנספארטאציע- די מעגליכקייטן און די טעכנאלאגיע פון היינטיגע צייטן, נישט קיין קארס, טעלעפאנען, קאמפיוטערס, מאיז כמעט נישט געפארן אין ערגעץ. צופארן אויף די באנען איז געוועהן זייער טייער. כמעט קיינער האט זיך דאס נישט געקענט ערלויבן בכלל.

ביי די שמועסן פון ר׳ מאטלע זצ״ל פרעגט אים זיין אייניקל: איז זיידי מיטגעפארן מיטן סב״ק אויף יענע און יענע שבת? זאגט ר׳ מאטעלע: ניין! פרעגט ער אים פארוואס נישט? און ר׳ מאטעלע זאגט האב איך דען נישט געוואלט פארן? ווער האט געהאט געלט??? אסאך מאל זאגט אים ר׳ מאטעלע דו פרעגסט א קשיא ווי דו וואלסט געוועהן פון א אנדערע וועלט/פלאנעט... (ווי איינער זאגט: ״דו האסט נישט קיין מושג וואס פאר א וועלט סאיז געוועהן דאן״, און ווי אנדערש פון היינטיגע צייטן)

3)סאיז נישט געוועהן קיין אויטמאטישע ״חינוך-סיסטעם״ ווי היינטיגע צייטן, וואס ממש יעדער-איינער גייט אין חדר און לערנט לכה״פ עברי און א״ב, חומש, משניות, גמרא. גאר ווייניג אידן האבן זיך געקענט ערלויבן צובאצלן פאר גיטע מלמדים אדער שיקן אין ישיבות. סאיז בכלל נישט געוועהן קיין סאך ישיבות. רוב אידן האבן געוואוינט אין קליינע ארימע-דערפלעך און זענען אליינס נתחנך געווארן, נאך אפאר דורות פון אזעלכע חינוך איז ארויסגעקומען פוסטע פויערן...

(מ׳דארף פארשטיין אז אין פולין ווי אידן האבן געלעבט בעיקר אין גרויסע שטעט איז די מצב געוועהן אנדערש ווי אין רומעניע, ווידער אונגארן איז געוועהן א רייכערע פעטע לאנד מיט אסאך מעהר מעגליכקייטן ווי אין רומעניע/אוקריינא. אין אונגארן זענען אסאך היימישע אידן געוועהן געניטע ביזנעסלייט און געמאכט שיין פרנסה. און טאקע דערפאר איז אין רומעניע און אוקריינא זענען די אידן געוועהן די מערסטע ארים און די מערסטע אומגעלערנט)

4)כדאי צו פארשטיין וויאזוי וויזניץ און דער אהבת ישראל האט זיך אפגעגעבן מיט די פויערן. דארף מען קודם פארשטיין די ארגעניעלע ״יסודות פון חסידות״, ווארים עס איז דאך גאנץ לעצטענס ״נשתכח-געווארן״ דעם דרך הבעש״ט וועט מען מוזן אנפאנגען פון אל״ף, אויף וואס באשטייט חסידות? וואס מיינט זיין א חסיד?

היינטיגע צייטן מיינט ליידער ״חסידיזים״ גאר עפעס אנדערש פון די ארגעניעלע דרך החסידות. היינט מיינט א חסיד א ״פארפרומטער״ וואס גייט אייביג אנגעטוהן שווארץ אויף ווייס, טראגט די חסידישע לבוש, שטריימל, ווייסע/שווארצע זאקן. און דינט עפעס א רבי וואס האט געירשנט די פירמע/חסידות בירושה און אלעס וואס יענער זאגט איז קודש קדשים....

אבער די ארגעניעלע חסידים זענען נישט געוועהן די ״פארפרומטע״ בכלל. חסידים איז געוועהן א סטעפ-אראפ. אז אפילו יעדע פשוטע איד, אפילו ער קען קוים עברי און א״ב ווילאנג זיין הארץ איז פארן אייבערשטען קען אויך אנגעקומען גאר ווייט, און יעדע קלייניקייט וואס מ׳טוט פארן אייבערשטען איז גאר חשוב אין הימל.

די בעש״ט הק׳ איז געוועהן א יתום פון די פינף יאר אלט און זייו טאטע פארן שטארבן האט אים אנגעזאגט ״אז ער זאל ליב האבן יעדע איד״ אין יעדע מצב. און אין דעם האט זיך דער בעש״ט געקאכט זיין גאנץ לעבן. זיין ״אהבת ישראל״ איז געוועהן אומבאשרייבליך. די באוואוסטע מוראדיגע ווארט פונעם בעש״ט וועט פונקטליך ארויסברענגן זיין אינערליכע כאראקטאר און נאטור. שטייט אין מס׳ אבות ״הרחק משכן רעה״ לכאורה איז דאך זייער פשוט אז מ׳דארף זיך דערווייטערן פון א שלעכטע שכן, וואס איז דען די חידוש? זאגט דער בעש״ט פשט איז, הרחק משכן? רעה! אז א מענטש דערווייטערט זיך פון זיין שכן דאס איז א שלעכטע זאך...

ווען דער אהבת ישראל האט באגעגענט אזעלכע אידן וואס האבן נישט באקומען קיין געהריגע חינוך וועגן די דעמאלטסדיגע מצב האט ער רחמנות געהאט אויף זיי און מקיים געוועהן וואס חז״ל זאגן ״הוי דן כל אדם לכף זכות״ און וואס שטייט אין די תורה ״ואהבת לרעך כמוך״... און אזויווי די עכטע אמאליגע חסידים וואס האבן ליב געהאט א יעדע איד ווי איין גרויסע משפחה.

אין ווינזיץ האט זיך ״יעדער איד״ געטראפן זיין פלאץ נישט קיין חילוק זייער סטאטוס אין רעליגע און זייער לעוועל אין עדיוקאציע- סהאט בכלל נישט אויסגעקוקט ווי היינטיגע וויזניץ ווי יעדער גייט אנגעטוהן מיט די זעלבע יוניפארם, מיט די סאמעטע הוט אויף די רעכטע זייט, נאר סאיז געוועהן אלע מיני גרינצייגן. (קוקטס אויף אלע בילדער פון די וויזניצער רבי׳ס אינדערהיים און באטראכטס די לבוש פון די ארומיגע- יעדער מיט א אנדערע הוט און אנדערע לבוש, ווידער קוקטס די בילדער פון די וויזניצער רביס נאכן קריג ביזן היינטיגן טאג-אלע ארומיגע גייען מיט די זעלבע לבוש)

מקען אפילו נישט משיג זיין וואס וויזניץ און דער סב״ק האט געמיינט פאר זיי, ער איז געוועהן פאר זיי א ספיריטשול-לידער א וועגווייזער, א טאטע, א זיידע, און א רבי אינאיינעם. ער איז געוועהן פאר זיי ממש ווי א גאט... מ׳פלעגט זאגן אז די ״באקווינער פויערן״ פלעגן מורא האבן צו זינדיגן ווייל גאט וועט אויסזאגן פאר די רעבאו...

אין ווילחאוויץ פון וואו מיינע זיידעס האבן געוואוינט זענען די וויזניצער חסידים דארט בכלל נישט געוועהן קיין פויערן. ווילחאוויץ איז געוועהן די סמעטענע פון ווינזיצער חסידים. מיינע זיידעס זענען קיין פויערן נישט געוועהן... מיין זיידע האט געקענט אסאך לערנען אפילו אויפן לשון האט ער געקענט האלב ש״ס, גאנץ אוה״ח הק׳, גאנץ ששה סדרי משנה, גאנץ חובת הלבבות, און נאך אסאך... די אידן אינדערהיים פלעגן זאגן ״אפילו די שטיינער פון ווילחאוויץ זענען הייליג״... דער אהבת ישראל האט אמאל געזאגט פאר זיין ברודער דער אנטוניער רבי זצ״ל אויף מיין עלטער זיידע וואס איז געוועהן א קאמפעטישאן פאר ר׳ בערל ״אונז היינטיגע רביס קענען זיך פארשטעקן פאר אט אזא בעל עגלה ווי ר׳ .... פוקס״... קלויזנבורגער רב האט געלערנט בחברותא מיט מיין זיידע אין די די. פי. לאגערן נאכן קריג, און זענען געוועהן זייער נאנט. ער האט אמאל געזאגט אז ווען איך טרעף ווען נישט ר׳... פוקס וואלט איך קיינמאל נישט געגעלייבט וואספארא געהויבנע חסידים סאיז געוואקסן אין ווילחאוויץ״! אסאך מענטשען האבן מיר פארציילט אז מ׳פלעגט זעהן מיין זיידע גייען אויף די גאס אין תל אביב (ווען וויזניץ איז נאך געוועהן אין תל אביב) מיט צוגעמאכטע אויגן און שעפשען תהילים אדער גמרא. ר׳ חיים מאירל האט אים גערופן מיין באליבטער פריינד. ער האט אים מספיד געוועהן ברבים שלא כמנהג ווינזיץ און ער האט געזאגט ״ווען איך בין נאר אריינגעקומען אין שול אין ווילחאוויץ האב איך געזעהן ר׳ ... פוקס מיט די גלעזער אויף די שפיץ נאז הארעוועט אויף תורה״...

עס איז טאקע געוועהן אסאך פויערן אין וויזניץ אינדערהיים טאקע ווייל דער סב״ק מיט זיין גרויסע ״אהבת ישראל״ האט זיי אריינגענומען און מקרב געוועהן. אבער אז מ׳רעדט פון בוקאווינע און ווינזיץ לאמיר אויך דערמאנען ווער נאך קומט און שטאמט פון דארט?

עפיזאד 1.
איז הגה״ק ר׳ מאיר שפירא זצ״ל געוועהן א וויזניצער חסיד?

ארויסגענומען פון די שמועסן פון ר׳ מאטעלע מוויזניץ זצ״ל
חוץ די איינגערינגלטע-וואס איז מיינע אייגענע בויך הגהות איז אלעס ממש גענוי די לשון פון ר׳ מאטעלע זצ״ל נאר אביסל אין א אנדערע סדר און א טראפקלע אנדערש אראפגעלייגט.


ר׳ מאיר שפירא זצ״ל איז געוועהן א וויזניצער פון אינדערהיים, זיין טאטע איז געוועהן א וויזניצער חסיד.
ער איז אויפגעוואקסן אין שאץ, וואס איז בוקאווינע און דארט זענען געוועהן אסאך, אדער אפשר אפילו רוב חסידישע אידן זענען געוועהן קאסוב-וויזניצער חסידים. אין שאץ איז געוועהן רב דער אהבת ישראל׳ס ברודער ר׳ משה האגער און שפעטער האט זיין זוהן ר׳ חיים האגער איבער גענומען די רבנות, ר׳ מאיר פלעגט אלץ קינד און אלץ בחור קומען אסאך קיין וויזניץ און מיטהאלטן די טישן.

ווען ר׳ מאיר שפירא האט געפענט די ישיבה ״חכמי לובלין״ איז ער זיך געגעאנגען דורך רעדן מיט די אהבת ישראל איבער פארשידנע ענינים, און סאיז געוועהן געוויסע נייע מנהגים וואס איז נאך נישט געוועהן איינגעפירט דאן אין ישיבות וואס דער סב״ק האט נישט אינגאנצן געהאלטן דערפון און אים אפגערעדט אז ער זאל עס נישט טוהן. האט זיך ר׳ מאיר אנגערופן ״איך בין טאקע א וויזניצער פון אינדערהיים אבער קיין גאנצע וויזניצער חסיד קען איך דאך נישט זיין ווייל דער וויזניצער רבי איז א איד וואס איז בכלל נישט פון דעם עולם און פארשטייט נישט צו די היינטיגע וועלט און די היינטיגע יוגענט״

מקען נישט פארשטיין די אמאליגע דלות עניות ואביונות און וואס האט געמיינט פאר די אמאליגע חסידים צופארן צו זייער רבין. זיי האבן געזאמלט פרוטה נאך פרוטה אסאך מאהל אגאנץ יאהר צוקענען פארן צו זייער רבי׳ן כאטש איינמאל א יאהר אויף א שבת אדער א יו״ט. נאר רייכע אידן האבן זיך ערלויבט מיט צונעמען די גאנצע די בני בית, אלע קינדער. סאיז געוועהן איין איד, א וויזניצער חסיד א גרויסע עושר וואס פלעגט יעדע יו״ט קומען צום סב״ק מיט אפאר פון זיינע זוהן. איינמאל האט אים די סב״ק געבעטן ער זאל נישט קומען מיט אלע זיינע זוהן יעדע יו״ט נאר מ׳זאל איינטיילן יעדע יו״ט זאל קומען א צווייטע קינד כדאי די אלע אנדערע אידן וואס קענען דאס נישט אפפאדערן זאל נישט האבן קיין חלישת הדעת... (אוי! ווי נעמט מען נאך אזעלכע מענטשליכע מענטשען?-וואס האבן אזוי אכטונג געגעבן און זיך גערעכנט מיט יענעמס געפיהלן אז ער זאל נישט פאראורזאכן און גורם זיין קיין מינדעסטע צער פאר יענעם... אפילו אויף קלייניקייטן... נישט געוועהן אסאך אזעלכע מענטשען אויף דער וועלט...)

די פאליטשאנער רב הרה״צ ר׳ ישראל אברהם שטיין זצ״ל האט געלערנט א שטיק צייט אין לובלין ביי הגה״צ ר׳ מאיר שפירא זצ״ל. (אגב ער האט אויך געלערנט אין וויזניצער ישיבה- ער איז געוועהן א גרויסע וויזניצער חסיד כידוע - און איינע פון ענקערע ״בוקאווינער פויערן״...)
ער האט דאן געהאט אנגעזאמלט א סכום פון געלט צוקענען פארן אויף א שבת צום סב״ק, איינמאל איז דער אהבת ישראל געפארן קיין טארנא און דער פאלטישאנער רב זצ״ל האט שטארק געוואלט מיטהאלטן די שבת האט ער גענומען דאס געלט וואס ער האט געהאט אוועקגעלייגט און געגאנגען זיך געזעגענען פון זיין ראש ישיבה הגה״צ ר׳ מאיר שפירא. האט אים ר׳ מאיר שפירא געזאגט ״לעולם וואלט איך אויך געדארפט פארן אויף שבת צום סב״ק נאר אזויווי איך בין שטארק פארנומען מיט די ישיבה וועל איך דיך כאטש אויסצאלן די שפעזן״ און ער האט אים תיכף געגעבן די גאנצע סכום וואס איז געוועהן אסאך געלט אין יענע צייטן.

ר׳ מאיר שפירא זצ״ל איז אמאל ערענסט קראנק געווארן און די מצב איז געוועהן גאר שמאל האט ער געשיקט א שליח זיך מזכיר זיין ביי זיין רבין דער אהבת ישראל זצ״ל ווען די שליח איז אריינגעקומען צום אהבת ישראל אין שטוב און מזכיר געוועהן ״יהודה מאיר בן מרגלא״, האט זיך דער אהבת ישראל צושריגן ״לעיב מאיר, לעיב מאיר״ (יהודה=לייב/לעיב)

(ער איז געקומען בעטן די אהבת ישראל זאל אים געבן א הסכמה אויף זיין ספר- סאיז געדרוקט.)

מקען נאך אסאך שרייבן וועגן די שייכות פון ר׳ מאיר שפירא צו ווינזיץ. אי״ה אין א אנדערע גלעגענהייט.

צום שלוס: איז ר׳ מאיר שפירא געוועהן א וויזניצער חסיד? זיכער! ער איז אויפגעוואקסן אלץ א ווינזיצער אין א וויזניצער שטוב, אין א געגענט פון וויזנצער חסידים אבער ער נישט נאר געוועהן כולו-ווינזיץ ווי מיינע זיידעס ער האט אויך געשעפט פון אסאך אנדערע ברונעס-ווי ער אליינס פלעגט כסדר זאגן ״תורה האב מיך געלערנט אין גור, עבודה אין וויזניץ, חסידות אין טשורטקוב״. ער האט שטארק געהאלטן פון ר׳ ישראל פרידמאן מטשורטקוב, (דער אהבת ישראל איז אויך געוועהן א טשורטקובער חסיד זיינע צוויי רביס איז געוועהן זיין פעטער ר׳ דוד משה טשורטקובער און זיין זיידע דער ״צמח צדיק״ דער ערשטער ווינזיצער רבי, איידעם פון ר׳ ישראל מרוזין זצ״ל)

וויזניץ און דער סב״ק דער אהבת ישראל האט געמאכט א גרויסע רושם און געהאט א גרויסע השפעה אויף אסאך גרויסע-אידן. וויזניץ איז געוועהן א קאלירפולע חסידות וואס האט כולל געוועהן אידן ווי הגה״צ ר׳ מאיר שפירא זצ״ל הגה״צ ר׳ אהרלע ראטה זצ״ל, הגה״צ ר׳ פנחס חיים הלוי האראוויץ בעל פתחא זוטא, הגה״צ ר׳ יודלע הארוויץ זצ״ל די צוויי הייליגע ברודער ר׳ מרדכי חנא און ר׳ חיים פוקס זצ״ל, טערנעווער רב זצ״ל, צייסלהיימער רב זצ״ל, ר׳ אליעזר פיש מסאלקע זצ״ל, סקלענער רבי זצ״ל, באר מנחם מקאלוב, ירושלימער רב הרב דשונסקי, פאליטשאנער רב זצ״ל, הגה״צ ר׳ דוד צבי שנעבאלג, הגה״צ ר׳ אשר יונה וויינבערגער מ׳טעמעשוואר, הגה״צ ר׳ יודא יואל דייטש אב״ד גאניש, הגה״צ ר׳ משה דוד אסטרייכער-טשימפער רב, הגה״צ ר׳ אברהם יהושע העשיל מקאפישניץ זצ״ל וכו׳ וכו׳. די אלע האבן אליינס געזאגט אז זיי האבן זיך אסאך געלערנט פון ווינזיץ און אז און דער סב״ק האט זיי באיינדרוקט א גאנץ לעבן. ביז אפילו אזעלכע אידן ווי נאבעל פרייז געווינער אלי וויזל וואס האט א גאנץ לעבן גערעדט מיט נאסטאלגיע פון די סב״ק און פון ווינזיץ אינדערהיים.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יולי 29, 2018 7:07 am

וואס ביסטו צו ר' מרדכי חנה?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1886
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

הודעהדורך שבת אחים » זונטאג יולי 29, 2018 7:41 am

אישתישבי האט געשריבן:וואס ביסטו צו ר' מרדכי חנה?


כבין נישט קיין אייניקל, אבער סאיז פון די זעלבע משפחה. זיין טאטע ר׳ יצחק דוד האט געהאט א ברודער ר׳ ישראל, ער איז געוועהן מיין זיידע (איך בין די פיפטער דור) און ער איז געוועהן א פעטער פאר ר׳ מרדכי חנא און ר׳ חיים פוקס.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » זונטאג יולי 29, 2018 9:32 am

ר' מרדכי חנא האט געהייסן פוקס? כ'האב אזויפיל מאל געהערט דעם נאמען, כ'האב נישט געוואוסט ער האט געהאט א לעצטע נאמען...

שכוח שבת! שרייב נאך איבער די היסטאריע פונדערהיים. נישט וועלכע רבנים זענען געווען בוקעווינע חסידים... נאר איבער דעם אמאליגן לעבן.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2112
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1304 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יולי 30, 2018 12:23 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:ר' מרדכי חנא האט געהייסן פוקס? כ'האב אזויפיל מאל געהערט דעם נאמען, כ'האב נישט געוואוסט ער האט געהאט א לעצטע נאמען...

שכוח שבת! שרייב נאך איבער די היסטאריע פונדערהיים. נישט וועלכע רבנים זענען געווען בוקעווינע חסידים... נאר איבער דעם אמאליגן לעבן.


א מענדליסט זאל נישט וויסן וויאזוי ר׳ מרדכי חנא האט געהייסן? דאס הייסט שוואנצנעס??? :)

דו געפינסט זיך צווישן קאסוב און וויזניץ און דו ווייסט אפילו נישט וויאזוי די גרעסטע וויזניצער חסיד האט געהייסן?

איך האב לעצטענס געטראפן א אינגערמאן אין א געשעפט. מיר האבן ביידע געווארט אויף די ליין צובאצאלן. און איך האב באמערקט אז זיין הוט איז אויף די וויזניצער-רעכטע זייט, האב איך אנגעפאנגן צו שמועסן מיט אים. פרעג איך אים וויאזוי הייסטו? און ער פרעגט מיך וויאזוי איך הייס? זאג איך אים אז מיין לעצטער נאמען איז אזויווי ר׳ מרדכי חנא. זאגט ער אה דו הייסט כהנא? (אפשר האט ער זיך צומישט מיט ר׳ מרדכי פעלץ-כהנא)...
בקיצור איך ווער געוואויר אז ער איז א מענדליסט...

איינער פון ר׳ מאטעלע׳ס אייניקלעך האבן זיך משדך געוועהן מיט עפעס א שנעבאלג וואס איז א אייניקל פון ר׳ חיים פוקס (א ברודער פאר ר׳ מרדכי חנא) האט ר׳ מאטעלע געזאגט ״סאיז מיר א כבוד אז איך בין א מחותן מיט ר׳ חיים פוקס״. ר׳ יודלע זצ״ל (וואס האט זיי גוט געקענט) האט געזאגט אסאך אידן האבן געהאלטן אז ר׳ חיים איז נאך אפילו געוועהן גרעסער ווי ר׳ מרדכי חנא. ווייל ר׳ מרדכי חנא איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה און געדינט דעם אייבערשטען, ווידער ר׳ חיים איז געוועהן א ״וויין סוחר״ און מיט דעם אלעמען האט ער דערגרייכט אזעלכע הויכע מדריגות....

ווען איך האב געזאגט פאר ר׳ שמואל יענקל קאהן אדמור מתולדות אברהם יצחק וויאזוי איך הייס און ווער איך בין, האט ער געזאגט דו שטאמסט פון די חשובסטע משפחה אין וויזניץ.


ר׳ מרדכי חנא און ר׳ חיים זענען געוועהן גלייך נאך די רבי. דער אהבת ישראל פלעגט אייביג זאגן פאר ר׳ מרדכי חנא דו ביסט די גרעסטע חסיד וואס דו וועלט האט נאר אמאל געזעהן... האט ער געזאגט די רבי איז די גרעסטע רבי וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 30, 2018 1:40 pm

איך בין א מענדעליסט? ס'מיר גוט.... ווען איך האב געוואוינט אין ארץ ישראל מיינע ערשטע יארן פלעג איך אסאך אריינפאלן ביים ישועות משה און שפעטער ביי ביידע פון זיינע קינדער. וויזניץ איז די איינציגסטע חסידות וואו איך פלעג עמטליך גיין אין ארץ ישראל, בערך 5 מאל א יאר.... אבער איך האב קיין שייכות מיט וויזניץ.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2112
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1304 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג יולי 30, 2018 2:57 pm

נאכנישט געענדיקט ליינען, אבער כ'מיין אז בוקאווינע איז דוקא יא א פעטע ערד, מאלדאווע איז זייער א פעטע לאנד מיט גאר אסאך פרוכט און תבואה. קען זיין אז עס איז געווען זייער צוריקגעשטאנען און קיין גרויסע געשעפטן און עשירים זענען דארט נישט געווען, אבער דאכט זיך אז געהונגערט דארט האט מען נישט.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יולי 30, 2018 4:33 pm

שמערל האט געשריבן:נאכנישט געענדיקט ליינען, אבער כ'מיין אז בוקאווינע איז דוקא יא א פעטע ערד, מאלדאווע איז זייער א פעטע לאנד מיט גאר אסאך פרוכט און תבואה. קען זיין אז עס איז געווען זייער צוריקגעשטאנען און קיין גרויסע געשעפטן און עשירים זענען דארט נישט געווען, אבער דאכט זיך אז געהונגערט דארט האט מען נישט.


קודם איך האב בכלל נישט גערעדט פון א פעטע ערד-תבואה. וואס כהאב געמיינט צוזאגן איז די ״מעגליכקייטן״ פון מאכן שיין פרנסה און רייכטום אין יענע צייטן אין רומעניע איז געוועהן נול...

צווייטענס אוי האבן מענטשען דארט געהונגערט... א פאר שיך איז געוועהן א גאנצע מציאה... ווער רעדט נאך פון האבן אלע ציינער אין מויל... וואס רעדסטו???
א גאנצע וואך האבן זיי געמאכט א שהכל אויף די ברויט ווייל זיי האבן עס געמאכט פון קארש-קארן מעיל/מעליי און נאר שבת האבן זיי זיך ערלויבט צו מאכן א המוציא... דאס איז שוין געוועהן ווען איינער האט געהאט א ביסל פרנסה, סאיז געוועהן דארט אסאך אידן וואס האבן דאס אויך נישט געהאט. און סאיז געוועהן אסאך ציגיינער אויך...

די ארימקייט אין יענע ראיאן אין יענע צייט איז אומבאשרייבליך... און אנטעקן אונגארן? זיכער!

מאלדאוויע איז אויך געוועהן זייער ארים פונקט ווי אין רומעניע און אין אוקריינא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום מיטוואך אוגוסט 01, 2018 12:30 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מאנטאג יולי 30, 2018 7:30 pm

מן הסתם ווייל סאציאליסטען האבן צוגענומען אלעס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1886
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

הודעהדורך שמערל » מאנטאג יולי 30, 2018 7:58 pm

סתם פאר פייער און וואסער, אין רוב פלעצער אויף דער וועלט האט מען געהונגערט אין די אנהייב צוואנציגסטן יאר הונדערט, ווייל די קאפיטעליסטן האבן אלעס צוגענומען, עיין ערך הדאסט באויעל באמעריקע, אין אקלאהאמע פון וואס טויזענטער מענטשן זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער בעירום ובחוסר כל, און ווי כ'האב געליינט איז דער זעלבער מצב געווען אין פוילן און אין אוקראיינע, וואס דאס האט עווענטועל צוגעפירט צו קאמעניזם און סאציאליזם איבער די גאנצע וועלט, און לכאורה איז דאס אויך פארגעקומען אין מאלדאווע.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1049
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1250 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יולי 30, 2018 9:30 pm

שמערל האט געשריבן:סתם פאר פייער און וואסער, אין רוב פלעצער אויף דער וועלט האט מען געהונגערט אין די אנהייב צוואנציגסטן יאר הונדערט, ווייל די קאפיטעליסטן האבן אלעס צוגענומען, עיין ערך הדאסט באויעל באמעריקע, אין אקלאהאמע פון וואס טויזענטער מענטשן זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער בעירום ובחוסר כל, און ווי כ'האב געליינט איז דער זעלבער מצב געווען אין פוילן און אין אוקראיינע, וואס דאס האט עווענטועל צוגעפירט צו קאמעניזם און סאציאליזם איבער די גאנצע וועלט, און לכאורה איז דאס אויך פארגעקומען אין מאלדאווע.


איה״נ אבער אין רוב פלעצער ווי מהאט געוואוינט אין גרויסע שטעט איז דאך געוועהן טוינזט מאל בעסער די מצב ווי אין קליינע דערפלעך. און גערעכט סאציאליזם האבן נאר גרינגער געמאכט פאר סאסייעטי. עיין ערך אלע סאציאליסטישע לענדער ווי די חילוק צווישן די ארימע און די רייכע איז אסאך אויף א קלענערע פארנעם ווי אין אלע קעפטיליסטישע לענדער ווי איין דזשעף באזעסאס פון עמעזאן מאכט כמעט הונדערט ביליאן דאללער א יאר און ער אליינס איז דער בעה״ב אויף די גרעסטע יריד אויף די וועלט און ער ווארפט זיך ארום מיט די ״קליינע מענטשען״ און קאונקירירט מיט אלע קליינע פישלעך און שטעלט יעדען טאג ארויס א צווייטער פון ביזנעס וואס שניידט אריין אין זיין טאש... ער מיט אפאר אנדערע ביליאנערן זענען די ״פריצים״ פון שטאט. זיי טוהן שמירן די פאליטשאונס אז אלעס זאל זיין לטובתם... מוראדיגע קעפיטיליסטישע סיסטעם...! קום צוריק צו מיר ווען ענקער ראטע פון היימלאזע און ארימע האלט גלייך מיט די סאציאליסטישע לענדער נאכדעם וועל איך אייך גראטיולירן אייער אמעריקע...
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יולי 30, 2018 9:32 pm

שמערל האט געשריבן:סתם פאר פייער און וואסער, אין רוב פלעצער אויף דער וועלט האט מען געהונגערט אין די אנהייב צוואנציגסטן יאר הונדערט, ווייל די קאפיטעליסטן האבן אלעס צוגענומען, עיין ערך הדאסט באויעל באמעריקע, אין אקלאהאמע פון וואס טויזענטער מענטשן זענען אויסגעגאנגען פאר הונגער בעירום ובחוסר כל, און ווי כ'האב געליינט איז דער זעלבער מצב געווען אין פוילן און אין אוקראיינע, וואס דאס האט עווענטועל צוגעפירט צו קאמעניזם און סאציאליזם איבער די גאנצע וועלט, און לכאורה איז דאס אויך פארגעקומען אין מאלדאווע.


איה״נ אבער אין רוב פלעצער ווי מהאט געוואוינט אין גרויסע שטעט איז דאך געוועהן טוינזט מאל בעסער די מצב ווי אין קליינע דערפלעך. באקעווינע באשטייט פון קליינע דערפלעך- די הויפט שטאט איז געוועהן ״טשערנאוויץ״ -בערך אזויווי היינטיגע סוואן לעיק :lol: אדער העכסטענס אזויווי ליבערטי-ניו יארק און דאס איז שוין געוועהן די ״הויפט שטאט״... נישט קיין פארגלייך צו די אידן וואס האב געוואוינט אין ווארשע, קראקא, לאדזש, וויען, בודאפעסט, מישקאלץ. אפילו לאמיר זאגן סהאט געהערשט ארימקייט (אזויווי היינט אין אמעריקע) און סאיז געוועהן דארט ארימעלייט האבן אבער די קינדער באקומען אביסל עדיוקאציע און זענען נישט אויפגעוואקסן ווי אין רומעינע און אוקריינא.

און גערעכט סאציאליזם האבן נאר גרינגער געמאכט פאר סאסייעטי. עיין ערך אלע סאציאליסטישע לענדער ווי די חילוק צווישן די ארימע און די רייכע איז אסאך אויף א קלענערע פארנעם ווי אין אלע קעפטיליסטישע לענדער ווי איין דזשעף באזעסאס פון עמעזאן מאכט כמעט הונדערט ביליאן דאללער א יאר און ער אליינס איז דער בעה״ב אויף די גרעסטע יריד אויף די וועלט און ער ווארפט זיך ארום מיט די ״קליינע מענטשען״ און קאונקירירט מיט אלע קליינע פישלעך און שטעלט יעדען טאג ארויס א צווייטער פון ביזנעס וואס שניידט אריין אין זיין טאש... ער מיט אפאר אנדערע ביליאנערן זענען די ״פריצים״ פון שטאט. זיי טוהן שמירן די פאליטשאונס אז אלעס זאל זיין לטובתם... מוראדיגע קעפיטיליסטישע סיסטעם...! קום צוריק צו מיר ווען ענקער ראטע פון היימלאזע און ארימע האלט גלייך מיט די סאציאליסטישע לענדער...

צוריק צו באקעווינע.
“You know how I define the economic and social classes in this country? The upper class keeps all of the money, pays none of the taxes. The middle class pays all of the taxes, does all of the work. The poor are there just to scare the shit out of the middle class. Keep 'em showing up at those jobs”
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6035
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3529 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג יולי 21, 2019 2:49 pm

ערעב שבת אחים: ביטע שרייב נאך !!
we want more
שמחהלע קאפשטיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט