חורבן אייראפע ערציילונגען (תשעה באב תשע"ב)

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

חורבן אייראפע ערציילונגען (תשעה באב תשע"ב)

שליחה דורך ניו יארק »

אזוי ווי עס איז דאך תשעה באב אויף די וועלט! מיט בערך 2000 יאר צוריק איז אונזער הייליג הויז חרוב געווארן! וויבאלד אין אונזער שוואכע דור איז אביסל שווער צו קלאגן אויף זאכן וואס אונז האמיר נישט קיין השגה וואס דאס איז, וואלט געווען א פאסיגע זאך אביסל אראפצושרייבן ערציילונגן וואז האט ליידער פאסירט צו אונזערע עלטערן אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, און אזוי אביסל נאנט צוברענגן אידישע צרות צום הארץ, און בעטן פאר די גאולה שלימה בב"א.
----------------
א ריכטיגע דוגמא פון קידוש ה' אין די ביטערע אוישוויץ אומשטענדן, שרייבט דער ווייצענער רב אין זיין ספר מקדשי ה' ווי פאלגנד:
א תמימות'דיגער אויבערלאנדישער איד איז געקומען צו מיר מיט אזא שאלה: "רבי, מיין בן יחיד, מיין ליב קינד, מיין שווארץ-אפל איז געכאפט געווארן, און ער איז ביי די וואס ווארטן צו ווערן פארברענט ל"ע, איך האב א מעגליכקייט אים אויסצולייזן, אבער אז אויב איך לייז אים אויס וועלן די קאפאס כאפן א צווייט קינד אנצופולן זיין פלאץ. רבי, מעג איך ראטעווען מיין קינד?" און דער איד ווארט באימה ויראה צו הערן מיין פסק, און וועט גארנישט טאן אן הערן דעם דעת תורה.
איך, הערנדיג די שאלה בין איך אויפגעציטערט געווארן, ווי פסק'נט מען אזא שאלה? און איך האב אים געזאגט, "טייערער איד, ווי קען איך דאס ענפערן? אפילו אין בית המקדש איז דאס א שווערע דיני נפשות שאלה, און ווי קען איך דא, בגיא צלמוות ענפערן אן קיין ספרים, אן קיין יישוב הדעת?"
דער איד איז געווען צעבראכן אז איך קען אים נישט ענפערן און ער האט געזאגט מיט רגש און גרויס התלהבות (בלשון קדשו פון ווייצענער רב אין אידיש), "רבי, איך האב געטאהן דאס מייניגע וואס די תורה איז מיך מחייב צו טאהן. איך האב געפרעגט א שאלה ביי א רב, און קיין אנדערער רב איז דא נישט דא. און אז איר קענט מיר נישט ענפערן. דאס אז איך מעג אויסלייזן מיין קינד, איז דאך א סימן אז איר זענט ביי אייך פערטיג אין די הלכה מתיר צו זיין. ווייל אויב וואלט עס געווען מותר, בלי שום פקפוק, וואלט איר דאך זיכער גענפערט, אז עס איך מותר. הייסט דאס ביי מיר ווי א פסק-דין, אז איך טאר נישט על פי הלכה, און דאס איז ביי מיר גענוג, און ממילא וועט מיין איינציג קינד פארברענט ווערן על פי התורה והלכה, בין איך דאס מקבל באהבה ובשמחה, און איך טו גאר נישט אים אויס צו לייזן ווייל די תורה האט אזוי געהייסן!"
(דער שטערן - אב תשע"ב)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ניו יארק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר