די נאך-מלחמה טראומא

אידישע און וועלטליכע היסטאריע

די נאך-מלחמה טראומא

הודעהדורך חד גדיא » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 5:31 pm

די האלאקאסט איז פון די מערסטע געפארשטע געשעענישן אין די וועלט. מיליאנען ארטיקלען און צענדליגע טויזענטער ביכער זענען געשריבן דערויף. איך וויל רעדן וועגן די נאך-מלחמה טראמא. ווי אזוי אונזערע עלטערן זיידעס און באבעס האבן געדיעלט מיט די שרעקליכע זאכן וואס זיי האבן מיטגעמאכט. וואס איך מיין אז ווייניג איז געשריבן געווארן און גערעדט געווארן וועגן דעם.

איך מיין אלע אונזערע זיידעס זענען געוועהן הירא'ס. מיט אלע זייערע פראבלעמען און זייער נערוועזקייט זענען זיי געוועהן העלדען וואס האבן צוריק אויפגעבויט זייער לעבן נאך די שוידערליכע חורבנות. אונז קענען נישט משיג זיין וואס זיי זענען דורך, אפילו נישט איין טראפ.

איך בין נתעורר געווערן צו טראכטן וועגן דעם ענין נאכ'ן זעהן די עצי חיים וואס כ"ק מרן אדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל האט געדריקט גלייך נאכ'ן חורבן אנפאנג תש"ז. זעהט מען דארטן לע"נ'ס פאר זיין גאנצע משפחה, ברידער שוועסטער שוואגער שוועגערין. אבער לפלא דערמאנט ער נישט זיינע אייגענע קינדער וואס ער האט נעבעך פארלוירן. זיי ווערן נאר דערמאנט צום סוף ביי די לע"נ פון זיין רעביצין, וואס צום סוף שטייט "ויו"ח". מיר קוקט דאס אויס ווי ער איז נעבעך געוועהן אזוי טראומאטייזד פון פארלירן זיינע קינדער אז ער האט זיי אפילו נישט געקענט דערמאנען.
בייגעלייגטע פיילס
1.JPG
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 643
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 416 מאל

הודעהדורך וואלווי » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:15 pm

אדער, אז ער האט שוין חתן געהאט בזיוו"ש האט ער אכטונג געווען נישט ארויף צו ברענגען די ערשטע משפחה מער ווי די מינימום.

פרעגט אבער נישט אפ די טראומא
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2537
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3571 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3339 מאל

הודעהדורך שמערל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:30 pm

כ'מיין אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא אין שטיבל, איז אז די האסט געברענגט דא די לעילוי נשמת בילד קען מען באמערקן אז אויף איינע פון די ברודער שטייט נישט קיין שום טיטל נאר סתם הבחור מו"ה יחיאל מיכל. די מעשה מיט דעם ברודער איז אז זייענדיג א בחור'ל א יתום איז ער נעבעך געווארן א קאמוניסט און אנטלאפן קיין רוסלאנד אין די אנהייב דרייסיגער יארן, און זייט דעמאלטס האט מען מער נישט געהערט פון אים. מען האט אנגענומען אז ער איז מסתם געשאסן געווארן דארט ביי די גרעיט טעראר ווען סטאלין האט געהייסן אויסשיסן די אלע ענטוזיאסטישע קאמוניסטן וואס זענען געקומען העלפן בויען קאמעניזם.

הי"ד.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1372 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:47 pm

און אונדז ליידט מיר נאך אלע פון דעם טראמא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1779
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 959 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 902 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 7:54 pm

וואלווי האט געשריבן:אדער, אז ער האט שוין חתן געהאט בזיוו"ש האט ער אכטונג געווען נישט ארויף צו ברענגען די ערשטע משפחה מער ווי די מינימום.

פרעגט אבער נישט אפ די טראומא

ערשטע ווייב יא אבער קינדער נישט? מאכט נישט קיין סענס.
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1122
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 907 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1113 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 8:58 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:און אונדז ליידט מיר נאך אלע פון דעם טראמא

קאצקע ציקער: די עלטערן פונ'ם היינטיגן דור ליידן פון אנדערע פראבלעמען. די פאלשע פרומקייט מיט וואס זיי זענען ליידער נתחנך געווארן. און זיי פרובירן עס ארויפצווינגען אויף זייערע קינדער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14224
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9295 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 5:28 pm

שמערל האט געשריבן:כ'מיין אז עס איז נאכנישט דערמאנט געווארן דא אין שטיבל, איז אז די האסט געברענגט דא די לעילוי נשמת בילד קען מען באמערקן אז אויף איינע פון די ברודער שטייט נישט קיין שום טיטל נאר סתם הבחור מו"ה יחיאל מיכל. די מעשה מיט דעם ברודער איז אז זייענדיג א בחור'ל א יתום איז ער נעבעך געווארן א קאמוניסט און אנטלאפן קיין רוסלאנד אין די אנהייב דרייסיגער יארן, און זייט דעמאלטס האט מען מער נישט געהערט פון אים. מען האט אנגענומען אז ער איז מסתם געשאסן געווארן דארט ביי די גרעיט טעראר ווען סטאלין האט געהייסן אויסשיסן די אלע ענטוזיאסטישע קאמוניסטן וואס זענען געקומען העלפן בויען קאמעניזם.

הי"ד.


איך מיין אז דו ביסט דיך טועה מיט איינעם אנדערש.
עלי וויזעל שרייבט אין זיין בוך (night) אז ער האט אים געפונען אין אוישוויץ.
אבער ס׳איז נאכאלץ אינטערעסאנט צו דערגיין וואס די מעשה איז געווען מיט אים.
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 227 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

Re: די נאך-מלחמה טראומא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 8:28 pm

איך האב אים ערגעץ דערמאנט אין שטיבל ברמיזה, וועגן חילוש. איינער א גרויסע קענער האט שעמעדיגעהייט מיר געפרעגט אין אישי דערוועגן. עכ"פ כמבואר למעלה, אלי וויזעל האט אים געטראפען אין אוישוויץ, און דארט איז ער אוועק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9148 מאל


גיי צוריק היסטאריע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron